ערשט די טעג איז מיר צו האַנט געקומען די טעמע וואָס האָט צו טאָן מיט שוווילטאָג און לוקסוס, און דאָס בעת אַ שפּאַציר מיט מײַן שכנטע איבער די פּאַרקן פֿון מײַן געגנט. אפֿשר איז דאָס אַ רעזולטאַט פֿונעם פֿרילינג, וואָס האָט מיר אויפֿגעוועקט די פֿאַרשלאָפֿענע ווינטערדיקע אײַנדרעמלענישן מיט זײַן זונענשײַן, מיט זײַן צעוואַרעמטקייט פֿונעם געמיט. איז געקומען צו רייד, האָט מען זיך אַזוי צעבאַטשקעט. זאָגט מיר מײַן פֿרײַנדינע, אַז זי קען אַ פּלאַסטישן כירורג אין לאָנג־אײַלענד,
וואָס האָט זיך אײַנקוואַרטירט אין אַ לוקסוס־הויז, מיט איין שווימבאַסיין אין דרויסן, און אַ צווייטן אינעווייניק, אַ באַסיין מיט באַהייצונג און מיט אַלע פּיטשעווקעס. האָב איך זי געפֿרעגט:
"ווער באַנוצט זיך מיטן אײַנגעהייצטן באַסיין אינעווייניק?
זאָגט זי מיר:
"די חבֿרה יונגוואַרג וואָס די קינדער ברענגען אַהיים".
"דער פּלאַסטיקער, אָדער ווי מען רופֿט אים דאָ אַ פּלאַסטישער כירורג", זאָגט זי מיר, "האַלט אין איין פֿאַרענטפֿערן זיך: ‘איך און מײַן פֿרוי האָבן נישט קיין צײַט צו די באַסיינען. איך בין אין שפּיטאָל גאַנצענע טעג און מײַן פֿרוי איז אַ פּסיכאָ־אַנאַליטיקערין. זי האָט אַ מענגע קליענטן, און איך אויך. דעריבער זײַנען מיר באַשרענקט אין צײַט, טאָ לאָזן כאָטש די קינדער הנאה האָבן פֿון לעבן.’"
איך האָב זיך געטראַכט, אַז אויב די פּלאַסטישע מאַכערײַקע געלינגט נישט דאַרף מען זיכער אַ פּסיכאָ־טעראַפּיסטקע.
אָבער צוריק גערעדט, ווען איך קוק אַרײַן אין מײַנע שאַפֿעס, כאַפּט מיך אָן אַ גרויל. וויפֿל הוטן דאַרף דאָס אַ מענטש און וויפֿל בײַטעלעך? וויפֿל פּאָר שיך און וויפֿל אונטערוועש? אָבער די שאַפֿע ברעכט זיך פֿון די קליידלעך, בלוזקעס און יופּעס, וואָס פֿילן אָן מײַנע שאַפֿעס און שופֿלאָדן. דער גאַנצער באַרג וואָלט אַמאָל געסטײַעט צו באַקליידן אַ גאַנצע כאָפּטע ייִדענעס אין אַמאָליקן שטעטל. איצט קומען מיר צו די געשעפֿטן וואָס באַצירן די געשעפֿטן אין שאַפּינג־צענטער אָדער "מאָל". זיי ברעכן זיך פֿון קונים און קויפֿער, און דאָס אַפֿילו הײַנט צו טאָג, ווען די עקאָנאָמיע הינקט שטאַרק אונטער.
