פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

א.

די טעגלעכע אינטערנעץ-קאָרעספּאָנדענץ מײַנע גייט אויף דרײַ שפּראַכן: ענגליש, ייִדיש און רוסיש. און יעדע שפּראַך פֿאָדערט אַ ספּעציפֿישן עטיקעט. מיט רוסיש און ייִדיש האָב איך ניט קיין באַזונדערע שוועריקייטן. מע דאַרף, פֿאַרשטייט זיך, ניט פּלאָנטערן, מיט וועמען איך בין אויף "דו" און מיט וועמען — אויף "איר". אין ענגליש עקזיסטירט ניט די פּראָבלעם פֿון "דוצן זיך" און "אירצן זיך", אָבער עס זײַנען דאָ אַנדערע קאָפּווייטיקן, דהײַנו: מע מוז געדענקען, וווּ דער אַדרעסאַט געפֿינט זיך: פֿון ענגלאַנד צי פֿון אַמעריקע.

מיט אַן ענגלישן תּושבֿ נוצט מען, בדרך-כּלל, דעם עקוויוואַלענט פֿון "טײַערע" צי "טײַערער", למשל: Dear John... מיר געפֿעלט עס. אָבער אין אַמעריקע עקזיסטירט עס שוין כּמעט ניט. גלײַך ווי מענטשן שעמען זיך צו זײַן העפֿלעך. די דערלאָזלעכע וואַריאַנטן זײַנען, געוויינטלעך, אַזעלכע:

John
Hi Professor
Hi
Hello

דאָס שפּיגלט אָפּ געוויסע סאָציאַלע פּראָצעסן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און איך בין ניט קיין קאָמפּעטענטער מענטש זיי אָפּצושאַצן. צו מאָל איז עס שוין גאָר ווילד. למשל, מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָב איך באַקומען אַ בליצבריוו פֿון אַ מענטשן, וועלכן איך האָב ניט געקענט און אַפֿילו וועגן זײַן עקזיסטענץ ניט געוווּסט. ער האָט זיך אונטערגעשריבן מיט אַלע זײַנע טיטלען — פּראָפֿעסאָר פֿון עפּעס, הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון נאָך עפּעס, וכ׳. אָבער צו מיר האָט ער זיך אַפֿילו ניט געוואָנדן, אַפֿילו אַ קורצער "הײַ" האָט זיך פֿון אים ניט אויסגעקוועטשט. הקיצור, אַ גראָבע פֿליג — אַזוי פֿלעגט מען בײַ אונדז רופֿן אַזעלכע טיפּן.

דער דאָזיקער פּאַרשוין האָט מיך געפֿרעגט, וווּ ער וואָלט געקענט אויסזוכן אינפֿאָרמאַציע וועגן אַ פֿעטער זײַנעם, וואָס איז אין די 1930ער יאָרן אַוועקגעפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן. (כ׳האָב עס אָנגעשריבן און זיך פּלוצעם פֿאַרשעמט: אפֿשר בין איך ניט יושרדיק צו דעם מענטשן? אפֿשר איז בײַ אים אַ פּאָסט-טראַוומאַטישער סינדראָם? אַ פֿעטער איז פֿאַרשוווּנדן ערגעץ אין רוסלאַנד.) האָב איך אים אָפּגעשיקט צו אַ מענטשן, וואָס איז טאַקע אַ קענער פֿון ביראָבידזשאַן. ווי איר פֿאַרשטייט שוין, האָב איך קיין "אַ דאַנק" ניט באַקומען. (אַ סבֿרא, אַז די טראַוומע איז בײַ אים אַ טיפֿע.)

ב.

און דאָך בין איך צופֿרידן געווען צו באַקומען דעם בליצבריוו, ווײַל עס האָט מיר דערמאָנט וועגן דעם 75סטן יוביליי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס מע רופֿט אָפֿט מאָל קורץ־און־שאַרף — "ביראָבידזשאַן" — כאָטש ביראָבידזשאַן איז, אין דער אמתן, נאָר די צענטראַלע שטאָט פֿון דער געגנט. דעם 7טן מײַ 1934 האָט זיך די דאָזיקע אוניקאַלע געגנט באַוויזן אויף דער מאַפּע. פֿריִער איז עס אין משך פֿון עטלעכע יאָר געווען נאָר אַ "ראַיאָן". דעם העכערן סטאַטוס פֿון אַ "געגנט" האָט מען אויך געהאַלטן פֿאַר אַ צײַטווײַליקן, ווײַל דער סטראַטעגישער ציל איז געווען צו שאַפֿן אַ סאָוועטיש-ייִדישע רעפּובליק. דאָס האָט זיך, אָבער, ניט באַקומען — צוליב כּלערליי סיבות.

