ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ אילנה שוהמי
פּראָפֿ׳ אילנה שוהמי

אין משך פֿון צענדליקער יאָרן נאָכן נאַצי־חורבן האָט זיך די שארית־הפּליטה געשעמט צו דערציילן איינער דעם אַנדערן, זייערע אייגענע קינדער און דער וועלט בכלל, וועגן די קאָשמאַרן וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט. צו גרויס איז געווען זייער פּײַן און צו טיף זייער ווייטיק און בושה וועגן דעם אַלץ וואָס ס’איז מיט זיי פֿאָרגעקומען. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָט מען געהאַט גענוג כּוח דאָס אַלץ צו דערציילן אויף אַ דעטאַליזירטן אופֿן. און אַפֿילו די דײַטשן האָבן גענומען פֿאַרשטיין, אַז אויך זיי האָבן אַ חובֿ כאָטש צו דערציילן און מיט עפּעס מתקן צו זײַן אין שײַכות דערמיט. אַן ענלעכער פּראָצעס קומט לעצטנס פֿאָר בשײַכות מיט דערציילן די פּרטים פֿון די רדיפֿות קעגן ייִדיש און אַנדערע לשונות וואָס דער ציוניזם האָט אויף זיי געהאַט געוואָרפֿן אַן אומחן אין די פֿריִע 1930ער יאָרן.

דער שוהמי־פּראָיעקט

איינע פֿון די נײַע אויספֿאָרשער וועגן דעם ווי דער ייִשובֿ האָט אַרויפֿגעצוווּנגען און דורכגעפֿירט די ציוניסטישע שפּראַך־פּאָליטיק איז פּראָפֿ’ אילנה שוהמי (איילאַנאַ שאַהאַמי) פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, איצט, אַן אינטערנאַציאָנאַל־באַקאַנטע סאָציאָלינגוויסטין, וואָס האָט אויף דעם ברייטערן שטח פֿון שפּראַך־פּלאַנירונג, שוין אַרויסגעגעבן שיינע עטלעכע וויכטיקע ביכער און פֿאָרש־אַרבעטן. זי האָט לעצטנס אײַנגעפֿירט דעם באַגריף פֿון די בפֿירושדיקע און באַהאַלטענע “מעכאַניזמען" דורך וועלכע אַ שפּראַך־פּאָליטיק דערגייט פֿון “אומר" צו “עושׂה". מיט אָט דעם באַגריף האָט זי זיך לעצטנס באַנוצט אין שײַכות מיט אויספֿאָרשן פֿאַרשיידענע שפּראַך־פּראָבלעמען איבער דער וועלט און, גאָר לעצטנס, האָט זי דעם באַגריף אויך אָנגעווענדט בײַ זיך אין ישׂראל.

שוהמי ברענגט קודם־כּל אַ קורצן איבערבליק איבער דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע און שטעלט זיך אָפּ אויפֿן אָפּמערק, וואָס די השׂכּלה האָט אָפּגעגעבן צום אַרײַנפֿירן לשון־קודש און דאָס ייִדישע פֿאָלק בכלל אינעם גאַנצן לעבנסקרײַז און אין דער אידעען־וועלט פֿון וועלטלעכקייט. אַ דאַנק אָט דער שיטה איז דער ציוניזם אויפֿגעקומען ווי אַ וועלטלעכע באַוועגונג, וואָס האָט נאָך אין 1905 (מיט דרײַ יאָר פֿאַר דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ!), בײַ איר זיבנטן קאָנגרעס, באַשלאָסן אַז די דערציִונגס־סיסטעם אין ארץ־ישׂראל דאַרף זײַן אין גאַנצן אויף העברעיִש. אויף דעם צענטן און עלפֿטן קאָנגרעס (אין 1911 און 1913), האָט מען באַשלאָסן, אַז די ציוניסטישע אַרבעט דאָרטן זאָל געפֿירט ווערן בלויז אויף עבֿרית, ווײַל בלויז עבֿרית איז געווען טאָטאַל פֿאַרבונדן מיטן “נײַעם ייִדן", דעם “עבֿרי", אינעם נײַעם און, לויט הערצלען, נאָך וועלטלעכן היימלאַנד. די נײַע ציוניסטישע פֿירערשאַפֿט האָט ניט געקענט דערלויבן אַן אַלטערנאַטיווע ייִדישע קולטור (אָדער אַפֿילו אַ סוב־קולטור), ווײַל דאָס וואָלט, משמעות, געפֿירט צום דורכפֿאַל פֿון איר אַליין־הערשאַפֿט.

