ייִדיש־וועלט
פֿון רעכטס: ד״ר דובֿ־בער קערלער, ד״ר שבֿע צוקער און דער דיכטער משה שקליאַר
פֿון רעכטס: ד״ר דובֿ־בער קערלער, ד״ר שבֿע צוקער און דער דיכטער משה שקליאַר

דעם 16טן מײַ, אין אָוונט, איז פֿאָרגעקומען אינעם "ייִדישן קולטור־קלוב" פֿון לאָס־אַנדזשעלעס אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם זשונראַל "חשבון" און זײַן רעדאַקטאָר משה שקליאַר. עס האָבן זיך באַטייליקט: לילקע מײַזנער, מרים קאָראַל, דובֿ־בער קערלער און משה שקליאַר. ד״ר שבֿע צוקער האָט געהאַלטן אַ רעדע וואָס מיר דרוקן ווײַטער. אויפֿן אַנדערן טאָג איז פֿאָרגעקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישע זשורנאַלן בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט.


מע האָט מיך געבעטן צו רעדן וועגן רעדאַקטירן אַ ייִדיש־זשורנאַל בײַם הײַנטיקן טאָג, ווײַל אונדזער זשורנאַל "אויפֿן שוועל" איז פֿון די געציילטע פֿאַרבליבענע זשורנאַלן וואָס גייען נאָך אַרויס אויף ייִדיש. וועל איך אָנהייבן מיט אַ חסידישער מעשׂה וואָס וועט געבן צו פֿאַרשטיין אונדזער מערכה:

ווען דער בעל־שם־טובֿ האָט געהאַט פֿאַר זיך אַ שווערע עובֿדה, פֿלעגט ער גיין צו אַ געוויסן אָרט אין וואַלד אויף התבודדות. דאָרטן פֿלעגט ער אָנצינדן אַ פֿײַער, זאָגן אַ געוויסע תּפֿילה, און ער האָט געקענט אויספֿירן די אַרבעט.

שפּעטער, ווען זײַן תּלמיד, דער מעזריטשער מגיד, האָט געדאַרפֿט אויספֿירן די זעלבע עובֿדה איז ער געגאַנגען צו דעם זעלבן אָרט אין וואַלד, אָבער ער האָט שוין געהאַט פֿאַרגעסן פּונקט ווי אָנצוצינדן דאָס פֿײַער ווי דער בעש״ט האָט עס געטאָן, און ער האָט געזאָגט, "איך קען מער נישט אָנצינדן דאָס פֿײַער, אָבער איך קען נאָך אַלץ זאָגן די תּפֿילהִ״, און ער האָט אויסגעפֿירט די עובֿדה.

שפּעטער, ווען זײַן תּלמיד, ר׳ משה־לייב סאַסעווער האָט געדאַרפֿט אויספֿירן די זעלבע עובֿדה פֿלעגט ער גיין צו דעם זעלבן אָרט אין וואַלד, אָבער נישט נאָר האָט ער פֿאַרגעסן ווי אָנצוצינדן דאָס פֿײַער, די תּפֿילה האָט ער אויך געהאַט פֿאַרגעסן און ער האָט געזאָגט: "איך קען מער נישט אָנצינדן דאָס פֿײַער און איך קען מער נישט די תּפֿילה, אָבער איך קען יאָ דאָס אָרט און דאָס וועט מוזן סטײַען.״ און עס האָט טאַקע געסטײַעט.

אָבער ווען נאָך אַ דור איז פֿאַרבײַ און ר׳ ישׂראל פֿון ריזשין האָט געדאַרפֿט אויספֿירן די זעלבע עובֿדה, האָט ער זיך אַוועקגעזעצט אויף זײַן גאָלדענער שטול אין זײַן פּאַלאַץ און געזאָגט: "איך קען מער נישט אָנצינדן דאָס פֿײַער און איך קען מער נישט די תּפֿילה, און איך קען אַפֿילו נישט געפֿינען דאָס אָרט אין וואַלד אָבער איך קען נאָך אַלץ דערציילן די מעשׂה און דאָס וועט מוזן סטײַען." און עס האָט טאַקע געסטײַעט.

