געשיכטע
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אַנטיסעמיטישער פּלאַקאַט פֿון די איצטיקע נאַציאָנאַליסטן אין רוסלאַנד. אויפֿשריפֿט: "דאָס פּנים פֿון באָלשעוויזם קאָן נישט זײַן רוסיש"
דער אַנטיסעמיטישער פּלאַקאַט פֿון די איצטיקע נאַציאָנאַליסטן אין רוסלאַנד. אויפֿשריפֿט: "דאָס פּנים פֿון באָלשעוויזם קאָן נישט זײַן רוסיש"

נאָך לאַנג פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע האָבן די ייִדן געהאַט אַ שם פֿאַר פּאָליטישן ראַדיקאַליזם, לכל־הפּחות, זינט דעם מאָרד פֿון צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, אין וועלכן ס׳האָט זיך באַטייליקט איין ייִדישע פֿרוי. אין די פּאָגראָם־יאָרן 1881—1882, 1903—1906 און שפּעטער, 1917—1920, האָבן די פּאָגראָמשטשיקעס און די אַנטיסעמיטישע פּרעסע געטענהט, אַז ייִדן זײַנען אַ פֿינפֿטע קאָלאָנע אין דער רוסישער אימפּעריע און ווילן אונטערגראָבן אירע יסודות: די הייליקע פּראַוואָסלאַוונע צערקווע און "אונדזער פֿאָטערל" דער צאַר. דאָס וואָס ס’רובֿ ייִדן האָבן זיך ניט אַרײַנגעמישט אין פּאָליטיק בכלל האָבן די פּאָגראָמשטשיקעס ניט גענומען אין אַכט — ניט אין 1881 און ניט אין 1917.

עס זײַנען געווען רעלאַטיוו ווייניק ייִדישע באָלשעוויקעס בײַם אָנהייב פֿון דער רעוואָלוציע אין 1917. אין די וואַלן פֿאַרן רוסיש־ייִדישן קאָנגרעס האָבן די ציוניסטן געשלאָגן די סאָציאַליסטן, און נאָך דער באַלפֿור־דעקלאַראַציע איז דער ציוניסטישער אײַנפֿלוס געוואָרן אָן אַ שיעור שטאַרקער — פּונקט אין מיטן דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע.

די ערשטע קאָמוניסטישע פֿאַראָרדענונגען צו פֿאַרווערן רעליגיע און קאָלעקטיוויזירן די פּריוואַטע געשעפֿטן, זײַנען ס׳רובֿ ייִדן אויך ניט געפֿעלן געוואָרן. צווישן די ייִדן האָבן זיך געפֿונען זייער אַ סך פֿונעם קליין־בירגערלעכן עלעמענט — קרעמערס און אומאָפּהענגיקע סוחרים. פֿאַקטיש האָבן די טענות פֿון די רעוואָלוציאָנערן, אַז די ייִדן געהערן צו דער בורזשואַזיע, בעסער געשטימט מיטן אמת, ווי די טענה פֿון די מאָנאַרכיסטן און אַנטיסעמיטן, אַז אַלע ייִדן זײַנען באָלשעוויקעס. דאָס איז געווען אַ פּראָסטער בילבול; אַ נײַער גילגול פֿונעם אַלטן מיטלעלטערלעכן בילבול, אַז ייִדן ווילן אונטערגראָבן די קריסטלעכע געזעלשאַפֿט און די הערשנדיקע פּאָליטישע אָרדענונג.

אויב ווייניק ייִדן זײַנען טאַקע געווען באָלשעוויקעס, האָבן ס’רובֿ אָבער שטאַרק ניט געהאַלטן פֿון דער צערקווע און דעם צאַר און האָבן זיך ניט באַגאָסן מיט טרערן, ווען ביידע זײַנען אַראָפּ פֿון דער פּאָליטישער בינע אָנהייב 1917. אַ גרויסער חלק פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג — טיילמאָל, די מערהייט — האָט אין די יאָרן געשטיצט רעוואָלוציאָנערע און סאָציאַליסטישע פּאַרטייען: דעם "בונד", פּועלי־ציון, די עס־ערן, די מענשעוויקעס, די באָלשעוויקעס, און נאָך. אַפֿילו די "רעכטע" ייִדן, די ציוניסטן און אַגודהניקעס, זײַנען געווען פּאָליטיש ליבעראַל, ווי די רוסישע קאַדעטן, ניט קיין מאָנאַרכיסטן. ס׳איז ניט אמת, אַז ס’רובֿ ייִדן זײַנען געווען באָלשעוויקעס פֿאַר דער רעוואָלוציע. אָבער ס׳רובֿ זײַנען יאָ געווען לינקע און האָבן סימפּאַטיזירט מיט די ערשטע פּרינציפּן און פּריאָריטעטן פֿון די באָלשעוויקעס: עקאָנאָמישע און סאָציאַלע גלײַכקייט, אויס אָרעמקייט, און זאָל זײַן שלום. די מאָנאַרכיסטן, ווידער, האָבן ניט אונטערגעשיידט צווישן די פֿאַרשיידענע גראַדן פֿון סאָציאַליזם — רויט איז רויט. דער היסטאָריקער יורי סלעזקין שרײַבט, אַז ייִדן זײַנען געווען די סאַמע מאָדערנסטע באַפֿעקלערונג אין רוסלאַנד. זיי האָבן רעפּרעזענטירט די מאָדערנע באַוועגונגען און די מאָדערניזירונג פֿון דער געזעלשאַפֿט בכלל, אַזוי אַז אַלע קעגנער פֿון דער מאָדערניזירונג האָבן געזען ייִדן ווי זייערע שׂונאים.

