פּאָליטיק

איר האָט עס אפֿשר אויך שוין באַמערקט: די האָליוווּד-אינדוסטריע האָט פֿאַקטיש אויפֿגעהערט צו פּראָדוצירן פֿילמען וועגן דעם אָנטייל פֿון אַמעריקע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. וועגן וואָס קען מען זיך דערמאָנען? וואָס איז אַרויס אין משך פֿון די לעצטע צען יאָר? דער סאָלדאַט רײַען האָט סטיווען ספּילבערג געראַטעוועט אין יאָר 1998. “פּערל האַרבאָר" איז אַרויס אין 2001. אויף דעם טעלעוויזיע-עקראַן איז עס זייער אַ מאַרגינאַלע טעמע, וואָס מע באַהאַנדלט מערסטן טייל אין דאָקומענטאַלע פּראָגראַמען פֿון דעם “געשיכטע-קאַנאַל".

מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך, פֿליִענדיק פֿון ניו-יאָרק קיין לאָנדאָן, געהאַט די זכיה צו זען דעם פֿילם “וואַלקיריע", אין וועלכן טאָם קרוז האָט זיך פֿאַרקלעפּט איין אויג, כּדי שפּילן קלאַוז פֿאָן שטאַופֿענבערג, און דעם באַרימטן דורכפֿאַל צו הרגענען היטלערן. ווי ס׳רובֿ קינאָ-אויפֿטוען פֿון טאָם קרוז, האָט ער דאָס מאָל אויך געשאַפֿן אַ פֿלאַכן, כּמעט קאַריקאַטורישע געשטאַלט. אָבער, דער עיקר (פֿאַר דעם וואָס איך וויל זאָגן), איז עס ניט וועגן די אַמעריקאַנער אין דער מלחמה. די דאָזיקע טעמע איז גלײַך ווי אָפּגעשיקט געוואָרן אינעם אַרכיוו. ווען מע רעדט איצט אין אַמעריקע וועגן מלחמה-וועטעראַנען, מיינט מען, בדרך-כּלל, די אָנטיילנעמער אין די מיליטערישע אָפּעראַציעס אין אַזעלכע ערטער ווי קאָרעע, וויעטנאַם, איראַק און אַפֿגאַניסטאַן.

דער מצבֿ איז לחלוטין אַנדערש אין רוסלאַנד, וווּ די מלחמה-טעמע גייט ניט אַראָפּ פֿון אַלע עקראַנען. מע האַלט אין איין פּראָדוצירן נײַע פֿילמען, סײַ שוואַכע סײַ בפֿירוש גוטע, און מע לייגט אַרײַן געלט אין באַנײַען אַלטע פֿילמען: אַ דאַנק דער קאָמפּיוטער-טעכנאָלאָגיע פֿאַרוואַנדלט מען שוואַרץ-ווײַסע אימאַזשן אין קאָלירטע.

אין רוסלאַנד איז די צווייטע וועלט-מלחמה, אָדער פּינקטלעכער — די גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה, געוואָרן ממש אַ נאַציאָנאַלע רעליגיע פֿון דער מלוכה. די דאָזיקע באַציִונג האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, געירשנט פֿון די סאָוועטישע צײַטן. אָבער איצט האָט עס באַקומען אַ פֿרישן באַטײַט ווי דער צענטראַלער קאָמפּאָנענט פֿון דער נאָך-סאָוועטישער רוסלענדישער אידענטיטעט. און טאַקע — וואָס נאָך קען שפּילן אַזאַ ממשותדיקע ראָלע?

הגם די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע האָט נאָך אַלץ אַ היפּשע צאָל אָנהענגער צווישן עלטערן דור, קען עס ניט, פֿון דעסטוועגן, דינען ווי דער צעמענטירנדיקער כּוח פֿאַרן הײַנטיקן רוסלענדישן זעלבסטבאַוווּסטזײַן. דער יונגער דור איז שוין אויסגעוואַקסן אין דעם נאָך-סאָוועטישן קלימאַט און שטימט זייער זעלטן פֿאַר די נאָסטאַלגישע מאַרקסיסטיש-לעניניסטישע פּראָגראַמען.

די רעליגיעזע אויפֿלעבונג, וואָס מע זעט אין רוסלאַנד, הייסט ניט, אַז די באַפֿעלקערונג איז טאַקע געוואָרן מאַסנווײַז רעליגיעז. די אויספֿרעגן ווײַזן, אַז אַרום 73 פּראָצענט תּושבֿים פֿון רוסלאַנד האַלטן זיך פֿאַר קריסטלעך-פּראַוואָסלאַוונע, אָבער בלויז 17 פּראָצענט לייגן אין דעם אַרײַן זייער באַציִונג צו גאָט. פֿאַר די איבעריקע איז עס פֿאַרבונדן מיט טראַדיציעס, געשיכטע און קולטור. כאַראַקטעריש, אַז ווען פֿאַראַיאָרן איז געשטאָרבן דער רוסישער פּאַטריאַרך, האָט מען קיין נאַציאָנאַלן טרויער אָפֿיציעל ניט אַנאָנסירט.