ביז די דרײַסיקער יאָרן איז שוין אין אייניקע קרײַזן געווען שטאַרק אײַנגעפֿונדעוועט די איבערצײַגונג, אַז מען דאַרף אָננעמען “אַגרעסיווע מעטאָדן" כּדי צו פֿאַרטיידיקן עבֿרית, דער עיקר, קעגן ייִדיש פֿון איין זײַט, און קעגן די “יעקעס" — פֿון דער אַנדערער. בלויז דורך דעם צוגאַנג פֿון “רק עבֿרית" האָט מען אפֿשר געקענט שאַפֿן אַ פֿאַראייניקט ייִדיש פֿאָלק אין אַ פֿאַראייניקטן ייִשובֿ. בלויז צוויי אַנדערע לשונות האָבן פֿאַרמאָגט עפּעס אַ זכות: ענגליש (דאָס לשון פֿון דער בריטישער מאַנדאַטן־מאַכט) און אַראַביש (פֿאַר די פּאַלעסטינער). פֿאַר ייִדן איז עבֿרית, משמעות, געווען די איינציקע ברירה און דאָס איינציקע לשון מיט אַ שטאַרקן אידעאָלאָגישן יסוד. די פּראָבלעם איז נאָר געווען, ווי אַזוי אָט די פּראָגראַם דורכצופֿירן, ווען ס’רובֿ ייִדן האָבן דווקא גערעדט גאָר אַנדערע לשונות.

די “מעכאַניזמען" פֿון “ציוניזירן" דעם ייִשובֿ

שוהמי האָט אַחריותדיק דורכשטודירט די פֿאַרשיידענע ישׂראלדיקע אַרכיוון פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז באַשטאַנען מערסטנס פֿון אימיגראַנטן און זייערע הויפּט־לשונות זענען (לויט דער צאָל פֿון זייערע רעדערס): ייִדיש, דײַטש, פּויליש, רוסיש, ענגליש און אונגאַריש. שפּעטער זענען אויך צוגעקומען רומעניש, תּימנער ייִדיש־אַראַביש און אַנדערע מינים ייִדיש־אַראַביזמען. צו זיי האָבן די פֿאַרוואַלטער און אַקטיוויסטן לטובֿת עבֿרית זיך געווענדט דורך בריוו, פֿלוגבלעטלעך, פּלאַקאַטן, געזעצן, פֿאַראָרדענונגען, ראַדיאָ, מיטגלידערשאַפֿט־תּקונות, פּערזענלעכע, עפֿנטלעכע און פּריוואַטע ווענדונגען, וויזיטן (אָפֿט ניט קיין געבעטענע און אינטרוסיווע) בײַ דער אַרבעט און בײַ ייִדן אין די קראָמען, היימען, קלאַסן, קורסן און אַסיפֿות אין שולן, טעאַטערס, קינאָס און אָרגאַניזאַציאָנעלע לאָקאַלן. הכּלל, די באַוועגונג צו באַווירקן אַלעמען לטובֿת עבֿרית איז געווען אַ שטאַרקע, אַ גרויסע, אַ גוט־אָרגאַניזירטע און אַ גוט־פֿינאַנצירטע, וואָס איז, דער עיקר, באַשטאַנען פֿון אָנגעזעענע און מישובֿדיקע מיטגלידער. דורך די געפֿונענע דאָקומענטן ווײַזט שוהמי ווי מען פֿלעגט יחידים איבעררײַסן די רייד אויף די גאַסן (“עבֿרי דבר עבֿרית!") און אויף די אויטאָבוסן; אויסלאַכן, באַליידיקן און אַפֿילו זיי אַרונטערלאָזן פּעטש, פֿאַרשטעלן די טירן פֿון טעאַטערס און זאַלן וווּ די פּראָגראַמען זענען ניט געווען אויף עבֿרית, צעברעכן פֿענצטער פֿון היימען, בנינים און קראָמען, איבעררײַסן געזאַנג־קאָנצערטן, רעפֿעראַטן און ליטעראַרישע אָוונטן, פֿאַרברענען קיאָסקן און אַפֿילו צעשטערן יענעמס האָב־און־גוטס. וואָס איז די באַוועגונג ניט געווען? ניט סובטעל, ניט דעמאָקראַטיש, ניט טאָלעראַנט און ניט אָריענטירט צו געפֿינען אַלטערנאַטיוון אַ חוץ אַרויפֿצווינגערישע.

