- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך האָט דער אַמעריקאַנער שוץ־מיניסטער ראָבערט גייטס געמאָלדן וועגן זײַן באַשלוס צו פֿאַרבײַטן דעם גענעראַל מאַק‘קירנאַן, וואָס איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דעם מיליטער פֿון נאַטאָ און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַפֿגאַניסטאַן, אויף דעם גענעראַל מאַק‘קריסטאַל, וואָס האָט ביז אַהער פֿאַרנומען אַ הויכן אַמט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי. אויסשטעלונג וועגן דער פֿראַנצויזישער ליטעראַרישער וועלט צי קען מען מיט אַן אַבסאָלוטער זיכערקייט זאָגן אין אַלע סיטואַציעס, אַז יענער האָט קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס, און אַן אַנדערער — נישט? מען איז שוין צוגעוווינט צו צעטיילן די וועלט אויף די "גוטע" — די העלדן, און די "שלעכטע" — די רשעים. אָבער די דאָזיקע צעטיילונג פֿאַרפּשוט דעם ענין וואָס איז אַ סך מער קאָמפּליצירט און קען ווערן אויסגעטײַטשט אַנדערש פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען. נאָך אַ יאָרן־לאַנגער קאַמפּאַניע, זעט אויס, אַז קאָרנעל־אוניווערסיטעט, איינער פֿון די חשובֿסטע אוניווערסיטעטן אין אַמעריקע, און איינער פֿון די "אײַווי־ליג"־קאָלעדזשן, וועט קריגן אַן עירובֿ — אַ סימבאָלישע פֿאַרצוימונג — וואָס וועט געבן די פֿרומע ייִדישע סטודענטן און אָנגעשטעלטע פֿונעם קאָלעדזש אין איטאַקע, ניו־יאָרק אַ גרעסערע פֿרײַהייט יעדן שבת. נאָך לאַנג פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע האָבן די ייִדן געהאַט אַ שם פֿאַר פּאָליטישן ראַדיקאַליזם, לכל־הפּחות, זינט דעם מאָרד פֿון צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, אין וועלכן ס׳האָט זיך באַטייליקט איין ייִדישע פֿרוי. אין די פּאָגראָם־יאָרן 1881—1882, 1903—1906 און שפּעטער, 1917—1920, האָבן די פּאָגראָמשטשיקעס און די אַנטיסעמיטישע פּרעסע געטענהט, אַז ייִדן זײַנען אַ פֿינפֿטע קאָלאָנע אין דער רוסישער אימפּעריע און ווילן אונטערגראָבן אירע יסודות: עס האָט אַמאָל אַ ישׂראלדיקער זשורנאַליסט געפֿרעגט זײַנעם אַן ענגלישן פּען־קאָלעגע, הלמאַי די ענגלענדער רעדן אַזוי פֿיל וועגן וועטער בײַ יעדער באַגעגעניש און בײַ יעדער געלעגנהייט — און זיי טוען גאָרנישט כּדי דאָס וועטער צו ענדערן? האָט אים דערויף דער ענגלישער זשורנאַליסט געענטפֿערט — און גראָד לויטן ייִדישן שטייגער — מיט אַ פֿראַגע אויף אַ פֿראַגע: און ווי קומט עס, אַז בײַ אײַך אין ישׂראל איז מען טאָג און נאַכט באַשעפֿטיקט מיט פּאָליטיק — און עס ווערט אָבער גאָרנישט געטאָן אַז די פּאָליטיק זאָל זיך אַמאָל ענדערן? די ערשטע פּרשה פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "בהר", הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון שמיטה. יעדע זיבן יאָר מוזן די ייִדן אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד אין ארץ-ישׂראל. מע טאָר נישט פֿאַרקויפֿן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין; אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. ווײַטער