איינע פֿון זיי איז געווען אַזאַ: דער ביראָבידזשאַן-פּראָיעקט איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער אינטענסיווער אינדוסטריאַליזאַציע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דאָס האָט געמיינט, אַז איידער צו שלעפּן זיך אין אַזאַ ווילדער אויסרײַסעניש ווי ביראָבידזשאַן, האָט אַ שטעטלדיקע משפּחה צי אַ יחיד געקענט געפֿינען פּרנסה ערגעץ ניט אַזוי ווײַט, אין אַ שטאָט וואָס האָט שוין עקזיסטירט. דערצו האָט זיך דער אַמעריקאַנער "דזשוינט" פֿאַרעקשנט און זיך אָפּגעזאָגט פֿון האָבן עפּעס צו טאָן מיט דעם פּראָיעקט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די מעגלעכקייטן פֿון אינוועסטירן אויסלענדישע געלטער האָבן זיך בכלל היפּש געביטן אין דעם עקאָנאָמישן קלימאַט פֿון דער דעפּרעסיע-צײַט.

אָבער איך וויל ניט אַרײַנטיפֿן זיך אין דער געשיכטע. איך האָב אַ לייען געטאָן פֿרישע נײַעס פֿון ביראָבידזשאַן. מע דאַרף זאָגן, אַז עס קלינגט גאַנץ סימפּאַטיש:

אָנהייב מאַרץ האָט מען דאָרטן אָפּגעמערקט דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום-עליכמען. סטודענטן, דער עיקר פֿון דעם ייִדיש-אָפּטייל(!) בײַ דער ביראָבידזשאַנער סאָציאַל-הומאַניטאַרער אַקאַדעמיע, האָבן געמאַכט אַ שטיקל פּאַראַד. זייער מאַרש האָט זיך אָנגעהויבן בײַם שלום-עליכם-דענקמאָל און זיך פֿאַרענדיקט בײַ דער געגנטלעכער ביבליאָטעק, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון דעם ייִדישן קלאַסיקער. אין דער ביבליאָטעק האָט מען איצט אַן אויסשטעלונג פֿון שלום-עליכמס ביכער — אויף ייִדיש, רוסיש און ענגליש. צווישן זיי זײַנען דאָ זעלטענע אויסגאַבעס.

אין אַפּריל האָט דער דאָרטיקער רבֿ, מרדכי שיינער הייסט ער, באַשלאָסן צו שפּילן פֿרײַטיק ייִדישע לידער, זיי זאָלן זיך הערן אויף די גאַסן אַרום דער שיל. פֿון מאָל צו מאָל ווערט די מוזיק איבערגעריסן, כּדי דערמאָנען דעם עולם, ווען מע דאַרף בענטשן ליכט און ווען עס הייבט זיך אָן שבת. (עס דערמאָנט מיר אַ ביסל, ווי מע פֿלעגט מיך יעדן קאַיאָר אויפֿוועקן אין טערקײַ, ווײַל אַלע מוסולמענער האָט מען מיט מעלאָדישע געשרייען דערמאָנט, אַז זיי דאַרפֿן זיך דורכשמועסן מיט אַללאַ.)

אין צוויי שולן פֿון ביראָבידזשאַן קלײַבט מען זיך אײַנפֿירן לימודים פֿון ייִדישער קולטור, ווי אויך פֿון ייִדיש און העברעיִש. די תּלמידים בעטן עס צו טאָן. מע האַלט, אַז אַזאַ פֿאַרלאַנג איז אַ פּראָדוקט פֿון די פֿילצאָליקע ייִדישע אונטערנעמונגען, וועלכע מע האַלט אין איין דורכפֿירן אין דער געגנט.

לויט דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק, וווינען איצט אין דער געגנט 185.4 טויזנט נפֿשות, אַרײַנגערעכנט 75.5 טויזנט תּושבֿים אין דער שטאָט ביראָבידזשאַן גופֿא. דער ייִדישער חלק איז ניט קיין גרויסער, אין גאַנצן אַ פּאָר פּראָצענט (אין דער שטאָט איז עס, פֿאַרשטייט זיך, העכער). אָבער די 75־יאָריקע געגנט טראָגט זיך איר ייִדישן סטאַטוס, וואָס קיינער נעמט בײַ איר ניט צו. אַזוי אַז — ביז 120 יאָר!