ייִדיש־וועלט
פֿון רעכטס: ד״ר דובֿ־בער קערלער, ד״ר שבֿע צוקער און דער דיכטער משה שקליאַר

דעם 16טן מײַ, אין אָוונט, איז פֿאָרגעקומען אינעם "ייִדישן קולטור־קלוב" פֿון לאָס־אַנדזשעלעס אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם זשונראַל "חשבון" און זײַן רעדאַקטאָר משה שקליאַר. עס האָבן זיך באַטייליקט: לילקע מײַזנער, מרים קאָראַל, דובֿ־בער קערלער און משה שקליאַר. ד״ר שבֿע צוקער האָט געהאַלטן אַ רעדע וואָס מיר דרוקן ווײַטער. אויפֿן אַנדערן טאָג איז פֿאָרגעקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישע זשורנאַלן בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט.