אַפֿילו אין די שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט מען געמוזט האָבן אַן עירובֿ, כּדי די באַלעבאָסטעס זאָלן קענען אַהיימטראָגן דעם הייסן טשאָלנט פֿונעם בעקערס אויוון שבת אין דער פֿרי. אויפֿן בילד: פֿרויען אין ביאַליסטאָק ברענגען זייערע טשאָלנט־טעפּ אין בעקערײַ ערבֿ־שבת. |
Forward Association |
נאָך אַ יאָרן־לאַנגער קאַמפּאַניע, זעט אויס, אַז קאָרנעל־אוניווערסיטעט, איינער פֿון די חשובֿסטע אוניווערסיטעטן אין אַמעריקע, און איינער פֿון די "אײַווי־ליג"־קאָלעדזשן, וועט קריגן אַן עירובֿ — אַ סימבאָלישע פֿאַרצוימונג — וואָס וועט געבן די פֿרומע ייִדישע סטודענטן און אָנגעשטעלטע פֿונעם קאָלעדזש אין איטאַקע, ניו־יאָרק אַ גרעסערע פֿרײַהייט יעדן שבת.
ביז איצט איז אין דער שטאָט איטאַקע נישט געווען קיין עירובֿ, ווײַל די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג איז נישט קיין פֿרומע, הגם עס געפֿינען זיך דאָרט דרײַ סינאַגאָגעס — אַ קאָנסערוואַטיווע, רעפֿאָרם און הומאַניסטישע.
לויט דער הלכה, מעג אַ ייִד אום שבת בלויז טראָגן זאַכן אין זײַן שטוב אָדער הויף (זײַן פּריוואַט אָרט), נישט בפֿרהסיא (אין דער עפֿנטלעכקייט). דאָס רופֿט אַרויס פֿאַרשידענע פּראָבלעמען: וווּ זאָל ער, למשל, האַלטן די שליסל צום הויז, אויב נישט אין דער קעשענע? ווי אַזוי קען ער אַרויסטראָגן אַ בוך אין דרויסן, טאָמער וויל ער עס לייענען אויף אַ באַנק? ווי אַזוי קען אַ מאַמע שטופּן דאָס וועגעלע מיטן קינד?
כּדי צו לייזן די פּראָבלעמען, מעג די קהילה אויפֿשטעלן אַ כּמו־וואַנט אַרום דער געגנט אָדער שטאָט, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען דעם שטח אין אַ פּריוואַט אָרט און דערבײַ דערלויבן די ייִדן צו טראָגן זאַכן. אין די אַמאָליקע שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט דער עירובֿ געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע, ווײַל ס׳רובֿ באַלעבאָסטעס פֿלעגן ערבֿ־שבת אַרײַנשטעלן זייער טשאָלנט אינעם גרויסן אויוון פֿון דער בעקערײַ צו מליִען אַ גאַנצע נאַכט, און שבת אין דער פֿרי, נאָכן דאַווענען, האָבן זיי אַהיימגעבראַכט דעם הייסן טשאָלנט צום שבתדיקן מאָלצײַט.
די סטודענטן באַקן חלה און פֿאַרקויפֿן עס, צו זאַמלען געלט פֿאַר צדקה |
Chana Leib |
פֿאַרשטייט זיך, איז הײַנטיקע צײַטן נישט רעאַליסטיש אויפֿצושטעלן אַ וואַנט אָדער פּלויט ווי אַן עירובֿ, בפֿרט ווען ס׳רובֿ פֿון די אײַנוווינער זענען נישט קיין פֿרומע, און אַפֿילו נישט קיין ייִדן. דערפֿאַר ניצט מען, בדרך־כּלל, שוין־עקזיסטירנדיקע פּונקטן אָפּצומערקן די גרענעצן פֿונעם עירובֿ. אין קאָרנעל, האָט די ייִדישע קהילה געבעטן אַ דערלויבעניש בײַם שטאָט־ראַט צו ניצן די עלעקטרישע און טעלעפֿאָן־סלופּעס, אויף אַ שטח פֿון בערך אַכט מײַל. דאָס וואָלט אַרײַנגענומען דעם גאַנצן קאַמפּוס, ווי אויך יענע גאַסן, וווּ ס׳וווינען די פֿרומע סטודענטן און אָנגעשטעלטע.
דער "הילל" בײַם קאָרנעל־אוניווערסיטעט — ממש דער כּוח פֿון דער באַוועגונג אײַנצופֿירן אַן עירובֿ — האָט שוין געזאַמלט די פֿאָנדן פֿאַרן פּראָיעקט, צונויפֿגעשטעלט אַ מאַפּע פֿונעם שטח, וואָס דער עירובֿ וועט אַרומנעמען, און אַפֿילו אָנגעשטעלט אַ בוי־אונטערנעמער, וועלכער זאָל עס פֿיזיש אויפֿשטעלן. הרבֿ דזשייסאָן לייב, דער נײַער דירעקטאָר פֿונעם "הילל", וועלכער האָט שטאַרק געשטיצט דעם פּלאַן, זאָגט, אַז ער איז אָפּטימיסטיש — די שטאָט וועט עס באַשטעטיקן במשך פֿון די קומענדיקע חדשים. "מיר זענען שוין גרייט צו בויען," האָט ער געזאָגט.
