דעם 4טן יוני 1989 האָט זיך די מעדיאַ באַשעפֿטיקט, דער עיקר, מיט די געשעענישן אין כינע, אויף דעם טיאַנאַנמען-פּלאַץ. דאָס איז געווען דער מאָמענט, ווען די כינעזישע פֿירער האָבן געמוזט אויסקלײַבן דעם ווײַטערדיקן וועג פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון זייער געזעלשאַפֿט: אָדער בלײַבן אַ קאָמוניסטישע מלוכה, אָדער פֿאַרקערעווען אויפֿן דרך פֿון דעמאָקראַטיע. כּדי ניט אַראָפּגיין פֿון די רעלסן, דורכגעלייגט פֿאַרן ערשטן וועג, האָט מען אומברחמנותדיק דערשטיקט די אַרויסטרעטונג פֿון די יונגע כינעזישע לײַט, וואָס האָבן געחלומט וועגן ערנסטע פּאָליטישע רעפֿאָרמען.
אַנשטאָט דעם האָט די רעגירונג אַנטוויקלט עקאָנאָמישע רעפֿאָרמען, וואָס האָבן אין די לעצטע צוויי יאָרצענדליק דראַמאַטיש געביטן אויך דעם סאָציאַלן מהות פֿון דער געזעלשאַפֿט. אָבער די קאָמוניסטישע פּאַרטיי בלײַבט סײַ-ווי-סײַ דער איינציקער לעגיטימער פּאָליטישער כּוח אין דער מדינה.
גאָר אַנדערש האָבן זיך אַנטוויקלט די געשעענישן אין פּוילן, וווּ דעם זעלבן טאָג זײַנען געווען זייער וויכטיקע וואַלן. די קאָמוניסטישע רעגירונג האָט דעמאָלט באַשלאָסן צו געפֿינען אַ פּשרה מיט דער אָפּאָזיציע דורך געבן איר אַ מעגלעכקייט צו באַטייליקן זיך אין פּאָליטישן לעבן פֿון לאַנד. מע האָט געהאַט מורא, אַז אַנדערש וועט זיך דער קריזיס פֿאַרענדיקן מיט אַ בלוטיקן אויפֿשטאַנד. די עקאָנאָמיע פֿון פּוילן איז אַרײַן אין אַ טעמפּן ווינקל. די אינפֿלאַציע האָט דערגרייכט 350 פּראָצענט, און מע האָט ניט געזען, ווי אַזוי מע האָט זי געקענט אָפּשטעלן. ס׳איז ניט געווען מיט וואָס צו צאָלן די אויסלענדישע קרעדיטאָרן — דער מלוכישער חובֿ איז געווען 40 ביליאָן דאָלאַר, און די אינדוסטריע האָט אויסגעאַרבעט ווייניק סחורה, וועלכע מע האָט געקענט פֿאַרקויפֿן אין מערבֿ.
מענטשן פֿלעגן אָפּשטיין לאַנגע שעהען אין קראָמען. מע דערציילט אַזאַ געשיכטע פֿון יענער צײַט: אַ פֿרוי האָט פֿאַרבראַכט אַ סך שעה אין אַ ריי נאָך טעלעוויזיעס. אָבער צו דער צײַט, ווען זי האָט סוף-כּל-סוף באַקומען די מעגלעכקייט צו באַצאָלן, איז דער זלאָטע געוואָרן ביליקער, און דער פֿרוי האָבן געפֿעלט 80,000 זלאָטעס כּדי זי זאָל קענען באַצאָלן פֿאַר דער געגאַרטער קניה. דער עולם איז געווען באַרעמהאַרציק צו איר — מע האָט איר דערלויבט צו גיין אַהיים און קומען צוריק אָן פֿאַרלירן דאָס אָרט אין דער ריי. דערווײַל האָט זיך אונטערגעדרייט עפּעס אַ מאַנצביל, וואָס האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי איר מאַן, און האָט איר אויסגעכאַפּט די מציאה.
מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אין וואַרשע אין האַרבסט 1990, ווען דער עקאָנאָמישער מצבֿ האָט זיך היפּש פֿאַרבעסערט. אָבער אַלץ האָט נאָך סײַ-ווי-סײַ געקאָסט טויזנטער, און די גאַנצע שטאָט — לכל-הפּחות, אין צענטער — האָט אויסגעזען ווי אַ גרויסער יריד. אויף וויפֿל איך געדענק, זײַנען קיין לאַנגע רייען שוין ניט געווען. עס האָט זיך אויך פֿאַרגעדענקט, אַז מיר האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן דער הויכער פּרײַז אויף ברויט, וואָס איז געווען ניט צו פֿאַרגלײַכן טײַערער ווי אין מאָסקווע, פֿון וואַנען איך בין דעמאָלט געקומען.
כּדי אויסצומײַדן אַ רעוואָלוציאָנערע סיטואַציע, האָט מען אין פֿרילינג 1989 דורכגעפֿירט אַ “רונדן טיש", אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט די רעגירונג און די קאָמוניסטישע פּאַרטיי; די פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירך, וואָס האָט תּמיד, אַפֿילו אין די קאָמוניסטישע צײַטן, געהאַט שטאַרקע פּאַזיציעס אין דער געזעלשאַפֿט; און די אָפּאָזיציע, וועלכע האָט זיך גרופּירט אַרום דעם ניט-אָפֿיציעלן פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין Solidarność (סאָלידאַריטעט). דעמאָלט האָט מען זיך צונויפֿגערעדט, אַז די אָפּאָזיציע וועט באַקומען אַ מעגלעכקייט צו זײַן פֿאָרגעשטעלט אין דעם נײַעם פּאַרלאַמענט. אַ סבֿרא, אַז די פּוילישע מנהיגים האָבן געהאָפֿט אַרויסצולאָזן דערמיט די פּאַרע פֿון דער אָנגעגליטער געזעלשאַפֿט.
דעם 4טן יוני 1989 האָט די באַפֿעלקערונג אויסגעוויילט אָפּאָזיציאָנעלע קאַנדידאַטן אויף אַלע ערטער, וועלכע מע האָט (לויט דער צונויפֿגערעדקייט בײַם “רונדן טיש") אויסגעטיילט פֿאַר פֿרײַער קאָנקורענץ. די איבעריקע ערטער זײַנען, ווי אין די פֿריִערדיקע וואַלן, פֿאַרבליבן רעזערווירט פֿאַר די קאָמוניסטן און די פּאָר קלענערע פּאַרטייען, וועלכע זײַנען תּמיד געווען סאַטעליטן פֿון די קאָמוניסטן. אָבער איצט זײַנען די דאָזיקע סאַטעליטן אַריבער צו דער אָפּאָזיציע, און דאָס האָט פֿאַקטיש געמיינט אַ סוף צום קאָמוניזם אין פּוילן.
דער מוסטער פֿון פּוילן האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער צעפֿאַלונג פֿון דעם גאַנצן וואַרשעווער בלאָק. אונגאַרן האָט אין גיכן געעפֿנט איר גרענעץ מיט עסטרײַך. דורך אונגאַרן האָבן טויזנטער מיזרח-דײַטשן גענומען אַנטלויפֿן אין מערבֿ. דעם פּראָצעס האָט מען שוין ניט געקענט אָפּשטעלן, בפֿרט נאָך, אַז דער הויפּט-קאָמפּאָנענט, דער סאָוועטישער, האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט אַ “פּערעסטרויקע".
מע זאָגט, אַז זייער אַ סך פּאָליאַקן זײַנען ניט צופֿרידן מיט דעם איצטיקן מצבֿ, און אַז אַפֿילו לעך וואַלענסאַ, דער לעגענדאַרער פֿירער פֿון Solidarność און דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער נאָך־קאָמוניסטישער מדינה, האָט אַ זאָג געטאָן: “איך האָב ניט געקעמפֿט פֿאַר אַזאַ פּוילן". און דאָך איז פּוילן געוואָרן איינע פֿון די סאַמע סטאַבילע אייראָפּעיִשע לענדער — אי פּאָליטיש, אי עקאָנאָמיש. מע זעט עס באַזונדערס בולט הײַנט, בעת דעם גלאָבאַלן קריזיס.