די אָרגאַניזירונג פֿון “אויפֿקלערונג און איבערצײַגונג"

די העברעיִזירונג־קאַמפּאַניע איז אויך געווען אַן אָפֿיציעלע. עס האָבן מיט איר אָנגעפֿירט פֿאַרשיידענע עפֿנטלעכע, פּאַרטיי־פֿאַרבונדענע לאָקאַלע און לאַנדישע אָרגאַניזאַציעס און פֿירנדיקע יחידים. אַ ביז גאָר וויכטיקער דאָקומענט צווישן די אַלע, וואָס האָבן זיך דערווײַל אָפּגעפֿונען, איז פֿון אַ צווײַג פֿונעם “וועד לאומי" וואָס האָט געהייסן “צו התגוננות המועצה המרכזית להשלטת העברית ביישובֿ" (צענטראַלע דירעקטיוו פֿאַר דעם פֿאַרטיידיקן עבֿרית אינעם ייִשובֿ), דאַטירט דעם 22סטן אויגוסט 1939. אָט די דאָזיקע דירעקטיוו רעכנט אויס די גענויע שפּראַכיקע אויפֿפֿירן וואָס אײַנוווינער פֿונעם ייִשובֿ דאַרפֿן אָפּהיטן. דער גאַנצער ייִשובֿ דאַרף זיך מתחייבֿ זײַן צום עקסקלוסיוון באַנוץ און צו דער דאָמינאַנטער אויטאָריטעט פֿון “אונדזער" העברעיִש לשון. מען מוז צווינגען אַלעמען צו רעדן עבֿרית און נאָר עבֿרית תּמיד און אומעטום. מען דאַרף אָפּהיטן די ריינקייט פֿונעם לשון און יעדע לעקציע, דרשה און פֿאַרזאַמלונג מוז דורכגעפֿירט ווערן בלויז אויף עבֿרית. עבֿרית דאַרף מען זיך לערנען תּיכּף נאָכן אָנקום אין לאַנד, כּדי דאָס לשון זאָל וואָס גיכער ווערן אַ געוווינהייט, אַפֿילו ווען מען באַהערשט נאָך ניט גוט דאָס לשון. אַלע דערוואַקסענע דאַרפֿן זיך רעגלמעסיק שטעלן צו עקזאַמענס, כּדי צו ווײַזן וויפֿל עבֿרית זיי קענען און זי באַטאָנט, אַז די עקזאַמענס דאַרף מען צושטעלן ווען מען גיט אָן אויף צו באַקומען שטעלעס. אַלע דאַרפֿן זיך באַנוצן בלויז מיט העברעיִשע נעמען און די “פֿרעמדשפּראַכיקע" פּרעסע דאַרף טאָטאַל “אויסגעמעקט" ווערן. מען דאַרף זיך באַנוצן בלויז מיט העברעיִשע דאַטעס אין אַלע מודעות, זיך אָנרופֿן איינער דעם אַנדערן בלויז אויף העברעיִש, פֿירן די גאַנצע קאָרעספּאָנדענץ אויף העברעיִש און אײַנשטעלן געריכטן וואָס וועלן זיך פֿירן נאָר אויף העברעיִש. אָט די אַלע זאַכן דאַרפֿן באַטראַכט ווערן ווי פּאַטריאָטישע התחײַבֿותן פֿון יעדן איינעם וואָס וויל צוטראָגן צום אויפֿקום פֿון אַ פֿרײַער ייִדישער מדינה.

