דער שרײַבער לוּי אַלטהוסער אין "סטאַלאַג XA", שלעסוויג, דײַטשלאַנד. |
אויסשטעלונג וועגן דער פֿראַנצויזישער ליטעראַרישער וועלט
צי קען מען מיט אַן אַבסאָלוטער זיכערקייט זאָגן אין אַלע סיטואַציעס, אַז יענער האָט קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס, און אַן אַנדערער — נישט? מען איז שוין צוגעוווינט צו צעטיילן די וועלט אויף די "גוטע" — די העלדן, און די "שלעכטע" — די רשעים. אָבער די דאָזיקע צעטיילונג פֿאַרפּשוט דעם ענין וואָס איז אַ סך מער קאָמפּליצירט און קען ווערן אויסגעטײַטשט אַנדערש פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען. אַזוינע פֿראַגעס קומען אויפֿן זינען בײַם באַטראַכטן די נײַע אויסשטעלונג אין דער צענטראַלער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק — "צווישן קאָלאַבאָראַציע און ווידערשטאַנד: דאָס פֿראַנצויזישע ליטעראַרישע לעבן אונטער נאַצי־אָקופּאַציע".
דער קוראַטאָר, געשיכטע־פּראָפֿעסאָר ראָבערט פּאַקסטאָן, האָט אויסגענוצט דעם אויסערגעוויינטלעכן אַרכיוו אין צפֿון־פֿראַנקרײַך "Institute Memoires de l‘edition contemporaine" און צוגעגעבן זעלטענע מאַטעריאַלן פֿון דער ניו־יאָרקער ביבליאָטעק־זאַמלונג צו שאַפֿן אַן אויסשטעלונג, וואָס מאַכט אַ רושם אויפֿן צוקוקער, און דאָס נישט אַזוי צוליב דעם וויזועלן אַספּעקט, ווי צוליב איר אינטערעסאַנטן אינטעלעקטועלן כאַראַקטער.
די אויסשטעלונג איז אײַנגעטיילט אין אַכט "קאַפּיטלעך" און הייבט אָן איר געשיכטע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. די צײַט צווישן ביידע וועלט־מלחמות איז געווען אַן אומרויִקע פֿאַר די פֿראַנצויזישע רעגירונגען און די באַפֿעלקערונג איז צעשפּאָלטן געוואָרן אויף לינקס און רעכטס. מיטן וווּקס פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט די מורא פֿאַרן קאָמוניזם געהאָלפֿן די רעכטע פּאַרטייען אין לאַנד זיי זאָלן זיך שטאַרקן; דער אויסוואַל פֿונעם סאָציאַליסט, לעאָן בלום — אַ ייִד — ווי דער פּרעמיער, אין 1936, האָט, אין אַ געוויסער מאָס, פֿאַרשטאַרקט דעם אַנטיסעמיטיזם.
די "אָטאָ־רשימה", אַ קאַרטאָטעק פֿון ביכער פֿאַרווערט בײַ די דײַטשן אין פֿראַנקרײַך, 1940 |
ווען פֿראַנקרײַך האָט געליטן אַ מיליטערישע מפּלה פֿון דײַטשלאַנד אין ווייניקער ווי זעקס וואָכן (פֿונעם 10טן מײַ ביזן 17טן יוני, 1940) האָט די פֿראַנצויזישע געזעלשאַפֿט געזוכט אַ תּירוץ; די לינקע האָבן באַשולדיקט די רעכטע אַרמיי־פֿירער אינעם העלפֿן די נאַציס, און די רעכטע האָבן ווידער באַשולדיקט די ליבעראַלע און לינקע כּוחות, אַז זייער דעקאַדענטישע השפּעה אויף דער פֿראַנצויזישער קולטור האָט דערפֿירט צו דעם צושטאַנד. אַזאַ צעטיילונג צווישן קאָלאַבאָראַציע און ווידערשטאַנד האָט, וואַרשיינדלעך, פֿאַרשטאַרקט די שפּאַלטונג נאָך דעם ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט פֿראַנקרײַך.