ווען איך בין מסכּים געווען צו זײַן די רעדאַקטאָרשע פֿון "אויפֿן שוועל" האָב איך אַ סך געטראַכט וועגן די ווערטער. ס׳איז געווען אַ גרויסער כּבֿוד איבערצונעמען פֿון אַזעלכע ריזן ווי מײַן לערער מרדכי שעכטער וואָס האָט למעשׂה רעדאַקטירט דעם זשורנאַל כּמעט 50 יאָר, און פֿאַר אים דער דענקער, דער טרוימער, יצחק־נחמן שטיינבערג, אָבער ס׳איז אויך געווען אַ גרויס אַחריות און אַ מוראדיקער עול. ווי וועלן מיר זיך קענען פֿאַרמעסטן? צי וועלן מיר זיך קענען פֿאַרמעסטן?

אונדזער דור איז דאָך אַזוי פֿיל שוואַכער אין ייִדיש־קענטענישן ווי די פֿריִערדיקע דורות. מיר קענען נישט אָנצינדן דאָס פֿײַער, ס׳רובֿ פֿון אונדז קענען מער נישט די תּפֿילה, דאָס הייסט, דאָס ייִדישע לשון, און דאָס אָרט, מיזרח־אייראָפּע, וווּ עס האָבן געלעבט און געשאַפֿן מיליאָנען ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, עקזיסטירט שוין אויך נישט ווי אַ מאָל. אָבער די פֿון אונדז, וועמען ייִדיש איז ליב און טײַער, קענען, ווי דער ריזשינער, נאָך אַלץ דערציילן די מעשׂה וועגן דעם, ווי אַזוי עס איז געווען און דאָס וועט מוזן סטײַען.

האָבן מיר, די מענטשן אַרום "אויפֿן שוועל", אַלע אַמעריקאַנער־ אָדער קאַנאַדער־געבוירענע, באַשלאָסן, אַז מיר מוזן נישט סתּם דערציילן אַ מעשׂה לשם מעשׂה נאָר אַז בײַם דערציילן דאַרפֿן מיר זיך אײַנלעבן און אַרײַנלעבן אין דער מעשׂה און אויף דער מעשׂה שאַפֿן אונדזערע אייגענע מעשׂיות און אפֿשר אַפֿילו אָצינדן נײַע פֿײַערן.

מיר האָבן געדאַרפֿט קוקן דעם אמת גלײַך אין פּנים אַרײַן און זיך אָפּגעבן אַ דין־וחשבון, מיט וואָס זײַנען מיר שוואַכער פֿון די פֿריִערדיקע דורות און מיט וואָס זײַנען מיר שטאַרקער? די חסרונות און פּגימות זײַנען דאָך קלאָר: שווער צו געפֿינען אַ סך בעלנים אויף אָנצושרײַבן אַ לײַטישן אַרטיקל, — די געבוירענע ייִדיש־רעדערס און — לייענערס גייען אַוועק אין דער אייביקייט. איך דערמאָן זיך אינעם וויץ וועגן דעם ייִדישן צײַטונג־רעדאַקטאָר וואָס זעט ווי אַ לוויה גייט פֿאַרבײַ זײַן פֿענצטער און ער רופֿט אויס צום דרוקער, "דרוקט מיט איין עקזעמפּלאַר ווייניקער". איך וועל זײַן גאַנץ אָפֿן מיט אײַך; יאָ, איך לייען די נעקראָלאָגן אין "פֿאָרווערטס" און קוק באַלד אויף אונדזער פּאָסט־רשימה צו זען, אויב ס׳איז נישט, חלילה, אַוועק אונדזערס אַ לייענער. לעצטנס, האָב איך זיך געשטעלט אַ פּערזענלעכן ציל פֿון פֿאַרבײַטן יעדן פֿאַרשטאָרבענעם לייענער מיט אַ לעבעדיקן. נישט אַזוי גרינג מאַכט זיך דאָס ווי סע רעדט זיך.