ווײַטער איז אויך געפֿאָדערט געוואָרן אַז יעדער ייִשובֿ זאָל איין מאָל אין יאָר דורכפֿירן אַ “יום־העבֿרית", אַז מען זאָל באַשטימען “עבֿרית־אינספּעקטאָרן" אין יעדער אינדוסטריע, אין יעדן פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין, אין יעדן שפּיטאָל, אַלץ כּדי בעסער אויפֿצופּאַסן אויף יעדן באַנוץ פֿון עבֿרית, אַפֿילו ביז צום פֿאַרריכטן דאָס לשון פֿונעם אײַנהיל־פּאַפּירל פֿון דרויסן פֿון אַ שטיקל שאָקאָלאַד, און אויף יעדן מעגלעכן אופֿן צו באַקעמפֿן דאָס פֿאַרשפּרייטן פֿון אַנדערע (“פֿרעמדע") לשונות, כּדי צו הייבן דעם סטאַטוס פֿון עבֿרית. דער “וועד המרכּזי" נעמט זיך אונטער אַרויסצושיקן רעגולער דערהײַנטיקטע פֿראַגע־באַריכטן צו אַלע לאָקאַלע פֿירער און פֿאָרשטייער, וועגן נײַע אופֿנים פֿון שטאַרקן די “געצוווּנגענע מאָטיוואַציע" בײַ דער באַפֿעלקערונג, פֿון פֿאַרפּירסומען ווײַט און ברייט דעם פּאַראָל “עבֿרי דבר עבֿרית!", פֿון אָרגאַניזירן געגנטלעכע אָרגאַניזאַציעס כּדי צו פֿאָדערן אַז יעדע אינסטיטוציע זאָל נאָמינירן לשון־אינספּעקטאָרן און לשון־היטער, נאָמינירן מענטשן וואָס זענען פֿעיִק צוריקצושיקן פֿון דער פּאָסט אַזעלכע בריוו וואָס מען דערקענט אָדער מען האָט אַ חשד, אַז זיי זענען געשריבן אויף “פֿרעמדע" לשונות, היטן אַז דאָקטוירים זאָלן ניט עקזאַמענירן אָדער באַהאַנדלען די פּאַציענטן מיטן באַנוץ פֿון אַנדערע לשונות חוץ פֿון עבֿרית אאַז״וו.

איין דאָקומענט באַרעכטיקט די אַלע אויסגערעכנטע מיטלען דורך דעם וואָס זיי פֿאַרזיכערן “אויף יעדן מעגלעכן אופֿן" דעם עתיד פֿון עבֿרית. “הײַנט (פֿעברואַר 11טן, 1941) האָבן מיר שוין 130 אַזעלכע אינספּעקטאָרן און אַלע זענען מסכּים, אַז זייער אַרבעט איז פֿון אַ גרויסער ווערט". אַן אַנדער חלק פֿונעם זעלבן דאָקומענט רעכנט אויס אַ לאַנגע רשימה פֿון ערטער איבערן גאַנצן לאַנד וווּ ס׳זענען אַנטדעקט געוואָרן “פֿאַרברעכנס קעגן עבֿרית" מצד אָרגאַניזאַציעס און אַז די “פֿאַרברעכערס" האָבן שוין באַקומען וואָרענונגען און זייערע נעמען וועלן פֿאַרפּירסומט ווערן. מען דאַרף פּועלן בײַ פּריוואַטע שולן וואָס לערנען מיט קינדער אויף פֿרעמדע לשונות, אַז זיי זאָלן ניט אָננעמען קיין ייִדישע קינדער. דער שטאָט־עלטסטער פֿון כּרמיאל ווערט באַשולדיקט אין ניט באַנוצן זיך מיט עבֿרית אין אַלע אַרויסגעשיקטע בריוו. דער נאַציאָנאַלער אָרקעסטער (תּל־אָבֿיבֿ) ווערט באַשולדיקט, אַז די מוזיקער רעדן ניט קיין עבֿרית צווישן זיך בעת די רעפּעטיציעס. אין אַ געוויסער שאָקאָלאַד־פֿאַבריק באַנוצט מען זיך מיט “פֿרעמדע לשונות" בעת דער אַרבעט. אַ פּירסום־געזעלשאַפֿט רעקלאַמירט אַ בוך וועגן דיעטעס פֿאַר קראַנקע לײַט וואָס איז געשריבן ניט אויף עבֿרית. די אָפּערע באַנוצט זיך מיט צוויי־שפּראַכיקע פּראָגראַמקעס און מיט רעקלאַמעס וואָס זענען האַלב אויף ענגליש. אַ קאַפֿע־אייגנטימער ווערט באַשולדיקט אין דערלויבן אויסדרוקן וואָס זענען אונטער דעם כּבֿוד פֿון עבֿרית.