באַהאַנדלט די תּורה דעם ענין פֿונעם יובֿל — דאָס ספּעציעלע יאָר, וואָס קומט נאָך יעדע זיבן שמיטות־פּעריאָדן. איר האָט עס אפֿשר אויך שוין באַמערקט: די האָליוווּד-אינדוסטריע האָט פֿאַקטיש אויפֿגעהערט צו פּראָדוצירן פֿילמען וועגן דעם אָנטייל פֿון אַמעריקע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. וועגן וואָס קען מען זיך דערמאָנען? וואָס איז אַרויס אין משך פֿון די לעצטע צען יאָר? דער סאָלדאַט רײַען האָט סטיווען ספּילבערג געראַטעוועט אין יאָר 1998. “פּערל האַרבאָר" איז אַרויס אין 2001. אויף דעם טעלעוויזיע-עקראַן איז עס זייער אַ מאַרגינאַלע טעמע, וואָס מע באַהאַנדלט מערסטן טייל אין דאָקומענטאַלע פּראָגראַמען פֿון דעם “געשיכטע-קאַנאַל". דער נסתּרס סימבאָליסטישע ירושה געהערט צו די סאַמע פּאָפּולערע טיילן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. זײַנע סודותדיקע מעשׂיות און לידער עפֿענען פֿאַרן פֿאָרשער אַ ברייטן דיאַפּאַזאָן פֿון פֿאַרשידענע פֿאַרטײַטשונגען, סײַ פֿון אינעווייניק, דורך אַנטפּלעקן דעם אינהאַלט פֿון סימבאָלן און אימאַזשן אינעם טעקסט גופֿא, סײַ פֿון דרויסן, דורך פֿאַרבינדן דעם טעקסט מיט די אומשטאַנדן פֿונעם מחברס לעבן און מיט דער היסטאָרישער סיטואַציע. אַ נײַעס אין אַ היגער רוסיש־שפּראַכיקער צײַטונג מכּוח פֿאַריתומטע ייִדישע קינדער און זייערע פֿאַרזאָרגער אין ליטע 1944—1945, האָט מיך שטאַרק באַאײַנדרוקט. אויסטערליש, אַז לעבנדיק אין ווילנע פֿון 1947 ביז 1990 אונטערן טאָטאַליטאַרן רעזשים, האָב איך גאָרנישט געוווּסט וועגן יענע דראַמאַטישע געשעענישן. ווען זומער 1944 האָט די רויטע אַרמיי באַפֿרײַט ווילנע האָבן אויף די גאַסן זיך באַוויזן ייִדישע קינדער, וועלכע האָבן זיך געהאַט אויסבאַהאַלטן אין די וועלדער, קעלערן און ביידעמער. עס האָט ממש גענומען אַ שוידער אַ קוק צו טאָן אויף זיי, די אויסגעדאַרטע, שמוציקע און אָפּגעריסענע. א. די טעגלעכע אינטערנעץ-קאָרעספּאָנדענץ מײַנע גייט אויף דרײַ שפּראַכן: ענגליש, ייִדיש און רוסיש. און יעדע שפּראַך פֿאָדערט אַ ספּעציפֿישן עטיקעט. מיט רוסיש און ייִדיש האָב איך ניט קיין באַזונדערע שוועריקייטן. מע דאַרף, פֿאַרשטייט זיך, ניט פּלאָנטערן, מיט וועמען איך בין אויף "דו" און מיט וועמען — אויף "איר". אין ענגליש עקזיסטירט ניט די פּראָבלעם פֿון "דוצן זיך" און "אירצן זיך", אָבער עס זײַנען דאָ אַנדערע קאָפּווייטיקן, דהײַנו: מע מוז געדענקען, וווּ דער אַדרעסאַט געפֿינט זיך: פֿון ענגלאַנד צי פֿון אַמעריקע. ערשט די טעג איז מיר צו האַנט געקומען די טעמע וואָס האָט צו טאָן מיט שוווילטאָג און לוקסוס, און דאָס בעת אַ שפּאַציר מיט מײַן שכנטע איבער די פּאַרקן פֿון מײַן געגנט. אפֿשר איז דאָס אַ רעזולטאַט פֿונעם פֿרילינג, וואָס האָט מיר אויפֿגעוועקט די פֿאַרשלאָפֿענע ווינטערדיקע אײַנדרעמלענישן מיט זײַן זונענשײַן, מיט זײַן צעוואַרעמטקייט פֿונעם געמיט. איז געקומען צו רייד, האָט מען זיך אַזוי צעבאַטשקעט. זאָגט מיר מײַן פֿרײַנדינע, אַז זי קען אַ פּלאַסטישן כירורג אין לאָנג־אײַלענד, |