קהילה־לעבן, פּובליציסטיק
די זאַמלערס": איילבילד פֿונעם דעמאָלטיקן סטודענט דזשאַן ביגערס, 1943"
די זאַמלערס": איילבילד פֿונעם דעמאָלטיקן סטודענט דזשאַן ביגערס, 1943"

עס איז גוט באַקאַנט, אַז די "נײַע שול" (New School), אין ניו־יאָרק, איז געשאַפֿן געוואָרן מיטן געדאַנק צו העלפֿן מיט אַרבעט די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן פֿון דײַטשלאַנד, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייערע פּאָסטנס, אָדער נישט געקענט באַקומען קיין פּאָסטנס, אָדער געמוזט פּשוט אַנטלויפֿן פֿון היטלערן כּדי צו ראַטעווען זיך דאָס לעבן. אויך די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן פֿון פֿראַנקרײַך האָבן געפֿונען אַן אַקאַדעמישע היים אין דער דאָזיקער שול. נישט געקוקט אויף די רדיפֿות און פּלאָגן וואָס די ייִדן אין אייראָפּע האָבן מיטגעמאַכט אין די 1930ער יאָרן, האָט אַמעריקע זיי נישט אַזוי לײַכט אַרײַנגעלאָזט אין יענער צײַט. אַפֿילו בעת דעם חורבן און נאָך דער מלחמה איז דאָס עמיגרירן קיין אַמעריקע אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. 12% פֿון די פּראָפֿעסאָרן אין דײַטשלאַנד זענען געווען ייִדן, ווען, אין 1933, האָט דער היטלער־רעזשים זיי אָנגעהויבן אָפּצוזאָגן פֿון דער אַרבעט.

וועגן איין אומבאַקאַנט קאַפּיטל פֿון דער געשיכטע פֿון ראַטעווען די ייִדישע אַקאַדעמיקער בעת דעם חורבן, קען מען איצט זען אויף דער אויסשטעלונג בײַם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה". די אויסשטעלונג הייסט "נישט געקוקט אויפֿן האַקנקרייץ און ׳דזשים קראָו׳: ייִדישע פּליטים־פּראָפֿעסאָרן אין שוואַרצע קאָלעדזשעס". זי ברענגט אַרויס בולטע פּאַראַלעלן צווישן די צוויי אונטערגעדריקטע פֿעלקער, די ייִדן און די שוואַרצע, און ווי ביידע גרופּעס האָבן זיך דערנענטערט אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה. "דזשים קראָו" הייסט די אַנטי־שוואַרצע פּאָליטיק, וואָס די דרומדיקע שטאַטן אין אַמעריקע האָבן אײַנגעפֿירט ביז די 1970ער יאָרן.

אין די 1930ער יאָרן האָט די שוואַרצע פּרעסע אין אַמעריקע שוין באַמערקט די ענלעכקייטן צווישן נאַציזם און די "דזשים קראָו"־געזעצן אין לאַנד. "עס פֿרייט אונדז וואָס די אַמעריקאַנער צײַטונגען פֿאַרדאַמען די דײַטשע נאַצי־רדיפֿות. ס‘איז אַ גוטער סימן, אַז אפֿשר וועלן זיי אַנטדעקן דעם נאַציזם וואָס געפֿינט זיך גלײַך בײַ דער שוועל פֿון זייער טיר", האָט די צײַטונג "אַפֿראָ־אַמעריקאַנער" געשריבן אין 1935.

גרויסע נעמען, ווי אַלבערט אײַנשטיין האָבן אַוודאי נישט געהאַט קיין שוועריקייטן בײַם געפֿינען אַרבעט אין אַמעריקע, אָבער ווייניקער באַקאַנטע לערערס האָבן געהאַט גרויסע צרות. אַמעריקע איז געווען נאָך אין אַ דעפּרעסיע־מצבֿ; די שטימונג אין לאַנד איז געווען פֿול מיט אַנטיסעמיטיזם און קסענאָפֿאָביע. צום טייל האָבן די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן אין די שוואַרצע קאָלעדזשעס זיך געפֿילט מער באַקוועם, ווי זייערע קאָלעגעס אין די ווײַסע אוניווערסיטעטן.

פּראָפֿ׳ לאָרי ראַסמוסען קלײַבט באַוול
מיט אירע סטודענטן, 1949
פּראָפֿ׳ לאָרי ראַסמוסען קלײַבט באַוול מיט אירע סטודענטן, 1949

מער ווי 50 ייִדישע פּראָפֿעסאָרן פֿון עסטרײַך און דײַטשלאַנד האָבן געפֿונען פּאָזיציעס אין די שוואַרצע קאָלעדזשעס. די אינסטיטוציעס זענען געשאַפֿן געוואָרן באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון די שוואַרצע שקלאַפֿן אין די 1860ער, 1870ער און 1880ער יאָרן. די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן האָבן זיך גיך צוגעוווינט צו זייער נײַער וועלט, און די השפּעה וואָס זיי האָבן איבערגעלאָזט אויף זייערע סטודענטן, מיט זייער פֿרישן פּערספּעקטיוו אויף דער אונטערדריקונג און זייערע ליבעראַלע מיינונגען וועגן ראַסע ברענגט מען אַרויס בײַ דער אויסשטעלונג. די באַציִונגען צווישן די ייִדישע לערערס און שוואַרצע סטודענטן ווערן רירנדיק באַטאָנט. די קוראַטאָרן האָבן אינטערוויויִרט סײַ די אַמאָליקע סטודענטן, הײַנט עלטערע לײַט, סײַ די פּראָפֿעסאָרן, און מע קען זען די אינטערוויוען אויף טעלעוויזאָרן אין דער גאַלעריע.

דער מוזיי גיט זיך ספּעציעל אָפּ מיט די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן: ערנסט באָרינסקי פֿון "טוגאַלו־קאָלעדזש", (סאָציאָלאָגיע), דזשאַן הערץ פֿון האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, (פּאָליטישע וויסנשאַפֿט), וויקטאָר לאָווענפֿעלד פֿון "האַמפּטאָן־אוניווערסיטעט" (קונסט), און זייערע סטודענטן — ד״ר דזשויס לאַדנער פֿון "טוגאַלו־קאָלעדזש", וועלכע איז געוואָרן די ערשטע פּרעזידענטין פֿון "האַרוואַרד"־אוניווערסיטעט, און ד״ר דזשאַסעלין עלדערס פֿון "פֿילאַנדער־שמידט־קאָלעדזש", דער ערשטער שוואַרצער הויפּט־דאָקטאָר אין לאַנד.

טייל לערערס האָבן פֿאַרבראַכט זייערע גאַנצע קאַריערעס אין די שוואַרצע קאָלעדזשעס. ערנסט באָרינסקין האָט מען אַפֿילו באַגראָבן אינעם קאַמפּוס מיטן אויפֿשריפֿט אויף זײַן מצבֿה "ערנסט באָרינסקי, אינספּירירנדיקער לערער". די ייִדישע לערערס האָבן אָפֿן דערציילט די סטודענטן וועגן די ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און שוואַרצע אין דער געשיכטע און געזעלשאַפֿט, און דאָס האָט געהאָלפֿן שאַפֿן ספּעציעל נאָענטע פֿאַרבינדונגען, ווי אויך געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען דרך־ארץ איינער פֿאַרן אַנדערן.

צוליב דער באַציִונג, למשל, האָט די שטאָט וווּ פּראָפֿ׳ באָרינסקי האָט געאַרבעט, אים באַצייכנט ווי אַ "ראַסע־אַגיטאַטאָר" פֿאַר זײַנע באַמיִונגען אײַנצופֿירן אינטעגראַציע. ער פֿלעג פֿאַרבעטן אָנפֿירנדיקע דענקערס פֿון זײַן צײַט צו קומען און האַלטן לעקציעס פֿאַר דער גאַנצער באַפֿעלקערונג, און האָט געבעטן די שוואַרצע סטודענטן, זיי זאָלן קומען פֿריִער און זיך זעצן פֿאַרשפּרייטערהייט אין זאַל, כּדי ווײַסע און שוואַרצע מענטשן זאָלן זיצן אויסגעמישט. דער מיסיסיפּי־צווײַג פֿון דער ציווילער רעכט־אָרגאַניזאַציע — ACLU, טיילט אויס נאָך הײַנט אַן אויסצייכענונג אויפֿן נאָמען פֿון פּראָפֿ׳ באָרינסקי.