שפּראַכיקע אַרענעס פֿון דער סאַמע גרעסטער וויכטיקייט: עפֿנטלעכע ערטער, די היים און דער ביוראָ פֿונעם שטאָט־עלטסטן

פֿון דער סאַמע גרעסטער וויכטיקייט פֿאַרן נצחון פֿון עבֿרית זענען די עפֿנטלעכע שילדן, בפֿרט די שילדן אין קראָמען. “מיר האָבן ווערבירט יונגע מענטשן אין חיפֿה צו קאָנטראָלירן די שילדן אין אַלע הויפּט־ייִשובֿים איבערן לאַנד. זיי האָבן דערווײַל געפֿונען 128 שילדן וואָס האָבן זיך גענייטיקט אין העברעיִש־שפּראַכיקע תּיקונים, נאָך 21 זענען בכלל ניט געווען אויף עבֿרית, 25 האָבן ניט אָפּגעגעבן גענוג אָרט פֿאַרן חלק אויף עבֿרית, 32 האָבן זיך באַנוצט מיט פֿרעמד־שפּראַכיקע ווערטער, נאָך 55 זענען בכלל ניט געווען אויף עבֿרית. מען האָט אַרײַנגעצויגן די באַאַמטע פֿון דער מאַנדאַטן־מאַכט אין פֿאַרשיידענע סיכסוכים, דורך פֿאַרפֿירן פּראָצעסן קעגן די “שילד־פֿאַרברעכער", בפֿרט אין ירושלים און אין תּל־אָבֿיבֿ, ווײַל די מאַכט איז פֿאַראינטערעסירט אין מערשפּראַכיקע שילדן וואָס “פֿאַרמיאוסן די גאַסן און די עפֿנטלעכע ערטער".

אויך דעם ניוואָ פֿון עבֿרית אין דער היים האָט מען געמאָסטן און געווויגן (דורך אינדיווידועל־אַדמיניסטרירטע טעסטן). דעם 21סטן יוני 1939 האָט זיך געדרוקט אַ מודעה אין די הויפּט־צײַטונגען פֿונעם ייִשובֿ, כּדי אָנצוזאָגן די “גוטע בשׂורה" וועגן דעם אײַנפֿירן די טעסטן און צו בעטן די קאָאָפּעראַציע פֿונעם עולם. “הײַנט און מאָרגן וועלן וואָלונטירן אײַך וויזיטירן אין די היימען, כּדי אויסצוגעפֿינען וויפֿל מענטשן עס קענען עבֿרית. אַלע ווערן געבעטן אויפֿצונעמען די חשובֿע געסט מיט דרך־ארץ". די מודעה איז אונטערגעשריבן דורכן לאָקאַלן “קולטור־קאָמיטעט".

פֿון די שטאָט־עלטסטע האָט דער וועד געפֿאָדערט כּסדרדיקע באַריכטן וועגן דעם פּראָגרעס פֿון די אַקטיוויטעטן צו פֿאַרשפּרייטן און באַשיצן עבֿרית. די שטאָט־עלטסטע זענען אויפֿגעפֿאָדערט געוואָרן, דער עיקר, אָנצושטעלן לאָקאַלע צושטעלער פֿון מוניציפּאַלע ידיעות וועגן לשון־קענטענישן אין געגנטן, בײַ אָרגאַניזאַציעס, אינדוסטריעס, געשעפֿטן, ביוראָען, שולן און איינצלנע יחידים. אין אַ בריוו צו די שטאָט־עלטסטע פֿונעם 2טן יוני 1941 האָט מען זיי אָפּגעגעבן קאָמפּלימענטן פֿאַר זייער גוטער אַרבעט לטובֿת עבֿרית, נאָר בײַ זיי געפֿאָדערט אַפֿילו מער איבערגעגעבנקייט כּדי בײַצוקומען אַפּאַטיע און ניט פֿאָרזיכטיקייט לגבי דעם לשון. “מיר מוזן בײַ זיך פֿאָדערן מער באַוווּסטזײַן און מער מעשׂים!"