לויט פֿאַרשיידענע סטאַטיסטישע פֿאָרשונגען איז קלאָר, אַז דער פּראָצענט ייִדן אין דער באָלשעוויסטישער פּאַרטיי, ספּעציעל אין איר פֿירערשאַפֿט, איז אַפֿילו בײַם אָנהייב געווען אַ סך העכער ווי דער פּראָצענט ייִדן אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. טראָצקי, סווערדלאָוו, קאַמענעוו און זינאָוויעוו האָבן איבערגענומען (פֿון לענין אָפּגעזען) די וויכטיקסטע אַמטן אין דער נײַער רעגירונג. פֿונדעסטוועגן, האָבן די ייִדן קיין מאָל ניט געהאַט די מערהייט אין דער פּאַרטיי, און מע וואָלט זי קיין מאָל ניט געקענט ערנסט באַצייכענען ווי אַ "ייִדישע" פּאַרטיי. אין משך פֿון דעם בירגער־קריג איז די צאָל ייִדישע באָלשעוויקעס שטאַרק געוואַקסן, אָבער דאָס איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון די פּאָגראָמען, וואָס די "ווײַסע" כּוחות האָבן געמאַכט אויף די ייִדן — במילא האָבן די ייִדן געשטיצט דעם צווייטן צד. אַפֿילו די ציוניסטן און פֿרומע ייִדן, בחורים מיט פּאות, האָבן געקעמפֿט אין די רייען פֿון דער רויטער אַרמיי, ווײַל קיין אַנדער ברירה האָבן זיי ניט געהאַט. דערפֿאַר האָבן די באָלשעוויקעס אויך געהאַט צו זיי מער צוטרוי, וואָס דאָס האָט געהאָלפֿן די ייִדן זיך אַרויפֿצואַרבעטן אין דער פּאַרטיי־היעראַרכיע און ווערן אַפֿילו מער פּראָמינענט.

די פּאָגראָמען פֿון דער בירגער־קריג־תּקופֿה האָבן זיך אונטערגעשיידט פֿון די פֿריִערדיקע מיט דעם, וואָס זיי זײַנען געווען פֿון אַ פֿיל גרעסערן פֿאַרנעם און עס האָבן זיך אין זיי באַטייליקט ניט סתּם פּויערים און אונטערוועלטניקעס, נאָר אויך מיליטער־לײַט מיט געווער. די פּאָגראָמשטשיקעס האָבן געראַבעוועט, פֿאַרגוואַלדיקט, און צעשטערט דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס, אָבער, דער עיקר, האָבן זיי דערהרגעט מאַסן ייִדן — אַן ערך 300,000. די פֿירער פֿון די "ווײַסע" כּוחות און די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, דעניקין און פּעטלוראַ, האָבן ניט געגעבן קיין באַפֿעלן צו מאַכן די פּאָגראָמען, אָבער זיי האָבן אויך גאָרניט געטאָן, כּדי די פּאָגראָמען אָפּצושטעלן. מע קען אַפֿילו זען די פּאָגראָמען ווי אַ פֿאָרגאַנג פֿונעם חורבן, אַזוי ענלעך איז געווען דער אויסדרוק פֿונעם מערדערישן אַנטיסעמיטיזם ווי אַ באַגלייט־דערשײַנונג פֿון אַן אידעאָלאָגישן "הייליקן קריג".

