פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות זענען באַהאַנדלט געוואָרן די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, און די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט פֿאַר חנוכּת־המזבח. די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דעם, וואָס דער אייבערשטער האָט געהייסן אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן.

אינעם חשבון פֿון די צוועלף שבֿטים, וואָס האָבן געבראַכט די קרבנות אין דער פֿאָריקער פּרשה, זענען אַרײַן די צוויי טיילן פֿון שבֿט יוסף, אַפֿרים און מנשה, אָבער נישט די כּהנים און לוויים. ווי דער הויפּט־דינער פֿונעם משכּן, האָט אַהרן, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־לוי, באַקומען אַ באַזונדערס חשובֿן טייל אין חנוכּת־המזבח.

"בהעלותך את הנרות אל מול פּני־המנורה, יאירו שבֿעת הנרות" — "ווען דו הייבסט אויף די ליכט, קעגנאיבער דעם פּנים פֿון דער מנורה זאָלן ברענען די זיבן ליכט". די קאַוזאַטיווע פֿראַזע "בהעלותך את הנרות" מיינט, בוכשטעבלעך, "ווען דו וועסט גורם זײַן די ליכט זיך אויפֿצוהייבן". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה האָט אויסגענוצט אַזאַ לשון, כּדי אָנצוּווײַזן, אַז מע מוז אָנצינדן יעדע ליכט ווי געהעריק, צו מאַכן זיכער, אַז דער פֿלאַם האַלט זיך סטאַביל און פֿאָדערט נישט דעם זײַטיקן פֿײַער.

הגם רש״יס פּירוש דערקלערט די אומגעוויינטלעכע שפּראַך פֿונעם פּסוק, בלײַבט אָבער אַ קשיא: פֿאַר וואָס דאַרף מען בכלל אָנזאָגן אַ כּהן, וואָס צינדט אָן די מנורה אינעם הייליקסטן אָרט, אַז מע מוז עס טאָן ווי געהעריק? נישט שוין זשע וואָלט אַהרן, אָן אַזאַ בפֿירושן אָנזאָג, אָנגעצונדן די מנורה נישט ווי געהעריק, נאָר "אַבי ווי", נישט וואַרטנדיק, ביז דער פֿלאַם וועט זיך צעברענען ווי עס דאַרף צו זײַן?

לויט רש״יס פּירוש, קאָן דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "בהעלותך", איבערגעזעצט ווערן ווי "צינדט אָן דאָס פֿײַער ווי געהעריק, עס זאָל קאָנען ברענען אָן דײַן הילף". דער קומענדיקער פּסוק דערקלערט, אַז "אַהרן האָט געטאָן, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו". רש״י איז מסביר, אַז די תּורה לויבט אַהרנען פֿאַרן אויספֿירן די מיצווה ריכטיק "און גאָרנישט געביטן". מע זעט, אַז הגם דער דאָזיקער אָנזאָג קלינגט פּשוט און זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, מוז ער טאַקע זײַן זייער וויכטיק.

אינעם זעלבן פּסוק איז פֿאַראַן נאָך אַן אומגעוויינטלעכער אויסדרוק. דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַהרנען אָנצוצינדן די זיבן ליכט "מול פּני המנורה" — "קענגאיבער דעם פּנים פֿון דער מנורה". די חז״ל דערקלערן, אַז די זעקס ליכט, וואָס רינגלען אַרום די צענטראַלע ליכט, דאַרפֿן זײַן אָפּגערוקט פֿון דעם צענטער. אויב אַזוי, פֿאָר וואָס זאָגט די תּורה וועגן אַלע זיבן, און נישט בלויז וועגן זעקס ליכט? די מיטעלע ליכט איז דאָך גופֿא "דאָס פּנים פֿון דער מנורה", צו וועלכן עס דאַרפֿן שטרעבן די אַנדערע ליכט.

מע מוז תּמיד מקיים זײַן די מיצוות לעבעדיק, מיט אַ חידוש, און נישט פֿאַרוואַנדלען זיי אין אַ רוטינע. דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "מי־השילוח", אַז די מעלה פֿון אַהרן הכּהן איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט אָנגעצונדן די ליכט פֿון דער מנורה לעבעדיק, מיט אַן עלעמענט פֿון חידוש; אין דער זעלבער צײַט, אָבער, האָט ער גאָרנישט געביטן, און אָנגעצונדן די ליכט אויף אַ געוויינטלעכן אופֿן.