געוואַלד־מיטלען

נאָך אַ צאָל אַנדערע חבֿרות האָבן געהאָלפֿן די פֿאַרשיידענע קאָמיטעטן וואָס זענען אויפֿגעקומען, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן, פֿאַרטיידיקן און אַרויפֿצווינגען עבֿרית. אייניקע האָבן זיך אַפֿילו קונה־שם געווען מיט דער אַגרעסיווקייט פֿון זייערע מעשׂים. “ייִדן וואָס האָבן צווישן זיך גערעדט ייִדיש זענען באַפֿאַלן געוואָרן אין די גאַסן און מען האָט זיי געצוווּנגען צו רעדן בלויז אויף עבֿרית", האָט איבערגעגעבן אַ מיטגליד פֿונעם “גדוד מגיני השׂפֿה" (מיליציע צו פֿאַרטיידיקן דאָס לשון) אין משך פֿון די 1930ער יאָרן. ער איז געווען 10 יאָר אַלט ווען ער איז רעקרוטירט געוואָרן צו באַשיצן דאָס לשון. “מיר פֿלעגן זיי איבעררײַסן און אָנזידלען און דערנאָך אויפֿהענגען אויף זייערע העמדער בלויע עטיקעטן מיט די ווערטער ‘עבֿרי דבר עבֿרית!’ איך פֿלעג אויך טאָן אַנדערע זאַכן וואָס איך באַדויער זייער הײַנט. למשל, אין תּל־אָבֿיבֿ איז געווען אַ קראָם וואָס האָט זיך גערופֿן ‘באַרטאַ’ און מיר פֿלעגן די קראָם אָפֿט באַוואַרפֿן מיט שטיינער און צעברעכן אירע פֿענצטער, ווײַל זי האָט אַרויסגעשטעלט פֿאַרשיידענע זאַכן מיט שילדעלעך אויף פֿרעמדע לשונות און די אויסגעשטעלטע אַרטיקלען זענען אַפֿילו ניט געמאַכט געוואָרן בײַ אונדז אין לאַנד. און אַנדערע זאַכן האָב איך געטאָן וואָס איצט איז ניט אַזוי אָנגענעם זיך צו דערמאָנען אין זיי. ס’איז, למשל, אין תּל־אָבֿיבֿ געווען אַ זאַל ‘יאַשע חפֿץ’, וווּ מען פֿלעגט ווײַזן פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש. פֿלעגן מיר איבעררײַסן די פֿאָרשטעלונגען דורך געשרייען, געוואַלדעווען און טומלען, ביז מען האָט די פֿאָרשטעלונגען אָפּגערופֿן. דאָס איז דאָך געווען אונדזער הויפּט־ציל".

וואָס מיר ווילן ניט געדענקען: עטלעכע סך־הכּלען פֿון שוהמיס פֿאָרש־אַרבעט

די געבראַכטע דאָקומענטן באַווײַזן אַ צוגאַנג וואָס האָט געצילט “אויסצומעקן" מערסטע “פֿרעמדע לשונות" פֿונעם ייִשובֿ, דער עיקר, ייִדיש און דײַטש, ווײַל זיי זײַנען באַטראַכט געוואָרן ניט נאָר ווי קאָנקורענטן, נאָר ממש ווי געפֿערלעכע שׂונאים וואָס מען האָט געמוזט באַקעמפֿן און אויסראָטן. קלאָר, אַז דאָס איז געווען אַ צוגאַנג פֿון “אָדער־אָדער" און קיין מיטלוועג איז פֿאַר די חבֿרה פֿון די פֿאַרשיידענע “וועדן" און “גדודים" ניט געווען. די ממשלה פֿון עבֿרית איז געווען אַ ציל וואָס האָט געכּשרט אַלע מיטלען. די דאָקומענטן באַווײַזן, אַז קעגן ייִדיש האָט מען זיך באַנוצט מיט סטראַשונקעס, שטראָפֿן, באַליידיקונגען, זילזולים און בזיונות — סײַ אין דער עפֿנטלעכקייט, סײַ אינעם פּריוואַטן לעבן פֿון די בעלי־עבֿירה. ס’איז אויך קלאָר, אַז אָט דער מין “באַשיצונג" פֿון עבֿרית איז ניט בלויז געווען אַ קינדער־שפּיל פֿון צעווילדעוועטע יונגאַטשעס, נאָר אַן אינטעגראַלער טייל פֿון אַ גאַנצער קאַמפּאַניע און אידעאָלאָגיע וואָס האָט אַרומגענומען די “העכסטע פֿענצטער" וואָס האָבן צוזאַמען געשטרעבט אײַנצופֿלאַנצן און שטאַרקן דעם פּאַטריאָטיזם און די געפֿילן פֿון “נאַציע־פֿאָרמירונג" אינעם שנעל־וואַקסנדיקן ייִשובֿ. דאָס איז געווען אַ קאַמפּאַניע וואָס איז אפֿשר גרינגער צו דערקלערן ווי מוחל צו זײַן.

