אין דער “ניו־יאָרק טײַמס" פֿון 29סטן מײַ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנט אַרטיקעלע, געשריבן פֿון איינעם, ניקאָלאַס ווייב, וווּ ער דערציילט אונדז וועגן אַן עקספּערימענט וואָס מען פֿירט אַדורך אין דײַטשלאַנד שוין פֿון יאָרן. זעט אויס, אַז דאָרטן רוכעוועט זיך מיט מענטשלעכע, גענעטישע סודות. דאָס מאָל ווילן זיי דווקא דערגיין דעם סוד פֿון אונדזערע פֿעיִקייטן צו שפּראַך. דאָס גענעטישע אויסגעפֿינס איז באַצייכנט געוואָרן מיטן יום־טובֿדיקן נאָמען “פֿאַקס פּ־2."
קודם־כּל און צום אַלעם ערשטן, ווײַזט מען אָן, אַז מיר האָבן אַ געפֿערלעכן דראַנג און פֿאַרלאַנג צערטלעך רעדן צו אונדזערע הינט און קעץ, קרוליקעס און יאַשטשערקעס; צו טשימפּאַנזעס און גאָרילעס, מיטן געדאַנק, אַז זיי פֿאַרשטייען אונדז, און אַלץ וואָס עס פֿעלט זיי איז די מעגלעכקייט אַדורכצורעדן זיך מיט אונדז מיט ווערטער, פּונקט ווי מיר טוען דאָס. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז די מענטשלעכע גענע האָט מען שוין אידענטיפֿיצירט אין יאָר 1998. און פֿון דעמאָלט אָן, ווען עס האָבן זיך דערוווּסט דערפֿון די עוואָלוציע־ביאָלאָגן, האָבן זיי זיך גענומען נישט אַזוי צו מענטשן וואָס לײַדן אַ סך מאָל אויפֿן רעד־אַפּאַראַט, נאָר דווקא צו די חיות. זען צי די שטומע באַשעפֿענישן פֿאַרמאָגן אויך אַזאַ מאַגישע גענע.
איז זאָל זיך אײַך דאַכטן, אַז די פֿאָרשער אין דעם מאַקס פּלאַנק־אינסטיטוט אין לייפּציק, דײַטשלאַנד, צוזאַמען מיט אַנדערע עוואָלוציאָנערע אַנטראָפּאָלאָגן, האָבן שוין בײַם הײַנטיקן טאָג גענעטיש אינזשינירט אַ געוויסע צאָל מײַז, וועמענס “פֿאַקס פּ־2" איז צוגעשניטן געוואָרן צום גענעטישן מאָדעל. די פֿאָרשער און וויסנשאַפֿטלער זאָגן צו, אַז אין אַ פּאָר יאָר אַרום וועלן מיר קענען זיך אַדורכשמועסן מיט די מײַז. דער וויסנשאַפֿטלער זאָגט נישט דווקא צו, אַז די מײַז וועלן ענטפֿערן אויף אונדזערע קלאָץ־קשיות. וועט איר דאָך פֿרעגן, מה־היתּכן? וואָס איז די מעשׂה? ענטפֿערט דער דײַטשער חכם־בלילה, אַז עס האָט גענומען דעם מענטשן שווערע טויזנטער יאָר ביז אונדזערע גענען האָבן זיך באַשלאָסן צו ענדערן בכדי צוצוקומען צו דער שפּראַך וואָס מיר רעדן. וועט עס מסתּמא די מײַז אויך נעמען אַ שפּאָר ביסל צײַט ביז זיי וועלן אײַך אַרײַנקוקן אין די אויגן און פֿרעגן:
“ביסט משוגע! צו וואָס? צו ווען? מײַנע טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע און די קעץ, וואָס לויערן אויף אונדז, זײַנען כּבֿד־פּהניקערס, קענען נישט קיין וואָרט טערקיש." זאָג איך זיך, אַז איך האָב צײַט, בײַ מיר ברענט נישט, איך קען וואַרטן. וואָס האָב איך דאָ צו פֿאַרלירן? אַ פּאָר טויזנט יאָר, וואָס שפּילט בײַ מיר אַ ראָלע אַ פּאָר טויזנט יאָר?
