פּאָליטיק

פֿאַר נאַכט, דעם 5טן יוני, האָבן די טעלעוויזיע דיקטערס, נאָכמאַכנדיק דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, וועלכער איז אַנומלטן אויפֿגעטראָטן אין קאַיִר, באַגריסט זייערע צושויער מיט די ווערטער: "סאַלאַם אַלייקום!". פֿון איין זײַט איז עס געווען אַן אָנערקענונג צום אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וואָס ער האָט פֿאַרדינט צווישן די דײַטשישע בירגער, בדרך־כּלל — צווישן פֿרויען, און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זיך אין דעם געפֿילט אַ געוויסער חלק איראָניע.

דאָ, אין אייראָפּע, איז די אָבאַמאַ־מאַניע, וועלכע האָט געבליט בעת זײַן וואַל־קאַמפּאַניע, ווי דער ערשטער שוואַרצער קאַנדידאַט צו פֿאַרנעמען דאָס "ווײַסע הויז", זיך צוביסלעך אײַנגעשטילט. פֿאַר וואָס? ווײַל ס‘איז פֿאַרשוווּנדן און שוין כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן זײַן פֿאָרגייער, דער פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. דווקא די איראַציאָנעלע שׂינאה צו בושן מצד די אייראָפּעיִשע לינקע האָט אַרויסגערופֿן פּונקט אַזאַ איראַציאָנעלע אַנטציקונג פֿאַר דעם יונגן און דינאַמישן פֿאָרשטייער פֿון דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער עדה אין אַמעריקע. אָבער נישט נאָר דאָס. די אייראָפּעער שטעלן זיך אַלץ אָפֿטער די פֿראַגע: צי איז אָבאַמאַ בכּוח צו רעאַליזירן זײַנע וואַל־צוזאָגענישן?

אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן פֿון דער גואַנטאַנאַמאָ־באַזע, וואָס בעת דער וואַל־קאָמפּאַניע האָט אָבאַמאַ זי צוגעזאָגט צו שליסן תּיכּף־ומיד. ווי עס איז אָבער געקומען צום שליסן די טורמע, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די טעראָריסטן איז נישטאָ וווּהין אַהינצוטאָן. ווען אָבאַמאַ האָט עס פֿאַרשטאַנען, האָט ער אָנגעהויבן פֿאָדערן בײַ זײַנע אייראָפּעיִשע אַליִיִרטע זיי זאָלן זיי נעמען צו זיך. "איר האָט געפֿאָדערט צו שליסן גואַנטאַנאַמאָ, נעמט זיי געזונטערהייט!" אַ נעכטיקער טאָג! די זעלבע קאַנצלערין מערקעל, וואָס האָט געפֿאָדערט מער פֿון אַלע צו שליסן די טורמע אין קובאַ, האָט זיך קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט מע זאָל די כינעזישע אונגורן אַריבערפֿירן קיין דײַטשלאַנד: איר לאַנד דאַרף זיי נישט האָבן! פֿאַרלויפֿנדיק פֿאָרויס, וויל איך זאָגן, אַז בשעת דער באַגעגעניש אין דרעזדען האָט אָבאַמאַ ווידער געבעטן מערקעל אַריבערצופּעקלען די אונגורן פֿון גואַנטאַנאַמאָ קיין דײַטשלאַנד. מערקעל האָט אויסגעהאַלטן דעם אַמעריקאַנער דראַנג, און אָבאַמאַ איז געבליבן מיט זײַנע טענות.

זייערע אייגענע טענות האָבן די אייראָפּעיִשע פֿעמיניסטקעס, אַ וואָגיקער טייל פֿון דעם אייראָפּעיִשן לינקן פֿראָנט. פֿאַר וואָס? ווײַל בײַ זײַן אויפֿטריט אין קאַיִר, האָט אָבאַמאַ געזאָגט: "די מערבֿ־לעדער דאַרפֿן נישט אָנווײַזן די מוסולמענישע פֿרויען וואָס און ווי אַזוי זיי דאַרפֿן גיין אָנגעטאָן." די אייראָפּעיִשע פֿעמיניסטקעס נעמען אויף די פּאַראַנדזשאַ און כידזשאַב ווי סימבאָלן פֿון פֿרויען־פֿאַרשקלאַפֿטקייט! נאָך אַ גרעסערע אַנטוישונג פֿון אָבאַמאַ איז פֿאַרבונדן מיט זײַנע באַמיִונגען אַרויסצושלעפּן אַמעריקע — און נאָך איר אויך די גאַנצע וועלט — פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס, וואָס קיין ממשותדיקע רעזולטאַטן זײַנען דערווײַל נישטאָ. אין אייראָפּע האַלט מען דאָך ביז הײַנט, אַז אין דעם אַלוועלטלעכן פֿינאַנץ־קריזיס איז שולדיק אַמעריקע; מוז אַמעריקע אַרויסשלעפּן פֿון אים זיך אַליין און די גאַנצע וועלט, ווי באַראָן מונכאַוזען האָט אַרויסגעשלעפּט זיך און זײַן פֿערד פֿונעם זומפּ.