די תּורה לויבט אים פֿאַר דעם, וואָס ער האָט געקאָנט אַרײַנברענגען לעבעדיקייט און חידושדיקייט אין יעדער זאַך. נישט ווייניק גרויסע חסידישע צדיקים פֿלעגן טאַנצן, שפּרינגען און אַפֿילו קוליען זיך בײַם דאַוונען אָדער בײַם טאָן עפּעס אַ מיצווה. דאָס אָנצינדן ליכט ווי געהעריק, בפֿרט אינעם הייליקן משכּן, איז אָבער דווקא אַ זאַך, וואָס פֿאָדערט רויִקייט און פֿאָרזיכטיקייט. צוליב זײַן גרויסער גײַסטיקער מדרגה, איז אַהרן געווען מסוגל אַרויסצוּווײַזן דעם כּוח פֿון חידוש און לעבעדיקייט אַפֿילו אין אַזאַ "שטילער" עבֿודה.

די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות ווײַזן אָן, בדרך־רמז, ווי אין די חשבונות פֿון די שבֿטים דריקט זיך דאָ אויס דאָס אוניקאַלע חשיבֿות פֿון יעדן באַזונדערן ייִד. די מנורה סימבאָליזירט אויך, אַז יעדער מענטש איז אַ גאַנצער אוניווערס פֿון גײַסטיקע מדרגות און נשמה־כּוחות. הגם די מנורה ווערט געוויינטלעך באַטראַכט ווי אַ ספּעציפֿיש־ייִדישער סימבאָל, האָט זי אויך אַן אוניווערסאַלן באַדײַט.

ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־קבלה, זענען דער מנורהס צווײַגן מיט ליכט מרמז אויף די זיבן ג-טלעכע ספֿירות, וואָס ווערן אַנטפּלעקט אינעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן ווי פֿאַרשיידענע פּסיכאָלאָגישע אַספּעקטן. למשל, דער "ברען" פֿון דער נשמה ווערט צומאָל אַנטפּלעקט אין גוטהאַרציקייט, חסד, און צומאָל אין שטרענגקייט און גבֿורה. זיבן ליכט סימבאָליזירט אויך דאָס מענטשלעכע פּנים, מיט זײַנע צוויי אויגן, צוויי אויערן, צוויי נאָזלעכער און דאָס מויל. דאָס זענען די אינפֿאָרמאַציע־קאַנאַלן, דורך וועלכע דער מענטש בינדט אָן אַ קאָנטאַקט מיט דער אַרומיקער וועלט.

הגם אַלע חושים און פּסיכאָלאָגישע כּוחות זענען טאַקע וויכטיק און העלפֿן זיך צו אָריענטירן אינעם לעבן, איז דער מענטש, דער עיקר, אַ "מדבר" — אַ באַשעפֿעניש, וואָס פֿאַרבינדט זיך מיט די אַנדערע דורך דער שפּראַך. דערפֿאַר קאָן מען זאָגן, אַז דאָס מויל איז דער וויכטיקסטער טייל פֿונעם פּנים, דאָס צענטראַלע "ליכט" פֿון דער "אינערלעכער מנורה", צו וועלכן עס דאַרפֿן אָנגעווענדט ווערן אַלע חושים.

למשל, אויב אַ מענטש האָט אַ פֿײַן מוזיקאַליש געהער און קאָן דערשפּירן טיפֿע רוחניותדיקע אַנטפּלעקונגען אין דער מוזיק, האָבן זײַנע פֿעיִקייטן ווייניק ווערט, אויב ער קאָן זיך נישט צונויפֿרעדן מיט די אַנדערע, אָדער נאָך ערגער — אויב ער באַליידיקט די מענטשן מיט זײַנע רייד. אַוודאי, ס׳איז גוט, אויב אַ מוזיקאַלישער מענטש קאָן איבערגעבן זײַנע השׂגות די אַנדערע, אָדער אויסנוצן זיי פֿאַר אייגענער גײַסטיקער עבֿודה, אָבער די עיקר־מענטשלעכקייט שטעקט אינעם לשון.

בײַם סוף פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי מרים איז געוואָרן במשך פֿון אַ וואָך קראַנק אויף צרעת, "לעפּרע". די חז״ל דערקלערן, אַז דאָס איז געשען צוליב דעם, וואָס זי האָט גערעדט לשון־הרע קעגן איר ברודער, משה רבינו. דער רמב״ן האַלט, אַז ס׳איז דאָ אַ מיצווה צו דערמאָנען די דאָזיקע מעשׂה יעדן טאָג, כּדי זיך אָפּצוהיטן פֿון שלעכטע רייד.

עמעצער קאָן אַמאָל גלייבן, אַז זײַן צונג איז ריין און אָפּגעהיט, ווײַל ער מײַדט פֿאָרמעל אויס געוויסע מינים שמועסן, און פֿאָרט קאָן ער באַליידיקן כּסדר די אַרומיקע מענטשן. דער דיבור גופֿא דאַרף אויך אָנגעווענדט ווערן "מול פּני המנורה", לטובֿת דעם עצם־מענטש און מענטשלעכקייט. אויף דעם איז מרמז די תּורה, אָנזאָגנדיק, אַז אַלע זיבן ליכט פֿון דער מנורה דאַרפֿן זיך שטרעבן צום צענטער, צום "פּנים".