הגם אַ צווײַג פֿון חב״ד געפֿינט זיך אויך אינעם קאָרנעל־קאַמפּוס, האָט ער נישט אָנטיילגענומען אינעם פּראָיעקט. "ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ פּאָזיטיווע דערשײַנונג — האָט באַמערקט חנה זילבערשטיין, די רביצין פֿונעם חב״ד — אָבער ס׳איז נישט קיין פּריאָריטעט בײַ אונדז. נאָך וויכטיקער איז, למשל, צו פֿאַרזיכערן, אַז ס׳איז תּמיד דאָ כּשר עסן אינעם קאַמפּוס."
הײַנט געפֿינט זיך אין פֿיר פֿון די אַכט "אײַווי־ליג"־קאָלעדזשן אַן עירובֿ: אין האַרוואַרד, יעל, אוניווערסיטעט פֿון פּענסילווייניע, און קאָלאָמביע. בײַ די קענער פֿון דער געשיכטע רופֿט דער פֿאַקט אַרויס אַ שמייכל, ווײַל אין די "אײַווי־ליג" קאָלעדזשן, בפֿרט אין זייערע גראַדויִר־ און מעדיצינישע שולן, האָט מען יאָרן לאַנג אָנגעהאַלטן שטרענגע קוואָטעס קעגן די ייִדן. אין די 1930ער יאָרן, למשל, פֿלעג דער דעקאַן פֿון יעל געבן קלאָרע אינסטרוקציעס צו זײַנע אַדמיניסטראַטאָרן: "איר זאָלט קיין מאָל נישט אָננעמען מער ווי פֿינעף ייִדן אַ יאָר, צוויי איטאַליענישע קאַטאָליקן און בכלל נישט קיין שוואַרצע," גיט איבער דער היסטאָריקער דייוויד אָשינסקי.
די שיל (רעכטס) און ייִדישע ביבליאָטעק אין קאָרנעל |
Alex Matthews |
אין דער מעדיצינישער שול פֿון קאָרנעל האָט אויך געהערשט דער אַנטיסעמיטיזם: צווישן 1940 און 1941 האָבן די ייִדן באַטראָפֿן בלויז 3.57% פֿון די סטודענטן, וואָס מע האָט אָנגענומען.
"ביז די 1960ער יאָרן האָט מען כּמעט אין גאַנצן נישט אָנגעשטעלט קיין ייִדישע פּראָפֿעסאָרן אין קאָרנעל," האָט דערקלערט פֿרוי זילבערשטיין, אַן אײַנוווינערין פֿון איטאַקע שוין 20 יאָר לאַנג. "דערפֿאַר, זענען דאָ זייער ווייניק ייִדישע פּראָפֿעסאָרן פֿונעם עלטערן דור."
אָבער די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס ס׳האָט געדויערט אַזוי לאַנג צו קריגן אַן עירובֿ אין קאָרנעל, איז נישט געווען צוליב אַנטיסעמיטיזם, נאָר צוליב פֿאַרשידענע טעכנישע פּראָבלעמען, האָט הרבֿ דזשייסאָן ליב, דער דירעקטאָר פֿונעם "הילל", געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס".
"די געאָגראַפֿיע פֿון איטאַקע איז זייער אַ קאָמפּליצירטע: אַ באַרגשפּאַלט, וואַסערפֿאַלן און עטלעכע בריקן," האָט הרבֿ ליב דערקלערט. "כּדי צו דערגרייכן אַלע פֿרומע משפּחות, וואָלט דער עירובֿ געדאַרפֿט אַרומרינגלען די גאַנצע לאַנדשאַפֿט, וואָס נעמט אַרײַן גאַנצע דרײַ מוניציפּאַליטעטן. מוזן מיר, פֿאַרשטייט זיך, קריגן אַ דערלויבעניש פֿון אַלע דרײַ."
אַ צווייטע פּראָבלעם איז, אַז די ייִדישע קהילה אין קאָרנעל דאַרף אונטערשרײַבן אַ קאָנטראַקט סײַ מיט דער אָרטיקער טעלעפֿאָן־פֿירמע, סײַ מיט דער עלעקטריע־פֿירמע. פֿאַר וואָס? ווײַל ווען מע בויט אַן עירובֿ אויף סלופּעס, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דראָטן, דאַרף מען, לויטן דין, צוטשעפּען אויבן די "לחיס" (לעכי) — ברעטלעך, וואָס מאַכן עס אויסזען ווי אַן אַרײַנגאַנג.
פֿרוי זילבערשטיין האָט צוגעגעבן אַן אַנדערע סיבה, פֿאַר וואָס עס נעמט אַזוי לאַנג. "ס׳רובֿ פֿון די ייִדן, וועלכע וואָלטן גענאָסן פֿונעם עירובֿ — מיט אַנדערע ווערטער, די סטודענטן — האָבן נישט אַקטיוו געאַרבעט עס דורכצופֿירן. די איניציאַטיוו קומט מערסטנס אַרויס פֿון די לערער און אַדמיניסטראַטאָרן, פֿון די בערך 10 משפּחות, וועלכע האָבן קליינע קינדער און מע דאַרף זיי אַרויספֿירן אין די וועגעלעך. צוליב דעם וואָס דער פּערסאָנאַל האַלט זיך אין איין בײַטן, דאַרף מען יעדעס מאָל אָנהייבן פֿון ס׳נײַ."