די ראָלע פֿון די ייִדישע באָלשעוויקעס איז נאָך אַלץ אַ דעליקאַטע פֿראַגע, ווײַל זייער בילד האָט געשפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דער אַנטיסעמיטישער באַוועגונג. אַפֿילו הײַנט, אַז מע "גוגלט" דעם נאָמען "שמעון דימאַנשטיין" אָדער די ווערטער "ייִדן, באָלשעוויקעס", ווערט מען גלײַך געפֿירט צו אַנטיסעמיטישע און רעכט־רעוויזיאָניסטישע וועבזײַטלעך (Stormfront, Institute for Historical Review). די פּראָפּאַגאַנדע פֿון די רוסישע מאָנאַרכיסטן, ווי די "פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון", האָט געהאַט אַ ריזיקע השפּעה אויף דער גאַנצער וועלט, ספּעציעל אין בערלין און פּאַריז, וווּ אַ סך "ווײַסע" פּליטים האָבן זיך באַזעצט אין די 1920ער יאָרן. די ייִדישע באָלשעוויקעס זײַנען געוואָרן אַ סימבאָל פֿון רישעות, און אַלע ייִדן זײַנען געוואָרן "שולדיק דורך אַסאָציאַציע". דאָס וואָס אַ סך רעוואָלוציאָנערע פֿירער אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער זײַנען אויך געווען ייִדן — בעלאַ קון אין אונגאַרן, ראָזאַ לוקסעמבורג און קורט אײַזנער אין דײַטשלאַנד — האָט פֿאַרשטאַרקט דעם אַלגעמיינעם אײַנדרוק, אַז אַלע ייִדן זײַנען געפֿערלעכע ראַדיקאַלן. דער סוף פֿון דער מעשׂה איז געוואָרן דער ייִדישער חורבן, דורכגעפֿירט דורך די נאַציס, פֿאַר וועלכן די ייִדישע באָלשעוויקעס זײַנען ניט־ווילנדיקערהייט געווען אַ וויכטיקע סיבה.

אַוודאי האָבן די ייִדן ניט פֿאַרדינט די פּאָגראָמען און רציחות (אַפֿילו ווען זיי וואָלטן אַלע יאָ געווען באָלשעוויקעס), אָבער אַ צווייטע פֿראַגע איז, צי די ייִדן זײַנען טאַקע שולדיק אין די פֿאַרברעכנס פֿון באָלשעוויזם — בלײַבט אָפֿן. דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו האָט געהאַלטן, אַז די ייִדישע באָלשעוויקעס זײַנען ניט קיין אמתע ייִדן, ווײַל זיי זײַנען אינטערנאַציאָנאַליסטן און קעגנער פֿון אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער עקזיסטענץ. אַזאַ אַרגומענט רופֿט אַרויס גרויסע ספֿקות, ווען מע נעמט אין באַטראַכט די מיליאָנען אַנדערע אַסימילירטע ייִדן, וואָס האָבן שווער געליטן פֿאַר זייער ייִדישקייט. אויב ייִדן קענען זײַן שטאָלץ פֿון זייערע וויסנשאַפֿטלער און קינסטלער, קענען זיי זיך אויך שעמען מיט זייערע פֿאַרברעכערס און רוצחים. אויב דאָס דײַטשע פֿאָלק טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די מערדער, וואָס זײַנען געווען בײַ זיי אַ מינדערהייט, קען דאָס ייִדישע פֿאָלק אויך טראָגן אַזאַ מין אַחריות, כאָטש אַ פֿיל קלענערע.

אַ דריטע פֿראַגע איז, די פּערזענלעכע שולד פֿון די ייִדישע באָלשעוויקעס. זיי האָבן געדאַרפֿט וויסן, אַז זייער פֿירנדיקע ראָלע אין דער פּאַרטיי וועט לאָזן אַ שטעמפּל אויף אַלע ייִדן ווי באָלשעוויקעס און זייער רעזשים ווי אַ ייִדישער. נאָך דעם ווי דער צאַר האָט זיך צוריקגעצויגן, האָבן די רוסישע דעמאָקראַטן אָנגעבאָטן מאַקס ווינאַווערן, ער זאָל ווערן אַ מיניסטער, האָט ער ניט געוואָלט, ווײַל ער האָט געזען אין אַ ייִדישער פֿירערשאַפֿט אַ סכּנה פֿאַר דער יונגער דעמאָקראַטיע און פֿאַר ייִדן בפֿרט. די ייִדישע באָלשעוויקעס האָבן געדאַרפֿט זיך פֿירן מיט דעם זעלבן פֿאָרזיכט. דער סוף איז געווען, אַז ס׳רובֿ פֿון די פֿאַרברענטע באָלשעוויקעס זענען געפֿאַלן אַ קרבן פֿון זייער אייגענער מאַכט.

לטובֿת די ייִדישע באָלשעוויקעס, קען מען זאָגן, אַז זיי האָבן מיט אַלע כּוחות געאַרבעט צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם און צו פֿאַרבעסערן דעם עקאָנאָמישן און סאָציאַלן מצבֿ פֿון די ייִדן. טויזנטער לעבנס זײַנען געראַטעוועט געוואָרן, ווײַל די רויטע אַרמיי האָט געוווּנען דעם בירגער־קריג, און פֿאַר ס׳רובֿ ייִדן איז דאָס לעבן טאַקע געוואָרן בעסער. די ייִדישע באָלשעוויקעס טאָר מען ניט פּשוט פֿאַרדאַמען, ניט געקוקט אויף זייער טרויעריקן גורל, פֿאַר זיך און פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.