פּראָפֿ׳ ערנסט באָרינסקי אין זײַן סאָציאַל־וויסנשאַפֿטלעכער לאַבאַראָטאָריע, 1960
פּראָפֿ׳ ערנסט באָרינסקי אין זײַן סאָציאַל־וויסנשאַפֿטלעכער לאַבאַראָטאָריע, 1960

פּראָפֿעסאָר לאָרי ראַסמוסען מיט איר מאַן האָט מען אַרעסטירט, ווײַל זיי האָבן געגעסן מיטאָג מיט אַ שוואַרצן קאָלעגע. צוערשט האָט די פּאָליציי געמיינט, אַז זי איז אַ דײַטשער שפּיאָן. ווען זי האָט זיי געזאָגט, אַז זי איז אַ ייִדישע, אַ פּליט, האָט די פּאָליציי איר געענטפֿערט: "איר דאַרפֿט זײַן צופֿרידן, וואָס איר זענט אין אַ לאַנד, וווּ ס‘איז דאָ דעמאָקראַטיע און פֿרײַהייט".

"די דײַטש־ייִדישע פּראָפֿעסאָרן האָבן געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק אויף די יונגע שוואַרצע פֿונעם דרום", זאָגט דזשים מיקוויליאַמס, אַן אַמאָליקער סטודענט אין "טאַלאַדעגאַ־קאָלעדזש", הײַנט אַן אַדוואָקאַט — "זיי האָבן אונדז באַקענט מיט נײַער קונסט, מוזיק און נאָוואַטאָרישע אַקאַדעמישע פּראָגראַמען". לערערס, ווי פּראָפֿעסאָר ראַסמוסען, האָבן אויך געמוטיקט זייערע סטודענטן אויסצופֿאָרשן זייער אייגענע געשיכטע און קולטור, און זי איז אַפֿילו אַרויס אין פֿעלד מיט זיי קלײַבן באַוול, ווי זייערע אָבֿות האָבן עס געטאָן.

עטלעכע וויטרינעס אויף דער אויסשטעלונג דערציילן וועגן דער באַציִונג צווישן דעם ייִדישן קונסט־פּראָפֿעסאָר לאָווענפֿעלד און דעם סטודענט דזשאַן ביגערס, וועלכער איז אַליין געוואָרן אַ באַקאַנטער קינסטלער און פּראָפֿעסאָר פֿון קונסט. ביז ער האָט אָנגעהויבן שטודירן קונסט מיט פּראָפֿעסאָר לאָווענפֿעלדן האָט ביגערס בדעה געהאַט צו ווערן אַן אינסטאַלאַטאָר, אָבער באַלד זיך פֿאַרליבט אין דער קונסט.

צווישן די אינטערעסאַנטע אָביעקטן אויף דער אויסשטעלונג: די קבלה פֿון אַ שטראָף, וואָס די ראַסמוסענס האָבן געדאַרפֿט צאָלן, ווען זיי האָבן געגעסן צוזאַמען מיטן שוואַרצן קאָלעגע אין בירמינגהאַם; אייל־בילדער פֿון פּראָפֿ׳ לאָווענפֿעלד און דזשאַן ביגערס, כּדי צו זען די השפּעה, וואָס איינער האָט געהאַט אויפֿן אַנדערן; דאָס חנוכּה־לעמפּל, וואָס פּראָפֿ׳ דזשאָרדזש איגערס האָט מיט זיך געבראַכט פֿון דײַטשלאַנד.

די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿן פֿאַר באַזוכער ביז יאַנואַר 2010. דער אַדרעס פֿונעם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה" איז 36 Battery Place, לעבן "באַטערי־פּאַרק" אין מאַנהעטן.