דער וויסנשאַפֿטלעכער זשורנאַל וואָס הייסט “סעל," איז אַרויסגעקומען מיט דעם רעזולטאַט פֿון די דײַטשע גענעטיקער, דער עיקר, מיטן מאמר פֿון וואָלפֿגאַנג ענאַרד. ער איז אויך איינער פֿונעם לייפּציקער אינסטיטוט, צוזאַמען מיט אַ שלל דײַטשע פֿאָרשער, וועלכע האָבן געפֿאָרשט דרײַ הונדערט גענעטישע שטריכן פֿון די מכּלומרשט רעדנדיקע מײַז, אין וועלכע מען האָט אַרײַנגעפּאָמפּעט די גענעטישע שפּראַך־גענע. זיי האָבן עס געטאָן מיטן עמבריאָ פֿון אַ שוואַנגעריק מײַזעלע. און הערט און שטוינט. דער ד״ר ענאַרד און זײַן סוויטע וויסנשאַפֿטלער, האָבן מיט גרויס פֿרייד און פּאַראַד, אויסגעפֿונען אַז די מענטשלעכע גענע וואָס הייבט זיך אָן מיט יענע נומערן און אותיות, מיט וועלכע איך האָב אײַך מכבד געווען אין די פֿריִערדיקע שורות, פּאַסן זיך גענוי צו צו די מײַזלעך. מיט איין צוריקהאַלט, אונדזער גענע פּאַסט צום יעדן צעל אַ חוץ דעם מוח פֿון די מײַז. זיי האָבן אויסגעפֿונען, אַז עס איז פֿאַראַן אין מוח אַזאַ מין אָפּטייל וואָס הייסט “בייסאַל גאַנגליאַ," וואָס איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אונדזער שפּראַך־פֿעיִקייט. וואָס זשע איז געשען מיט דער צײַט: בײַ די מענטשלעכע מײַזלעך האָבן אָנגעהויבן צו שפּראָצן בלאַטערלעך און אָדערלעך וואָס ציִען זיך צום מוח. און דער סוף איז געווען אַז זיי האָבן אָנגעהויבן צו פֿײַפֿן, נישט אויף הויך־לשון, נאָר אויף לינדערע און לאַשטשענדיקע טענער, ווי איינער למשל אַ מאַנצביל וואָס אַרבעט מיט דער קאַנאַליזאַציע. ווען ער דערזעט געטאָקטע פֿיסלעך פֿון אַ דאַמע, גיט אַ פֿײַף: “קוק אָן די ליאַלקע!"
דער זעלביקער דאָקטאָר לאָזט אונדז וויסן, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַרום צוואַנציק מיליאָן “DNA" אונטערשיידן צווישן די שפּראַך־רעדנדיקע מענטשן ווען מען גלײַכט זיי צו צו אַ טשימפּאַנזע. אויף צו פֿאַרזיכערן, אַז די טשימפּאַנזע זאָל פֿאַרשטיין וואָס מען וויל פֿון איר, דאַרף מען אַרײַנשפּריצן אין איר די שפּראַך־רעדנדיקע גענע. אָבער גענעטיש איז עס דערווײַל נישט דערלויבט. דערקלערט דער דאָקטאָר ענאַרד: “האָט מען זיך גענומען צו די מײַז, און מיר ווייסן גאַנץ גוט, אַז כּמעט אַלע עקספּערימענטן מיט נײַע מעדיקאַמענטן און נײַע אויסגעפֿינסן אין דער מעדיצין, פּרובירט מען אויס קודם אויף די לאַבאָראַטאָריעס־מײַז." זײַנען מיר דאָך עפּעס אַחינו־בני־ישׂראל, נישט יענע זויערקרויט מיט ווינערשניצל מעדיצינישע צעלייגערס. איז געקומען ד״ר גערי מאַרקוס, פֿון ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, און ער האָט דווקא געלויבט דעם עקספּערימענט מיט די מײַז אין דײַטשלאַנד. אָבער זײַן בליק אויף דער זאַך האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ דרשה וואָס גייט אַזוי:
“עס וואָלט טאַקע געווען פֿאַנטאַסטיש און שרעקלעך אינטערעסאַנט, אויב די חבֿרה אין דײַטשלאַנד וואָלטן צום סוף געקענט כאַפּן אַ שטיקל שמועס מיט אַ מויז."