און וואָס איז מכּוח טעלעוויזיעס? אַמאָל זײַנען מײַנע טאַטע־מאַמע אַרויס אין גאַס און געקויפֿט דאָס דום־קעסטל פֿאַר די אָפּגעשפּאָרטע פּאָר גרײַצער, און ס׳האָט געסטײַעט אויף יאָרן אַרויס. מען האָט עס אַוועקגעשטעלט אויף אַ טישל און יעדעס מאָל וואָס מ’האָט געדאַרפֿט בײַטן דעם קאַנאַל, האָט מען זיך געמוזט מטריח זײַן, אויפֿהייבן זיך פֿונעם בענקל, צוגיין צו די קנעפּלעך און אָנשטעלן אויפֿן קאַנאַל וואָס האָט אײַך אימפּאָנירט. די גאַנצע משפּחה האָט געמוזט זען די זעלבע קאָמעדיע, אָדער דראַמע, און זיך געפֿילט ווי אויסדערוויילטע. נישט הײַנט. הײַנט דאַרף מען אַ טעלעוויזיע אין יעדן צימער, אַפֿילו אין קיך; אַפֿילו אין אויטאָ. און אויב איר מיינט, אַז דאָס איז עס? איז לא־פֿידלתּי, האָט מען נישט געפֿידלט. הײַנט מוז מען זיך אײַנהאַנדלען אַ פּלאַזמאַטישע טעלעוויזיע. איך בין אַלע מאָל געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז פּלאַזמע האָט עפּעס געהאַט צו טאָן מיט בלוט־טראַנספֿיוזיעס, און שפּיטעלער. הייבט זיך נישט אָן און ס׳לאָזט זיך נישט אויס. מענטשן קויפֿן זיך אײַן פּלאַזמעס, אַזעלכע פּלאַטשיקע טעלעוויזיעס, וואָס פֿאַרנעמען אַ שטח פֿון קילאָמעטראַזשן, און מען באַצירט מיט זיי די ווענט עלעהיי אַ קינאָ־אויפֿנאַמע, און אויב איר מיינט, אַז מען זעט דערויף עפּעס אויסטערלישעס, איז עס נישט מער ווי אַן אויסגעבלאָזן איי. איך מוז אײַך זאָגן, אַז די זעלבע פּאַסקודנע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען קען מען שוין הײַנט זען פֿאַרגרעסערט, פֿאַרבעסערט און וואָס זיי רופֿן “בײַ־דעפֿינישן." ס׳איז הויך און ס׳שמעקט מיט פֿאַרחייִשן. ס׳הייסט מ׳האָט אויסגעשפּרייט די פּאַסטקע און די קונים קויפֿן, קויפֿן.
איר געדענקט ווען איר האָט געדאַרפֿט אַראָפּשפּרינגען פֿון בעט און אָנשטעלן אַ פּראָגראַם אויף אַן אַנדער קאַנאַל. דאָס איז געווען אין אָדם־הראשונס צײַטן. הײַנט באַנוצט מען זיך שוין מיט אַזאַ דזשימדזשיק וואָס מען האַלט אין האַנט, און אַז מ׳גיט אַ קוועטש אַ קנעפּל, שפּרינגט אַרויס אַ נײַע פּראָגראַם. מ׳קען שוין זיצן אויף דער סאָפֿקע, עסן קאָרן־פּאָפּס, קנאַקן ניסלעך, זשליאָקען ביר און נישט רירן זיך פֿון אָרט ביז משיחס צײַטן. גלייבט מיר, אַז קיין שטיק געזונט קומט נישט צו דערפֿון. אַ חוץ דעם זײַנען מיר צוגעטשעפּעט צו אַ קליין קאָמפּאַקטל וואָס מען האַלט ערגעץ אין אַ טאַש, מ’בינדט זיך אַרום מיט דרעטעלעך וואָס הענגען אַראָפּ פֿון די אויערן, און מען האָט די גאַנצע וועלט אין דר׳ערד. אין דרויסן קען בושעווען די חזירישע אינפֿלוענציע, אויף דער וועלט מעג מען זיך האַקן און בראָקן צוליב אַ שטיק ערד, צוליב בענזין, אָדער צוליב יענעמס. אָבער דאָס איז אַלץ נישט נוגע דעם חבֿרה־מאַן וואָס שפּאַצירט איבער די גאַסן צוגעטשעפּעט צו עפּעס אַ קאָמפּאַקטל וואָס זינגט און שפּילט, דערציילט מעשׂיות און שיקט איבער “טעקסט־מעסעדזשעס." דאָס הייסט, אַז מען דאַרף שוין נישט גיין אויף דער פּאָסט און שיקן אַ טעלעגראַמע. אַלץ ווערט טראַנסמיטירט און איר ענטפֿערט. אין דער זעלבער צײַט קען מען באַקומען בליצפּאָסט מיט דער שנעלקייט פֿון אַ בליץ און ענטפֿערן דערויף מיט דער שנעלקייט פֿון אַ קריץ.