צוויי פֿון די פֿרומע סטודענטן אין קאָרנעל, "שײַ" אַקאַבאַס און מעט ראָטבאַרט, גייען אין גימנאַסטיק־זאַל |
Alex Matthews |
הרבֿ ליב זאָגט אָבער, אַז, עס האַלט שוין, סוף־כּל־סוף, בײַם מקוים ווערן. צוויי פֿון די מוניציפּאַליטעטן — קאַיוגאַ הײַטס און דאָס שטעטל איטאַקע — האָבן שוין געגעבן אַ דערלויבעניש. איצט וואַרט מען צו הערן פֿון דער גרעסערער שטאָט, איטאַקע. סוואַנטע מײַריק, אַ מיטגליד פֿונעם שטאָטראַט, האָט צוגעזאָגט, אַז דער שטאָטראַט וועט עס דעם חודש אַרומרעדן. "איך זע נישט קיין סיבה פֿאַר וואָס מע זאָל דאָס נישט בויען," האָט זי געזאָגט. "עס דערמעגלעכט די אײַנוווינער אָנצוהאַלטן זייערע רעליגיעזע פּרינציפּן; עס מאַכט זיי דאָס לעבן גרינגער, און עס וואָלט בכלל נישט געשאַט די זיכערהייט פֿונעם ברייטן עולם."
אין פֿאַרגלײַך מיט אַמאָל, איז קאָרנעל־אוניווערסיטעט הײַנט אַ זייער אָנגענעם אָרט פֿאַר די ייִדישע סטודענטן. דער "הילל" אָרגאַניזירט צוויי מנינים יעדן שבת — אַן אָרטאָדאָקסישן און אַ קאָנסערוואַטיוון — ווי אויך פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן: מע באַקט און פֿאַרקויפֿט חלה, כּדי צו זאַמלען געלט פֿאַר צדקה; מע פֿירט אָן מיט דיסקוסיעס וועגן דעם תּלמוד, עסנדיק היים־געבאַקענע פּיצע. דער "הילל" גיט אויך לעקציעס און ווײַזט פֿילמען וועגן ישׂראל און כּלערליי פּאָליטישע פּראָבלעמען פֿאַר ייִדן אין דער וועלט, פֿירט אָן מיט ישׂראלדיקע פֿאָלקסטענץ און אַ העברעיִשן שמועס־קרײַז.
אַ ביבליאָטעק פֿון מער ווי 2,000 ביכער אויף ייִדישע טעמעס איז אָפֿן פֿאַר אַלע וואָס שטודירן אין קאָרנעל אָדער וווינען אין איטאַקע. די באַזוכער מעגן באָרגן ביכער און אויך קאָמפּאַקטלעך, וואָס די סטודענטן האָבן צונויפֿגעשטעלט פֿון די ניגונים, וואָס מע זינגט אין קאָרנעל יעדן שבת.
אין פֿאַרגלײַך מיטן "הילל", וואָס ציט צו די ייִדישע סטודענטן, וועלכע האָבן, צום גרעסטן טייל, שוין געקראָגן אַ ייִדישע דערציִונג, ברענגט דער חב״ד אַרײַן, בדרך־כּלל, יענע סטודענטן, וועלכע זענען דערצויגן געוואָרן אָן שום שײַכות צו ייִדישקייט, און זוכן איצט עפּעס אַ פֿאַרבינדונג. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס קומען די סטודענטן אויף אַ שבתדיקער וועטשערע מיט דער משפּחה פֿונעם חב״ד־רבֿ, ר׳ זילבערשטיין, און אין מיטן דער וואָך — צו פֿאַרשידענע קלאַסן וועגן ייִדישקייט, געווידמעט דעם אָנהייבער. יעדן זמן באַטייליקן זיך צוואַנציק פֿון די סטודענטן אין אַן אינטענסיוון אַרײַנפֿיר צו לערנען תּורה.
אינעם קאַמפּוס געפֿינט זיך אויך אַ כּשרער עס־זאַל, און אַ סטודענטישע אָרגאַניזאַציע, Center for Jewish Living (צענטער פֿון ייִדישן לעבן). אַ טייל פֿונעם צענטער דינט ווי אַן אינטערנאַט פֿאַר בערך 20—30 ייִדישע סטודענטן פֿון אַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, אָבער ער אָרגאַניזירט אויך פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן, וווּ די סטודענטן קענען זיך פֿאַרווײַלן נאָך אַ לאַנגן טאָג שטודירן: באַרבעקיוס אין מיטן דער נאַכט, ביר־פּראָבעס, און עקסקורסיעס מיט אַ קאַנו אויף דער דערבײַיִקער "ביבי־אָזערע".