אַ וויכטיקע פּאָליטישע אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין מיטעלן מיזרח: די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין לבֿנון. די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן האָבן איבערראַשט, ווײַל נישט נאָר האָט מען פֿאָרויסגעזאָגט דעם ניצחון פֿון דער שיִיִטישער מיליטאַנטישער "כעזבאָלאַ"; מ׳איז געווען זיכער, אַז דער כעזבאָלישער בלאָק "קאָאַליציע מערץ 8", וועט איבערנעמען די מערהייט אינעם פּאַרלאַמענט. אָבער נאַט אײַך: פּונקט אַ פֿאַרקערטער רעזולטאַט — ס‘רובֿ ערטער אינעם נײַעם פּאַרלאַמענט וועט פֿאַרנעמען די אַזוי גערופֿענע "קאָאַליציע מערץ 14",
בראָש מיט סאַאַד כאַרירי, דער זון פֿונעם דערמאָרדעטן עקס־פּרעמיער, ראַפֿיק כאַרירי — 58 פֿון דער "קאָאַליציע מערץ 8" קעגן 70 ערטער פֿון דער "קאָאַליציע מערץ 14".
ווי מיר ווייסן, ווערט לבֿנון באַטראַכט ווי אַ שטח, וווּ איראַן פֿירט איר אַקטיווע טעטיקייט, פֿינאַנצירנדיק די פֿאַנאַטיקער פֿון "כעזבאָלאַ"; אַ שטח, וווּ סיריע האָט נאָך אַ ממשותדיקע השפּעה אויף דער פּאָליטישער סיטואַציע אינעם לאַנד. אין לבֿנון פֿאַרקניפּן זיך אַ סך אינטערעסן סײַ פֿון דער מערבֿ־וועלט, סײַ פֿון דער אַראַבישער און מוסולמענישער וועלטן און סײַ די זיכערהייט פֿון ישׂראל.
די רעזולטאַטן פֿון די איצטיקע פּאַרלאַמענט־וואַלן, וואָס צו די אָפּשטים־פּונקטן זײַנען געקומען איבער 50% פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָבן געוויזן, אַז ס‘רובֿ פֿון דער דאָזיקער באַפֿעלקערונג וויל נישט פֿילן איבער זיך די שווערע האַנט, וואָס שפּרייט זיך אויס פֿון טעהעראַן און דמשׂק. צי קוקן די ליבאַנעזער מיט מער חשק אויף מערבֿ? צי ווילן זיי שלום מיט ישׂראל? דאָס איז נאָך אַ גרויסע פֿראַגע. זיי ווילן, קודם־כּל, זײַן פֿרײַ פֿון די כּוחות, וואָס ברענגען אין זייער לאַנד אומסטאַבילקייט און מלחמות.
וואָס איז נאָך וויכטיק: די וואַלן אין לבֿנון קאָנען זיך דווקא אָפּרופֿן אויף די פּרעזידענט־וואַלן אין איראַן, וואָס וועלן פֿאָרקומען פֿרײַטיק; צוגעבן דאָרט די פּראָ־דעמאָקראַטישע כּוחות מוט און האָפֿענונג צו באַזיגן דעם איצטיקן פֿאַנאַטישן פּרעזידענט.
צווישן די פֿאַקטאָרן, וואָס האָבן געקאָנט געבן אַ פּאָזיטיוון שטויס אין לבֿנון, ווערט אויך אָנגערופֿן דער אויפֿטריט פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אין קאַיִר.
אַמעריקע: קאָנסולטירן אָדער באַפֿעלן?
איז לאָמיר טאַקע זיך אָפּשטעלן גענויער אויף דער היסטאָרישער רעדע פֿון אָבאַמאַ אין קאַיִר, וואָס ווערט אויפֿגענומען און באַטראַכט פֿאַרשידנאַרטיק, צו מאָל אַפֿילו אָפּגעריסן פֿונעם אַלגעמיינעם קאָנטעקסט.
עס דאַרף באַטאָנט ווערן, אַז אָבאַמאַ, ווי דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן — אַ לאַנד און אַ וועלט פֿאַר זיך — האָט אָנגערירט אַ סך אַספּעקטן פֿון דער ווירקלעכקייט אין דעם ראַיאָן: פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, סאָציאַלע, מאָראַלישע וכּדומה. אָבאַמאַ האָט זיך אַרויסגעזאָגט וועגן זיי, זעענדיק זיי פֿון אויבן, פֿון די הויכע פֿענצטער אין "ווײַסן הויז". און ווען מע קוקט פֿון אויבן, זעט מען די פּראָבלעמען אויבערפֿלעכלעך.
עס וויל זיך אָבער גלייבן, אַז זײַן אַדמיניסטראַציע האָט אויך אַ מער פּרטימדיקן פּלאַן פֿון לייזן די דאָרטיקע פּראָבלעמען. יעדנפֿאַלס, אויף וויפֿל ס‘איז בכלל מעגלעך צו זען און פּראָגנאָזירן עפּעס אין דעם ווייניק־פּראָגנאָזירנדיקן מיטעלן מיזרח, וואָס די מאַכט אין ס‘רובֿ פֿון די דאָרטיקע מלוכות געפֿינט זיך אין די הענט פֿון אַן אויטאָריטאַרן רעזשים.
זעט אויס, אַז די רעגירונגען פֿון די לענדער אין מיטעלן מיזרח זײַנען באַקאַנט מיט אייניקע פּונקטן פֿון דעם אַמעריקאַנער פּלאַן צו ברענגען שלום אָדער כאָטש אַ "פֿרידלעכע פּשרה" די פֿעלקער.
מיר ווילן אָבער באַטאָנען, אַז פּונקט אַזוי ווי מע קאָן נישט אָנבינדן און צווינגען אָנצונעמען דעם נוסח פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע, טאָר מען אין מיטעלן מיזרח נישט אַרויפֿצווינגען דעם אַמעריקאַנער "גוטן ווילן". דער צוגאַנג פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע מוז זײַן אַ קאָנסולטאַטיווער און בשום־אופֿן נישט קיין באַפֿעלערישער.
אמת, די פּאָליטיקער האָבן אַן אויסגעצייכנטן קאָניונקטור־געפֿיל, וואָס קאָן זיי ברענגען צו אַזאַ באַשלוס, וואָס לוינט דעם "גרויסן באָס" פֿון אַמעריקע. דאָס הייסט אָבער נישט, אַז דאָס איז תּמיד אַ ריכטיקער באַשלוס, וועלכער איז גוט פֿאַר אַ קאָנקרעט לאַנד און פֿאַרן אַלגעמיינעם שלום אין דעם היסטאָריש־אומרויִקן ראַיאָן פֿון מיטעלן מיזרח.