און וואָס מער איינער האָט, וואָס מער שטעכט אים דער האָבער. יונגוואַרג שטעלט זיך גאָרנישט פֿאָר ווי מען קען אויסקומען אָן די אַלע “אײַ־פּאַדס" און “אײַ־פֿאָנס," און צעלפֿאָנס (מאָבילקעס) און דעם גאַנצן עקסצעס. ווער רעדט שוין וועגן די קאָמפּיוטערס, וואָס פֿאַרבינדן אונדז מיט דער גאַנצער וועלט מיט איין קוועטש פֿון אַ קנעפּל. מען קויפֿט שוין נישט קיין צײַטונגען, מ׳לייענט שוין נישט קיין ביכער ווי אין די אַלטע גוטע צײַטן, נאָר מ׳כאַפּט אָפּ אַ נײַעסל און אַ טרעוואָגעלע אויפֿן קאָמפּיוטער. אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן דרייט זיך אַרום די יונגע חבֿרה מיט אַ וועבזײַטל אויפֿן קאָמפּיוטער וואָס הייסט “מײַ־פֿייס," דאָס הייסט, מען שאַפֿט זיך אײַן אַזאַ מין אַ “וועבזײַטל", און מ׳הייבט אָן לאָזן וויסן דער וועלט, אַפֿילו דעם שמענדריק אויפֿן צפֿון־פּאָלוס, אַז ס׳עקזיסטירט דאָ אַ בשׂר־ודם, וואָס האָט עפּעס וואָס צו זאָגן. אײַ ס’איז טשעפּוכאַ און אויסגעוועפּטע דריזל־פּאַטשקע, וועמען גייט עס אָן. דער עיקר, עס קומט מיט אַן אייגענער פֿאָטאָגראַפֿיע. און אויב דאָס איז נישט גענוג, שטעלט מען אַהין אַרײַן אַ בילד ווי מ׳האָט אויסגעזען גלײַך נאָכן געבורט, אַרומגעוויקלט אין ווינדעלעך מיט אַ פֿלעשעלע אין פּיסקעלע. מיינט איר דאָך, אַז דאָ שטעלט זיך אָפּ די באַן? אַ נעכטיקע וועטשערע. די חבֿרה האָט עפּעס צו זאָגן און פּלאָדיען און מאָטלען וועגן יעדער זאַך אונטער דער זון. אַזאַ פּנים האָט עס.
אַמאָל האָבן מיר געהאַט אַ שלמה המלך, וועלכער האָט אויסגעטײַטשט פֿאַר אונדז דעם גאַנג פֿון דער וועלט און פֿונעם לעבן. איז ערשטנס, האָט ער פֿאַרמאָגט אַן איידעלע מאַטעריע — שׂכל און חכמה. צווייטנס, האָט ער זיך אָנגעזען אַ וועלט; דריטנס, האָט ער זיך אָנגעהערט פֿון טויזנט און איין נאַכט; פֿערטנס, האָט ער פֿאַרמאָגט לעבנס־דערפֿאַרונג, און פֿיפֿטנס, האָט ער, ווי אַ קינד, בײַגעוווינט מלחמות און איבערקערענישן, ביז דאָס האָט אים געשלאָגן צו דער גאַל. איז ווען ער איז אַרויף אויפֿן טראָן האָט ער אײַנגעשטעלט שלום־ושלווה אין לאַנד, און דאָס האָט ער אַלץ געטאָן אָן אַ קאָמפּיוטער. פֿאַראַן חכמים וואָס האָבן וואָס צו זאָגן. אָבער די הײַנטיקע יונגוואַרג וואָס ס’שטעכט זיי דער האָבער, שפּילן זיך און כאַפּן די גאַלאַטשקע פֿאַר די נײַעסטע דערפֿינדונגען. אַלץ קומט גרייט, אַלץ וואָס מען דאַרף איז אַ פֿולע קעשענע און אַ פֿולע זשמעניע מיטן רעכטן גערעכטן; געלט, מיין איך.