דעם אמת געזאָגט, בין איך אַליין אַ דערשראָקן מײַזל, ווען עס קומט צו מײַז. זיי אַפּעלירן בכלל נישט צו מיר. פֿאַרקערט, זיי שרעקן מיך. איך געדענק, ווען מיר האָבן געוווינט אין ארץ־ישׂראל, זײַנען די מײַזלעך געווען אונדזערע קוואַרטיראַנטן און מיטגעוווינט מיט אונדז. פֿלעג איך אַוועקלייגן אַ פּלאַסטיש זעקעלע מיט שטיקעלעך קעז אינעווייניק, דאָס אַרויפֿגעלייגט אויפֿן אויוון און אַרום דער שאַנק מיט פּראָדוקטן. אין דער פֿרי האָבן זיך שוין אַ פּאָר מײַזלעך גערויעט אין די פּלאַסטישע זעקלעך. פֿלעג איך זיי כאַפּן, פֿאַרבינדן די פּלאַסטישע זעקעלעך, און מיטגענומען זיי אין אויטאָ. ווי נאָר איך בין אָנגעקומען צום כּבֿיש־חיפֿה, וווּ עס רודערט זיך מיט אַ שווערער באַוועגונג. פֿלעג איך זיי באַפֿרײַען און צוריק אַהיימפֿאָרן. ווער, מיינט, איז געקומען דער ערשטער אַהיים? די מײַזלעך!
וואָס אַן אמת, האָב איך ערשט די טעג געזען אַ גאַנץ שפּאָרע שטשורע אויף דער 125סטער גאַס, אין אַ סאָבוויי־סטאַנציע, און עס האָט מיך אַרומגענומען אַן עקל. כאָטש ווען איך זע אַ גרויע וועווערקע אויפֿן קאַמפּוס פֿון קאָלומביע, מיט איר פּולעכדיק, פּוכיק, גרוי עקעלע, ווי זי גראָבט אין די גראָזן און זוכט דאָרט דעם נעכטיקן טאָג. ס’הייסט, אפֿשר דאָ האָט זי באַגראָבן איר ניסעלע, וואָס זי האָט געפֿונען על־פּי נס פֿאַראַיאָרן. און איצט, ווען דער ווינטער איז פֿאַרבײַ, איז צײַט זיך צו פּאָסמאַקעווען.
דאָס מאָל האָב איך באַשלאָסן נישט צו וואַרטן. צו וואָס פֿאַרלירן צײַט ביז די מײַז וועלן זיך אויסלערנען די מויל־מלאָכה. וועל איך פֿאַרפֿירן אַ שטיקעלע שמועס מיט אַ רעדנדיק מײַזל. ווי אַזוי האָב איך זיך דאָביוועט דערצו? וועל איך אײַך אויסזאָגן דעם סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. ווען מײַנער אַ חבֿר איז געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, האָב איך אים געבעטן אָפּצושטאַטן אַ וויזיט אין יענעם אינסטיטוט וווּ מען קנעלט מיט די מײַז אײַנשטיינס טעאָריע, און בעטן דעם ד"ר מאַקס פּלאַנק, ער זאָל מיר באַוויליקן אַ מײַזל, ווײַל איך וויל אויסלערנען דאָס מײַזעלע רעדן ייִדיש. דער עיקר, צווישן די קומענדיקע דורות שפּראַך־רעדנדיקע מײַזלעך, זאָל זיך געפֿינען כאָטש איין מײַזל וואָס רעדט מאַמע־לשון.