איז ווי איז מען גובֿר די אַלע זאַכן? וווּ ליגן אונדזערע שטאַרקייטן? אונדזער כּוח ליגט אין דעם וואָס מיר האָבן באַשלאָסן, אַז דער זשורנאַל מוז זיך בײַטן און זיך צופּאַסן צו אַן אַנדער עולם און אין דעם וואָס מיר האָבן געהאַט די מיטלען דאָס צו טאָן. דער ייִנגערער דור וועט נישט לייענען עפּעס אויף ייִדיש סתּם מקיים צו זײַן די מיצווה פֿון לייענען אויף ייִדיש, ווײַל ס׳איז דאָ גענוג וואָס צו לייענען אָן דעם אויך. איך גלייב אַז לייענערס פֿון ייִדיש האָבן דאָס רעכט צו קריגן אַ זשורנאַל וואָס איז פּונקט אַזוי אינטערעסאַנט און מחיהדיק פֿאַרן אויג ווי די זשורנאַלן, וואָס זיי לייענען אויף ענגליש אָדער אַן אַנדער שפּראַך. דער תּוכן און דאָס אויסזען מוזן גיין צוזאַמען, איינער באַרײַכערט דעם צווייטן.

און דאָ, מוז איך זאָגן, האָט אונדז צוגעשפּילט דאָס מזל, ווײַל וועלכער זשורנאַל וויל נישט זײַן פּונקט אַזוי שיין ווי ער איז אינטערעסאַנט? אָבער דאָס זײַן שיין קאָסט דאָך געלט. מיר האָבן פֿון אַן אין גאַנצן אומגעריכטן קוואַל באַקומען אַ פֿײַנע סומע געלט, וואָס האָט אונדז געשטעלט אויף די פֿיס נאָך דעם ווי מרדכי שעכטער איז קראַנק געוואָרן און מע האָט שיִער נישט געהאַלטן בײַם פֿאַרמאַכן דאָס "געשעפֿט". איך קען נישט זאָגן וויפֿל, נאָר ס‘איז גענוג צו גיין אויף אַ נײַעם דרך; אָבער נישט גענוג איר זאָלט חלילה ווײַטער נישט אַרײַנשיקן און אַפֿילו פֿאַרגרעסערן אײַער בײַשטײַער.

געלט האָט אונדז געלאָזט אָנשטעלן אַ טאַלאַנטירטן דיזײַנער און געהאָלפֿן פֿאַרשפּרייטן דעם זשורנאַל, שטעלן רעקלאַמעס, שיקן אויף די זומערקורסן, צו די לערערס פֿון ייִדיש־קלאַסן, צו לייענערס פֿון אַנדערע ייִדיש־פּובליקאַציעס, אאַזִ״וו. אָבער געלט קען נישט פֿאַרענטפֿערן אַלע צרות: פֿון וואַנען, למשל, וועט מען נעמען שרײַבֿערס? איך האָב דורכגעקוקט עטלעכע אַלטע נומערן "חשבון" און געזען די פּלעיאַדע מחברים. קודם אײַערע אייגענע: ה. רויזענבלאַט, אליהו טענענהאָלץ, אַלעקס ראַבין, לילקע מײַזנער און משה שקליאַר, און דערצו גוט־באַקאַנטע שרײַבערס פֿון איבער דער גאָרער וועלט ווי אַבֿרהם סוצקעווער, חיים גראַדע, אַבֿרהם גאָלאָמב, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, בלומע לעמפּל, לילי בערגער, און ווער נישט? מיר האָבן אויך אַ מאָל געהאַט די זעלבע כּוחות, די זעלבע קוואַלן, אָבער ווייניק זײַנען געבליבן. איז פֿון וואַנען וועלן מיר נעמען שרײַבערס? צום גליק, זײַנען נאָך דאָ אַ צאָל שרײַבערס פֿונעם עלטערן דור — משה שקליאַר, שלום לוריע, אַלכּסנדר שפּיגעלבלאַט, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, ביז הונדערט און צוואַנציק, און ביז לעצטנס, יחיאל שרײַבמאַן, איטשע גאָלדבערג — אָבער נישט גענוג. די גוטע בשׂורה איז, וואָס עס זײַנען נאָך אַלץ דאָ מענטשן פֿון דעם מיטעלן דור, וואָס קענען אָנשרײַבן אַ לײַטישן אַרטיקל אויף ייִדיש. די אוניווערסיטעטישע קורסן שטעלן אויך צו נײַע מחברים און לייענערס, אפֿשר מער ווי די ייִדישע שולן, ווײַל אַזוי פֿיל פֿונעם לערנען אויף אַזאַ ניוואָ באַציט זיך צום געשריבענעם וואָרט. הייסט עס אַז עס, זײַנען דאָ געבילדעטע יונגע־לײַט וואָס האָבן וואָס צו זאָגן, וואָס קענען שרײַבן, אמת, נישט פּערפֿעקט אויף ייִדיש, אָבער דער עיקר, זיי ווילן שרײַבן און זיי לאָזן זיך רעדאַקטירן. און דערפֿאַר בין איך אַ רעדאַקטאָר איך זאָל זיי רעדאַקטירן.