אין איין "קאַפּיטל" פֿון דער אויסשטעלונג ווײַזט מען ווי דאָס טאָג־טעגלעכע ליטעראַרישע לעבן האָט זיך געביטן בעת דער מלחמה. קודם־כּל, האָט מען געוויסע שרײַבער און פֿארלעגער פֿאַרשיקט אין פֿאַרשיידענע לאַגערן; און דאָס פֿאָרן איז בכלל געוואָרן שווערער. אַפֿילו צו באַקומען פּאַפּיר צו שרײַבן איז נישט אָנגעקומען לײַכט. אין איין אויסשטעל־וויטרינע זעט מען ווי דער מחבר זשאַק אָדיבערטי האָט אַ כּתבֿ־יד אָנגעשריבן אויף וואַנטפּאַפּיר אין 1944.
פֿאַרלעגערס האָבן געמוזט זיך צוגעוווינען צו נײַע געזעצן — דער אַרויסגעבער גאַלימאַרד האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט, אין וועלכן ער האָט צוגעזאָגט נישט צו דרוקן קיין ייִדישע שרײַבער. הייסט דאָס, אַז ער איז געווען אַ קאָלאַבאָראַטאָר? זעט אויס, אַז די פֿראַנצויזישע ליטעראַרישע וועלט האָט אים מוחל געווען נאָך דער מלחמה. אין דער זעלביקער צײַט האָבן די ייִדישע פֿאַרלעגערס אין פֿראַנקרײַך געמוזט זיך באַהאַלטן אָדער אַנטלויפֿן.
אַ דאָרף אין פֿראַנקרײַך צעטיילט אויף צווייען: אָקופּירטע זאָנע און נישט־אָקופּירטע זאָנע. |
אין דער "ווישי־רעגירונג" האָבן די באַאַמטע אויך געמוזט "קאָלאַבאָרירן" מיט די דײַטשן, אָבער בײַם אָנהייב האָט דאָס וואָרט "קאָלאַבאָראַטאָר" נאָך נישט באַקומען דעם פּאָליטישן זינען. ווען די "ווישי־רעגירונג" האָט באַשלאָסן מיטצואַרבעטן מיט די נאַציס בײַם אויסקלײַבן די ייִדן פֿאַר די קאָנצענטראַציע־ און טויט־לאַגערן אין 1942, איז שוין "קאָלאַבאָראַציע" געוואָרן אַן ענין פֿון לעבן און טויט.
מאַרשאַל פּעטען, דער פֿירער פֿון דער טעריטאָריע, האָט געהאָפֿט, אַז היטלער וועט באַהאַנדלען פֿראַנקרײַך אַ ביסל בעסער ווי אַנדערע לענדער אונטער זײַן קאָנטראָל, אָבער פֿון דער האָפֿענונג האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. טייל שרײַבער האָבן טאַקע געוואָלט אַן ענגע פֿאַרבינדונג מיט די נאַציס, צוליב זייער אַנטי־קאָמוניסטישער שטעלונג. די אַנדערע האָבן געקעמפֿט אין דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, בשעת געציילטע, ווי זשאָרזש באַטײַ, זענען געבלבין אומפּאָליטיש.
אויף דער אויסשטעלונג הייבט מען אַרויס די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן די פֿאַרשיידענע צדדים. למשל, אַ פֿאַרלעגער וואָס האָט מיטגעאַרבעט מיט דער "ווישי־רעגירונג" האָט, אַ דאַנק זײַן השפּעה, געקענט בסוד העלפֿן אַ חבֿר וואָס האָט געקעמפֿט ווי אַ פּאַרטיזאַנער. ווען די דײַטשן האָבן אָנגעהויבן פֿאַרשפּילן די מלחמה, האָבן די שרײַבער־קאָלאַבאָראַטאָרן געמאַכט אַ שווײַג אָדער געביטן די ריכטונג.
עס איז נישט געווען לײַכט צו קעמפֿן קעגן די דײַטשן; פֿרײַנד און משפּחה האָט מען געשטעלט אין סכּנה צוליב דעם באַשלוס. פֿון דעסטוועגן האָט דער פֿראַנצויזישער ווידערשטאַנד אַרויסגעגעבן אונטערערדישע צײַטונגען, און זייערע אַרויסגעבער און מיטאַרבעטער האָט מען אָפֿט געכאַפּט און געשאָסן. אַנדריי באָליע, באַקאַנט ווי "וועלאַן", האָט געדרוקט דעם זשורנאַל "קאָמבאַט" [קאַמף] און איז געפֿאַלן אַ קרבן. נומערן פֿון דער אונטערערדישער פּרעסע, געוויינטלעך מימעאָגראַפֿירט, זעט מען אינעם פֿערטן "קאַפּיטל" פֿון דער אויסשטעלונג.