און כאָטש די רייען פֿון אָבאַמאַ־אָנהענגער אין אייראָפּע זײַנען געוואָרן שיטערער, איז ער נאָך אַלץ אַ שטיקל קומיר. אָבער די פּאָליטיקער אין בערלין און פּאַריז, ווי אויך אין אַנדערע לענדער, האַלטן, אַז דער האָניק־חודש אין די באַציִונגען מיט אַמעריקע איז שוין פֿאַרבײַ — צו פֿיל סתּירות שטעקן אַרויס. באַזונדערס שאַרף האָבן זיי זיך אַרויסגעוויזן לעצטנס, ווען אָבאַמאַ האָט גערופֿן אייראָפּע אײַנצושליסן טערקײַ אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. ווי באַוווּסט, איז בערלין און פּאַריז קעגן דעם. האָט מען אָבאַמאַן גלײַך געזאָגט: אפֿשר וועט איר אײַנשליסן טערקײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי דעם 51סטן שטאַט!

די דײַטשישע פּאָליטיקער זײַנען אויך נישט צופֿרידן מיט אָבאַמאַס פֿאָדערונגען צו פֿאַרגרעסערן דעם מיליטערישן קאָנטינגענט אין אַפֿגאַניסטאַן און דערמיט צווינגען די דײַטשישע סאָלדאַטן זיך צו באַטייליקן אין די שלאַכטן קעגן דעם "טאַליבאַן". אויב מע נעמט אין אַכט, אַז די פּאַציפֿיסטישע שטימונגען האָבן זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט, קאָן אַזאַ פּשרה זיך ביטער אָפּרופֿן אויף דער איצטיקער רעגירנדיקער קאָאַליציע. יעדנפֿאַלס, מע קאָן זײַן זיכער, אַז צען־צוואַנציק אומגעקומענע דײַטשישע סאָלדאַטן אין אַפֿגאַניסטאַן קאָנען ברענגען צום פֿאַלן פֿון מערקעלס רעגירונג.

נאָך אַ גרעסערע אומצופֿרידנקייט בײַ די אייראָפּעיִשע פּאָליטיקער און עקאָנאָמיסטן רופֿט אַרויס די עגאָיִסטישע אויפֿפֿירונג פֿון וואַשינגטאָן מכּוח דעם אַרויסקריכן פֿונעם עקאָנאָמישן וועלט־קריזיס. דער דאָזיקער עגאָיִזם האָט זיך בולט אויסגעדריקט לעצטנס אינעם ענין פֿון ראַטעווען די אויטאָ־פֿאַבריקן פֿון "אָפּעל", אַ פֿיליאַל פֿונעם קאָנצערן "דזשענעראַל מאָטאָרס" אין אייראָפּע. ווען פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט באַשלאָסן אויסצוטיילן דעם באַנקראָטירטן קאָנצערן הילף פֿון 30 (!) מיליאַרד דאָלאַר, האָט דער אייראָפּעיִשער פֿיליאַל נישט באַקומען פֿון די ריזיקע געלטער קיין איין סענט. נאָך מער, דער אַמעריקאַנער באַנקראָט, נישט געקוקט אויף זײַן אונטערגאַנג, איז נישט מסכּים געווען אין גאַנצן אָפּצולאָזן "אָפּעל" אויף דער פֿרײַ. דאָס צווייפֿלהאַפֿטיקע געשעפֿטל פֿון פֿאַרקויפֿן "אָפּעל" צום קאָנסאָרציום, וווּ אַ ממשותדיקער חלק וועט געהערן צו רוסלאַנד, האָט געבראַכט דערצו, אַז "דזשענעראַל מאָטאָרס" האָט זיך געלאָזט 30% אַקציעס און פֿאָדערט אים אויסצוצאָלן 6.5 מיליאַרד דאָלאַר!