מיר נעמען אין באַטראַכט, אַז דאָס ייִדיש־קענען פֿון אַ סך פֿון אונדזערע לייענערס איז באַגרענעצט, און דעריבער ברענגען מיר גאַנץ ברייטע גלאָסאַרן בײַ געוויסע אַרטיקלען. מיר האָבן נישט געוואָלט ווערן אַ סטודענטישע פּובליקאַציע און דעריבער פֿאַרמינערן מיר נישט אויף קיין האָר דעם ניוואָ און איכות פֿון אונדזערע אַרטיקלען אָבער דערמיט האָבן מיר יאָ געוואָלט אַ ביסל פֿאַרגרינגערן דעם לייענער דעם וועג.

קען מען דאָך פֿרעגן, אויב אַ גרויסן טייל פֿון דער לייענערשאַפֿט וואָלט געווען גרינגער צו לייענען אַ זשורנאַל וועגן ייִדש אויף ענגליש ווי, למשל, דעם "פּאַקן־טרעגער", איז פֿאַר וואָס פּשוט נישט אַריבערגיין אויף ענגליש? איך מיין אַז איר, די מענטשן אַרום "חשבון", פֿאַרשטייען זייער גוט פֿאַר וואָס נישט. מיר זײַנען ממשיך אויף ייִדיש, ווי איר האָט אַזוי לאַנג ממשיך געווען צוליב דעם וואָס יעקבֿ גלאַטשטיין האָט אָנגערופֿן "די פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט" — "לאָזט מיך נישט דאָס ייִדישע וואָרט אויף אַ רגע פֿאַרגעסןִ". מיר גייען אָן, ווײַל אונדזערע לייענערס, און דווקא נישט ווייניקער די וואָס מוטשען זיך איבער אַ דף ייִדיש, ווילן אַ זשורנאַל אויף ייִדיש, ווילן פֿאַרזוכן די פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט, וואָס איז אַ מאָל אָ פֿרייד דורכגעוועבט מיט טרויער. מיר זײַנען ממשיך, ווײַל מיר גלייבן, אַז מיר פֿאַרפֿילן אַ בלויז אין ייִדישן לעבן. כאָטש מיר גלייבן, אַז אַ ייִדיש־זשורנאַל דאַרף זײַן פּונקט אַזוי אינטערעסאַנט ווי דאָס, וואָס דער לייענער וואָלט געלייענט אויף ענגליש אָדער אַן אַנדער שפּראַך. דאָך, מוז עס אויך זײַן עפּעס וואָס ער וואָלט נישט געקענט געפֿינען אויף ענגליש. עס מוז אים אַרײַנברענגען אין דער טיף קאָמפּליצירטער וועלט פֿון דעם וואָס אונדזער מנהיג יצחק־נחמן שטיינבערג וואָלט בשעתו גערופֿן "ייִד און מענטש", וואָס דריקט זיך אויס אויף אַ ייִדישער שפּראַך און וואָס קען זיך נאָר אויסדריקן אויף ייִדיש.