זײַנען דאָך הײַנט די דײַטשן פֿאַרליבט אין ייִדיש. האָט ער עס מיר באַוויליקט. נאָך אַלעמען, דײַטשלאַנד איז אַ לאַנד וווּ די וויסנשאַפֿט איז געשטאַנען אין פֿולן שוווּנג און בלי. דאָרט האָט מען עקספּערימענטירט אויף וואָס די וועלט שטייט, און נישט נאָר מיט שפּראַך. איך האָב געהאַט אין זינען, אַז איידער די מחנות מײַז הייבן אָן צו שפּרעכן דויטש (Sprechen Deutsch), און איידער די דײַטש־רעדנדיקע מײַז וועלן האָבן די געלעגנהייט אַרײַנצופֿירן דײַטשמעריזמען צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע מײַז, און דערוועגן זיך צו זאָגן: “Die Ostmäuse sind unser Unglück," זאָל איך כאַפּן די פֿיש פֿאַר דער נעץ און נעמען אײַנקנעלן מיטן מײַזל אַ כּלל־ייִדיש, אַ סטאַנדאַרטנעם, הייסט עס, אַ ליטווישן ייִדיש, ווי עס איז פֿאַראַן אין די לערנביכער.
איז ווי נאָר דאָס מײַזל איז אָנגעקומען, אַזוי האָב איך זיך גענומען צו דער אַרבעט. דאָס מײַזל איז געווען שטאַרק הונגעריק, האָב איך אים דערלאַנגט אַ קליין פּאָרציעלע געפֿילטע פֿיש, טשאָלנט, קישקע און יאַפּציק. דאָס מײַזל האָט זיך ממש באַלעקט און געזאָגט:
“דאַס וואַס איסט?" איך האָב אים גלײַך קאָרעגירט און געהייסן זאָגן: “וואָס איז דאָס?" דאָס מײַזל האָט געוואָלט וויסן וואָס איז דאָס פֿאַר אַן עסן? האָב איך אים מסביר געווען, אַז דאָס זײַנען כּשרע ייִדישע מאכלים, אַז בײַ אונדז מישט מען נישט קיין פֿליישיקס מיט קיין מילכיקס און אַז חנוכּה עסט מען לאַטקעס, פּורים — המן־טאַשן, פּסח — מצות און שבֿועות — בלינצעס. די אויגן פֿון דעם מײַזעלע האָבן אויפֿגעשײַנט. האָט זי מיך שוין נישט אָפּגעלאָזט:
“זאָגט מיר, איך בעט אײַך, וואָס זײַט איר? קאַטאָליקן, פּראָטעסטאַנטן, קאַלוויניסטן? גריכישע אָרטאָדאָקסן, מוסולמענער אָדער סתּם אַפּיקורסים."
“מיר זײַנען ייִדן," האָב איך אים צו וויסן געטאָן, “און משה רבנו האָט אונדז אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים און פֿון שקלאַפֿערײַ, און נאָך פֿערציק יאָר אונדז דערפֿירט צום באַרג סיני, און דאָרט דערלאַנגט אונדז די צען געבאָט וואָס מיר היטן אָפּ ווי אַן אויג אין קאָפּ ביזן הײַנטיקן טאָג. און מיר זײַנען אים דאַנקבאַר וואָס ער האָט אונדז אויסגעלייזט, און יעדן פּסח זינגען מיר לויבגעזאַנגען צו גאָט און צו משהן."
“זייער אינטערעסאַנט," האָט דאָס מײַזל געענטפֿערט. “איך וויל נאָך וויסן איין זאַך. זײַנען די מײַז דאָרט אויך אויסגעלייזט געוואָרן? און ווער האָט זיי אויסגעלייזט?"