פֿון רעכטס: לוי מאַסאָן, מאַקס־פּאָל פֿושיי, איוואָן לינהאַרדט, עמאַמועל מוניע טרעפֿן זיך אין לורמאַרען, 1941, צו דיסקוטירן די צוקונפֿט פֿון דער פֿראַנצויזישער קולטור. |
די פֿראַנצויזישע שרײַבער, אַזעלכע ווי מאַרגעריט דוראַ, האָבן געפֿירט אַ טאָפּל־לעבן: בײַ טאָג האָט זי געאַרבעט ווי אַ באַאַמטע פֿאַר דער רעגירונג, אָבער אין דער זעלבער צײַט האָט זי געהאָלפֿן אירע שרײַבער־פֿרײַנד. ייִדישע שרײַבער אין פֿראַנקרײַך האָבן געמוזט פֿירן אַן אַנדער מין לעבן ווי די פֿראַנצויזישע — זיך באַלד אויסבאַהאַלטן. אַ שאָד וואָס די אויסשטעלונג באַהאַנדלט נישט די שרײַבער אויף ייִדיש אין פֿראַנקרײַך, ווי עוזר וואַרשאַווסקי, וועלכער איז פֿאַרשיקט געוואָרן פֿון פֿראַנקרײַך קיין אוישוויץ.
דער קוראַטאָר האָט אויך צוזאַמענגעשטעלט דאָקומענטן צו ווײַזן וואָס איז געשען מיט די שרײַבער, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון פֿראַנקרײַך צו יענער צײַט, און ווי אַזוי עס האָט זיך "אויסגעשפּילט" זייער פּאָליטיק לגבי זייער היימלאַנד בעת די מלחמה־יאָרן. די באַציִונגען צווישן דער "ניו־סקול" אין ניו־יאָרק און די דײַטש־ייִדישע פּליטים־אינטעלעקטואַלן איז גוט באַקאַנט, אָבער ווייניקער באַקאַנט איז די שטיצע פֿאַר די פֿראַנצויזישע פּליטים, און די גרינדונג פֿון אַ באַזונדערער פּראָגראַם פֿאַר זיי "עקאָל ליבר(ע) דע האָוט עטוד" (פֿרײַע שול פֿאַר העכערע שטודיעס).
ווען די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט האָבן די פֿראַנצויזישע שרײַבער פֿונעם ווידערשטאַנד געהאָפֿט, אַז די ליטעראַרישע געזעלשאַפֿט וועט דורכמאַכן אַ טראַנספֿאָרמאַציע, און אַזעלכע שרײַבער ווי זשאַן פּאָל סאַרטר האָבן פֿאַרנומען אַ צענטראַלע ראָלע. קודם, האָט מען געדאַרפֿט באַשליסן, וואָס מע זאָל טאָן מיט די קאָלאַבאָראַטאָרישע ליטעראַטן. אין די מישפּטים נאָך 1945 האָט מען פֿאַרמישפּט 1,600 מענטשן אויף טויטשטראָף. פֿינף באַקאַנטע שרײַבער האָט מען עקזעקוטירט. די אַנדערע שטיצער פֿון די פֿאַשיסטן, ווי דער שרײַבער סעלין, זענען אַנטלאָפֿן, און אין 1951 און 1953 האָט מען זיי אַמנעסטירט.
די קאָמוניסטישע השפּעה איז געווען גרויס נאָך דער מלחמה, אָבער בעת דער קאַלטער מלחמה אין די 1950ער יאָרן איז דער כּוח פֿון דער ווידערשטאַנד־ירושה אָפּגעשוואַכט געוואָרן, און די שאַרפֿע קריגערײַען פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען צו ביסלעך פֿאַרגעסן.
די אויסשטעלונג בלײַבט אָפֿן ביזן 15טן יולי 2009.