איר האָט זיך כאָטש אַמאָל אַרײַנגעזעצט אין די לעצטע אויטאָמאָבילן? אויב ניין, איז זײַט וויסן, אַז אַ חוץ קילונג און הייצונג, אַ חוץ ראַדיאָ און טעלעוויזיעלעך, אַ חוץ “סי־די"־שפּילער, אַ חוץ בענקלעך וואָס רוקן און צערוקן זיך, איז פֿאַראַן אַ נײַע מאַכערײַקע — ממש צו שטוינען. פֿון פֿאָרנט, וווּ מען פֿירט די מאַשין, נעמט מען און מ’טשעפּעט צו לעבן פֿאָדערשטן פֿענצטער אַזאַ קליין מכשירל, וואָס לאָזט דיר וויסן וווּ צו פֿאָרן, אין וועלכער ריכטונג, וווּ צו קערעווען. אַלץ וואָס דו דאַרפֿסט אים לאָזן וויסן איז דעם אַדרעס, די גאַס, די שטאָט און, הײַדאַ! דאָס טרענדערל זאָגט דיר וווּ צו פֿאַרקערעווען זיך לינקס אָדער רעכטס, דעם גענויעם וועג, ווי אויסצומײַדן גאַסן וואָס זײַנען פֿאַרשטאָפּט, און ווי לאַנג עס וועט דויערן די רײַזע. האָט איר געהערט אַזוינס? אַז טבֿיה דער מילכיקער איז אַמאָל געפֿאָרן קיין בויבעריק, האָט שוין זײַן פֿערדל געוווּסט וווּ זיך צו פֿאַרקערעווען, וווּ אָפּצושטעלן זיך און וועלכן וועג אויסצומײַדן. ווען מנחם־מענדל האָט אײַנגעשטעלט זײַנע פּאָר בידנע גרײַצער אויף דער בערזע, האָט ער קיין מאָל נישט אויסגעמיטן דאָס אָרט וווּ צו פֿאַרשפּילן און געקענט דעם וועג פֿון יהופּעץ קיין כּתרילעווקע פֿון אויסנווייניק. הײַנט קען מען שוין אויספֿאָרן אַ וועלט מיט אַזאַ וווּנדער־קעסטעלע, וואָס נעמט דיך אָן פֿאַר דער האַנט און פֿירט דיך ווי מען פֿירט אַ קליין קינד גלײַך אין חדר אַרײַן.
די לעצטע צען יאָר, וואָלט איך געזאָגט, האָט מען זיך דאָביוועט צו אויסטערלישע דערפֿינדונגען. מיינט איר דאָך אַז ס׳האָט דעם מענטשן געמאַכט גליקלעך? נישט־געשטויגן און נישט־געפֿלויגן. מען יאָגט זיך נאָך מער, נאָך עפּעס וואָס דאַרף אונדז מאַכן גליקלעך. אָבער דאָס אמתע גליק הענגט נישט אָפּ פֿון מאַכערײַקעס און נישט פֿון מעכאַנישע קוועטש־קנעפּלעך, נאָר פֿון אַן אינערלעכער רו. בײַ אונדז זאָגט מען, אַז עס שטעכט זיי דער האָבער, ווען מען איז אַרײַנגעטאָן אין פֿאַרמאָגן וואָס מער. מ׳האָט אָנגעוווירן דעם געדאַנק פֿון גענוג. עסן איז דאָ, אַ געלעגער איז דאָ, אַ קלייד אויפֿן לײַב און אַ לידל אין האַרצן, וואָס נאָך? ס׳רעשט איז נישט ווערט קיין פּיטאַק.