“משה רבנו האָט געמוזט אויסלייזן די מײַז אויך, האָב איך געזאָגט, “ווײַל זיי זײַנען נאָכגעגאַנגען די מחנה ייִדן אין מידבר, און פֿון זיי גענאָסן קרישקעס מצה און אַפֿיקומן, פֿון די האַרטע אייער און די קניידלעך מיט יויך, די געפֿילטע פֿיש מיט די הינער־בולקעס."
“בין איך צופֿרידן," האָט זיך דאָס מײַזעלע באַלעקט, “ווײַל אויב איך וועל ווערן אַ ייִדישע מויז, מוז איך דערציִען מײַנע קינדער לויט דער ייִדישער אמונה און הלכה."
איך האָב אָפּגעקוואָלן פֿון מײַן שמועס מיטן מײַזל און געהאָפֿט עס זאָל נישט אַסימילירט ווערן און זיך משדך זײַן מיט די אַנדערע מײַז. דערווײַל איז מיר אַדורכגעלאָפֿן אַ פּרעכטיקער געדאַנק אין קאָפּ. צו וואָס די גאַנצע טירחה מיט מײַז? ס’איז דאָך אַרויסגעוואָרפֿענע מי. איך וואָלט בעסער פֿאָרגעלייגט די כאָפּטע דאָקטוירים, פֿאָרשער, וויסנשאַפֿטלער, פּראָפֿעסאָרן און ביאָלאָגן, זיי זאָלן צוטראַכטן און אינזשינירעווען אַ גענע וואָס זאָל אַוועקנעמען פֿון די מענשטן־קינדער דעם מאָרד־אינסטינקט, דעם אייביקן חשק צו געלט, צו יענעמס האָב־און־גוטס, צו זשעדנעקייט, צום שענדן און שעכטן, צום שיסן אָן אַ געוויסן, צו בויען מאָרד־מאַשינעריע, צו רייצן זיך און אונטערשטעלן יענעם אַ פֿיסל, צו טשאַטעווען זיך, צו קאַטעווען. זאָלן זיי זיך נעמען בעסער אויסצוגעפֿינען די גענע וואָס איז די סיבה פֿאַר אונדזער אוניווערסאַלן אומגליק. און יעדעס מאָל וואָס אַ מיידל, אַ ווײַבל און צו מאָל אַ באָבע פֿאַרשוואַנגערט (הײַנט טראָגט אַ באָבע פֿון פֿיר און זעכציק יאָר, און דערוואַרט אַ קינד בקרובֿ), זאָלן די גענעטאָלאָגן, די ביאָלאָגן, די קערפּערלעכע אַרכעאָלאָגן אײַנשפּריצן אין יעדן עמבריאָ, וואָס האַלט ערשט בײַם שפּאַלטן זיך, אײַנשפּריצן דאָס עופֿעלע מיט אַזאַ פֿרידן־גענע, וואָס וועט מאַכן אַ סוף צו די מלחמות, אַ סוף צו מחלוקתן, אַ סוף צו די שיסערײַען און אויפֿרײַסן, אַ סוף צו די מאָרד־מאַשינען.
אין דעם באַשטייט מײַן גענעאָלאָגישער פֿאָרשלאָג. איך נעם נישט אַרויס קיין פּאַטענט דערויף. איך לייג עס פֿאָר בחינם. חבֿרה! קומט, וועל איך מיט אײַך לערנען בלק. לאָזט אָפּ די מײַז, לאָזט אָפּ די טשימפּאַנזעס מיט די גאָרילעס, און אויב מיר שטאַמען פֿון זיי, באַפֿרײַט אונדז פֿון זייערע חיהשע אימפּולסן און לאַפּעס, מאַכט פֿון אונדז מענטשן און לאָזט אונדז לעבן ווי גאָט אין אָדעס. כאָטש ווער ווייסט ווי גאָט אין אָדעס האָט געקענט אויסהאַלטן פֿון שלום־עליכמס מנחם־מענדל און דער אָדעסער בערזע.