לית מאן דפֿליג, אַז די אויפֿלעבונג פֿון עבֿרית האָט זיך שטאַרק אײַנגעגעבן, נאָר ס’איז מיר אַ גרויסער ספֿק צי די רדיפֿות אויף ייִדיש און אויף אַנדערע “פֿרעמדע לשונות" זענען טאַקע די אמתע גורמים פֿון יענעם נצחון. שפּראַכיקע נצחונות וואַקסן אַרויס פֿון מער פֿונדאַמענטאַלע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע פֿאַקטאָרן ווי דאָס אָנטאָן מענטשן פֿינצטערע צרות בפֿרהסיא און צווישן פֿיר אויגן. די גאַנצע קאָניונקטור איז דעמאָלט געווען אַ ריכטיקע אויף אָנצונעמען אַ פֿאַראייניקנדיק לשון פֿאַר אַ באַפֿעלקערונג פֿון נײַע אימיגראַנטן, געקומענע פֿון אַלע פֿיר עקן וועלט און וועלכע האָבן צובאַקומען נײַע פֿאַראייניקנדיקע איבערצײַגונגען, אַחריותן, צילן און מעגלעכקייטן. ס’איז אויך שטאַרק מעגלעך אַז עבֿרית, ווי דאָס פֿאַראייניקנדיקע לשון, וואָלט פּונקט אַזוי גוט סוף־כּל־סוף געקענט דערפֿילן אָט דעם שליחות אָן רדיפֿות און אָן נגישות. מלוכות (מכּל־שכּן דעמאָקראַטישע) קענען זיך דערלויבן פֿאַרשיידענע לשונות פֿאַר פֿאַרשיידענע פֿונקציעס און פֿאַר פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער טאָטאַלער באַפֿעלקערונג, און דאָך בלײַבן פֿאַראייניקט און זיכער בײַ זיך. דער פֿאַקט איז טאַקע אַז כּך־הווה, די הויפּטשפּראַך אין ישׂראל איז טאַקע עבֿרית, נאָר אַ קורצע נסיעה מיט אַ שטאָטישן אויטאָבוס אָדער אַ שנעלן קוק אויף יעדן צײַטונגס־קיאָסק וועלן קלאָר מאַכן אַז מיר זענען פֿאָרט געבליבן, ווי מיר זענען תּמיד געווען, אַ פֿילשפּראַכיק פֿאָלק מיט די פֿאַרשיידנסטע מיינונגען, איבערצײַגונגען און קולטורן אַ חוץ די פֿאַראייניקנדיקע. אַחדות פֿאָדערט ניט קיין אַרויפֿגעצוווּנגענע “פֿאָלקס־פּאָליציי" כּסדר בודק צו זײַן בײַ אַלעמען די ציצית. והאָ־ראַיה, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז קיין ישועה דערפֿון ניט אַרויסגעקומען און כאָטש דאָס אין תּוך פֿרײַנדלעכע ברודער־לשון, ייִדיש, איז הײַנט שוואַך־שבשוואַך אין ישׂראל, געפֿינען זיך פֿאָרט דאָרטן הײַנט קאָנקורענטן־לשונות וועמען מען טאָר קיין צרות ניט אָנמאַכן און וואָס זענען ווײַט ניט מיט עבֿרית אַזעלכע גוטע ברידער ווי ס’וואָלט הײַנט ייִדיש זיכער געווען.

לאָמיר דאָס געדענקען ווען די כּנסת וועט בקרובֿ ווידער אָפּהאַלטן איר יאָריקע גאָרניט־אויפֿטוענדיקע לויבזיצונג און אירע קליינלעכע זשעסטן אין שײַכות מיט ייִדיש און דזשודעזמאַ. יש אומרים, אַז אַזוינס וועט גאָר בקרובֿ ווידער פֿאָרקומען. “געוויסנסביסע" איז ניט קיין רפֿואה און “מיט ליב האָבן און צוזאָגן אַליין" וועט מען דעם פֿאָרגעקומענעם בראָך ניט מתקן זײַן. כּדי דאָס כאָטש אויף אַ הערעלע צו דערגרייכן, דאַרף די מדינה פֿריִער זיך דערמאָנען לגבי ייִדיש “די זאַכן וואָס זי וויל נאָך אַלץ בעסער ניט געדענקען" און קען דעריבער לגבי זיי קיין ריכטיקע תּשובֿה ניט טאָן עד־היום.