איצט וועגן די 20 שעה פֿון אָבאַמאַס וויזיט אין דײַטשלאַנד. ס‘רובֿ אַנאַליטיקער ווײַזן אָן אויף דעם פֿאַקט, אַז ווייניק ווער פֿאַרשטייט, פֿאַר וואָס האָט אַזאַ וויזיט צום "הויפּט־אַליִיִרטן" געזאָלט זײַן אַזוי באַגרענעצט. מע האַלט, אַז דער באַזוך אין בוכנוואַלד האָט אָבאַמאַ געדאַרפֿט האָבן, כּדי אָפּצוקילן די פֿלאַמיקע היץ פֿון זײַן אויפֿטריט אין קאַיִר. ער נייטיקט זיך נאָך דערווײַל אין דער שטיצע פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. מיט אַזאַ מיינונג איז שווער נישט מסכּים צו זײַן.

צוריק גערעדט, די באַמיִונגען פֿון אָבאַמאַ צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט דער מוסולמענישער וועלט רופֿן אַרויס בײַ די אייראָפּעיִשע אַנאַליטיקער מער פֿראַגעס און סקעפּטיציזם, איידער אַ זיכערקייט, אַז די איניציאַטיוו וועט האָבן אַ דערפֿאָלגרײַכן סוף. עס ווערט באַטאָנט, אַז ס‘איז זייער גוט, וואָס אָבאַמאַ וויל שליסן אַ דזשענטלמענישן אָפּמאַך מיט דער איסלאַמישער וועלט; אָבער צו דעם דאַרפֿן זײַן, אַמווייניקסטן, צוויי דזשענטלמענער! ווער זשע איז ער, דער צווייטער דזשענטלמאַן? דער סאַודישער קעניג? דער עגיפּטישער פּרעזידענט אָדער די פֿירער פֿון "אַל־קײַדאַ", "כאַמאַס" אָדער "כעזבאָלאַ"?

די קאָמענטאַטאָרן האָבן אויך געלייגט אַכט אויף דעם, אַז כאָטש אָבאַמאַ רעדט טאַקע וועגן דעמאָקראַטיע, דרייט ער אַ ליבע מיט די דיקטאַטאָרן און טיראַנען. אמת, דער באַגריף "דעמאָקאַטיע" האָט, אין די אויגן פֿון די מוסולמענער אין דער וועלט, גענוג פֿאַרשמירט אָבאַמאַס פֿאָרגייער, דזשאָרדזש בוש. ווייניק ווער אין אייראָפּע איז צופֿרידן דערפֿון, וואָס די אַמעריקאַנער פּאָליטיק בנוגע דער מוסולמענישער וועלט, האַלט זיך אויף די באַציִונגען מיט מיטל־עלטערלעכע סאַטראַפּן און מאָדערנע דיקטאַטאָרן.

מעגלעך, אַז די רעדע פֿון אָבאַמאַ אין קאַיִר איז אַ מוסטער פֿון אָראַטאָרישער קונסט. פֿונדעסטוועגן, פֿילט מען נישט אין זײַנע רייד, אַז ער האָט אַ "ווײַטע פּערספּעקטיוו" פֿון לייזן די אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען; אַ לאַנגדויערנדיקע ליניע פֿון וואַשינגטאָן אין שײַכות מיט דער מוסולמענישער וועלט גופֿא, וואָס באַראַק אָבאַמאַ וויל צו איר אויסדריין זײַן לאַנד. דווקא אָט דאָס אויסדרייען אַמעריקע מיטן פּנים צו דער איסלאַמישער וועלט, רופֿט אַרויס בײַ די דײַטשישע קאָמענטאַטאָרן דעם חשד, אַז הײַנט רעדט אָבאַמאַ האַרבע דיבורים וועגן ישׂראל, און מאָרגן קאָן ער אַזוי רעדן וועגן גאַנץ אייראָפּע.

עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט זעט די פּראָבלעמען און סתּירות פֿון מערבֿ־אייראָפּע און מיזרח־אייראָפּע, רוסלאַנד און אוקראַיִנע ווי אַ מין ירושה פֿון די אַמאָליקע אַמעריקאַנער־אייראָפּעיִשע באַציִונגען, וואָס ס‘איז שוין די צײַט מע זאָל וועגן דעם רעדן נאָר אין די לערנביכער.