קולטור שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין יעדער נאַציע-בויונג, אָבער מיטאָלאָגיע קען זײַן נאָך שטאַרקער. אונדז איז עס גוט באַקאַנט, ווײַל ייִדישיזם האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַזאַ פּראָיעקט — צו בויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע אויפֿן יסוד פֿון ייִדישער קולטור. דער סוף איז אונדז אויך גוט באַקאַנט.

מיטאָלאָגיע איז באַזונדערס וויכטיק אין אַ לאַנד, וווּ עס וווינען פֿאַרשיידענע פֿעלקער. ניט ווייניקער פֿון 20 פּראָצענט פֿון די בירגער פֿון רוסלאַנד זײַנען ניט קיין רוסן. אַזוי אַז מע טאָר ניט צו שטאַרק קוועטשן מיט דער רוסישער קולטור און רעליגיע, ווײַל דאָס קען אַרויסרופֿן פּראָטעסטן מצד די מינאָריטעטן, בפֿרט די מוסולמענישע.

דאָס פֿאַרהייליקן פֿון דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה, פֿון דעם נצחון-טאָג דעם 9טן מײַ, האָט אַלע נייטיקע אינגרעדיענטן פֿאַר אַן אידעאָלאָגישן דערפֿאָלג. קודם-כּל, ווײַזט עס די גבֿורה פֿון אַלע עטנישע גרופּעס, ניט בלויז די רוסן. למשל, די נײַע קינאָ-פֿילמען האָבן גאָר ניט זעלטן ייִדישע פּערסאָנאַזשן, געוויינלעך פּאָזיטיווע, און דער חורבן איז געוואָרן אַ לעגיטימע און פּאָפּולערע סוב-טעמע אין דער נײַער פּראָדוקציע פֿון קינאָ און טעלעוויזיע. מע פֿאַרגעסט אויך ניט אַנדערע פֿעלקער. אַפֿילו די אויסלענדער, בפֿרט די פּאָליאַקן, געפֿינען אַן אָרט אין דעם קולטור-טאַנדעט.

מע מוז אויך ניט פֿאַרגעסן וועגן דער אינטערנאַציאָנאַלער דימענסיע פֿון דעם מלחמה-ענין און פֿון אָפּמערקן דעם נצחון-טאָג. וועטעראַנען פֿון דער רויטער אַרמיי וווינען דאָך אין אַ סך לענדער. פֿאַר מיליאָנען מענטשן בלײַבט הייליק אַלץ, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אָפֿט מאָל האָט עס טיפֿע הײַנטצײַטיקע מאָטיוון. עס שפּיגלט אָפּ די אידעאָלאָגישע און קולטורעלע צעטיילונג אין אַזעלכע לענדער ווי אוקראַיִנע, עסטלאַנד, לעטלאַנד און ליטע. זינט 2000, ווערט דער נצחון-טאָג אָנערקענט (צי האַלב-אָנערקענט) אין דעם אָפֿיציעלן קאַלענדאַר פֿון ישׂראל, וווּ עס וווינען הײַנט בערך 30 טויזנט מלחמה-וועטעראַנען פֿון דער רויטער אַרמיי. מע פֿאַרגעסט ניט וועגן דעם אויך צווישן די רוסיש-ייִדישע אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

דעם 9טן מײַ האָב איך אײַנגעשלאָסן די רוסישע טעלעוויזיע, וואָס איך קען זען אין ענגלאַנד. דער הײַיאָריקער אָפֿיציעלער טעקסט פֿאַר דער מינוט פֿון שווײַגן האָט אָנגערופֿן 27 מיליאָן געפֿאַלענע סאָוועטישע תּושבֿים, אַרײַנגערעכנט 8 מיליאָן 860 טויזנט 400 מיליטערלײַט פֿון דער רויטער אַרמיי. איך פֿאַרשטיי, דאַכט זיך, זייער גוט די פּראָפּאַגאַנדיסטישע אָנלאָדונג פֿון דעם נצחון-טאָג אין הײַנטיקן רוסלאַנד. אָבער אין דער דאָזיקער שרעקלעכער סטאַטיסטיק זײַנען דאָ אויך מײַנע קרובֿים. דאָס האָט ניט קיין שײַכות צו דער אָדער יענער אידעאָלאָגיע. האָב איך בײַגעטראָגן מײַן שווײַגן אין דעם אָפֿיציעלן רוסישן שווײַגן ווי איך טו עס אַלע מאָל, אין אַלע לענדער, וווּ און ווען מע דערמאָנט די אומגעבראַכטע און אומגעקומענע.