מײַן שטיין דאָ פֿאַר אײַך איז נישט קיין גרינגע עובֿדה. פֿון איין זײַט, וויל מען דאָ שאַפֿן אַ יום־טובֿדיקע שטימונג און אָנערקענען ווי עס באַדאַרף צו זײַן די וווּנדערלעכע, וויכטיקע אַרבעט וואָס איר דאָ אויפֿן מערבֿ־ברעג האָט געטאָן נישט נאָר פֿאַר אײַער ווינקל, נאָר פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער וועלט אין משך פֿון מער ווי זעכציק יאָר, אָבער מע טאָר אויך נישט פֿאַרשווײַגן דעם פֿאַקט, אַז נאָך אַ ייִדיש־זשורנאַל גייט אונטער. בײַ אַנדערע "געשעפֿטן" פֿרייט מען זיך אפֿשר ווען עס גייט אַוועק אַ קאָנקורענט אָבער נישט בײַ דעם "ייִדיש־געשעפֿטִ". דאָס האָבן קאָנקורענטן איז אַ געזונטע זאַך, הלוואַי וואָלט מען רעאַליסטיש געקענט זאָגן, "כּן ירבוִ".

מיר ווייסן אויך, אַז אַ סך פֿון דעם וואָס מיר טוען, איז ווי לייגן קאָמפּרעסן אויף אַ וווּנד, און אַז די אמתע וווּנד קען מען נישט פֿאַרהיילן, אָבער דאָך, איז דאָס לינדערן די וווּנד אַ וויכטיקע זאַך פֿאַר די לעבעדיקע, און כּל־זמן מע לעבט, ווערן געשאַפֿן און געבוירן נײַע ווירקלעכקייטן און נײַע מעגלעכקייטן. יעדעס מאָל וואָס איך זע אַ יונג פּאָרפֿאָלק, דווקא נישט פֿון קיין ייִדיש־רעדנדיקע היימען, וואָס באַשליסט אויפֿצוהאָדעווען די קינדער מיט ייִדיש, טראַכט איך, גאָטס נסים, ווער וואָלט זיך אַזעלעכס געקענט פֿאָרשטעלן?

מיר טוען דאָס וואָס מיר טוען לגבי ייִדיש, ווי איר האָט עס געטאָן, און וועט עס ווײַטער טאָן אויף אַן אַנדער אופֿן און מיט דער הילף פֿון נײַע כּוחות, צוליב דעם וואָס משה שקליאַר, דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון "חשבון", האָט אָנגערופֿן דעם "טראָפּן שײַןִ״. און פֿאַרענדיקן וויל איך טאַקע מיט זײַנס אַ ליד וואָס הייסט,

אַ טראָפּן שײַן

ווי משה, וואָס האָט אויסגעשלאָגן
וואַסער פֿונעם שטיין,
כ׳וואָלט וועלן אויסשלאָגן פֿון וואָרט מײַנעם
אַ טראָפּן שײַן
און מיט דעם אַנטקעגנגיין
דעם אומבאַקאַנטן מאָרגן,
וואָס איז נאָך פֿאַרבאָרגן
אין שאָטנס פֿונעם נעכטן
און פֿון הײַנט.

און אויב מײַן וואָרט וועט דעמאָלט
שוין נישט זײַן,
זאָל בלײַבן כאָטש
דער טראָפּן שײַן —
אַ קליינער שטערן,
וואָס קען אַ מאָל
אַ זון נאָך ווערן.
פֿון מאָלן די אַמאָלן

מיר ווייסן נישט וועלכע זונען וועלן אויפֿשײַנען צוליב דעם טראָפּן שײַן וואָס איר האָט אָנגעצונדן דאָ אין לאָס־אַנדזשעלעס מיט אײַער זשורנאַל און מיט אײַער עקשנות און איבערגעגעבנקייט, אָבער מיר ווייסן יאָ, אַז מע דאַרף נישט רעדן וועגן אַ צײַט ווען אײַער "וואָרט וועט שוין נישט זײַןִ", ווײַל אײַערע ווערטער און אײַערע מעשׂים זײַנען אויף אייביק פֿאַרשריבן אין היכל פֿון ייִדישן וואָרט.

שבֿע צוקער

Shvere tzaiten fir אויפֿן שוועל

Es tut mir laid tzu zeen az aier zhurnal derlebt aza shvere tzaiten tzulib a mangel fun leieners. Hot ir farzucht aroistzugeben aier zhurnal mit lateinishe buchshtabn un in "daitchmerish" idish? Es zainen faran a sach idn in Daitchland un Amerike vos kenen daitch un zei volten geleient aier zhurnal volt dos iz geven geshribn in aza form. Afile di goim volten geleient dos.