פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט אַמאָל אַ ישׂראלדיקער זשורנאַליסט געפֿרעגט זײַנעם אַן ענגלישן פּען־קאָלעגע, הלמאַי די ענגלענדער רעדן אַזוי פֿיל וועגן וועטער בײַ יעדער באַגעגעניש און בײַ יעדער געלעגנהייט — און זיי טוען גאָרנישט כּדי דאָס וועטער צו ענדערן? האָט אים דערויף דער ענגלישער זשורנאַליסט געענטפֿערט — און גראָד לויטן ייִדישן שטייגער — מיט אַ פֿראַגע אויף אַ פֿראַגע: און ווי קומט עס, אַז בײַ אײַך אין ישׂראל איז מען טאָג און נאַכט באַשעפֿטיקט מיט פּאָליטיק — און עס ווערט אָבער גאָרנישט געטאָן אַז די פּאָליטיק זאָל זיך אַמאָל ענדערן?

פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדער איינער פֿון זיי האָט געהאַט זײַן תּירוץ צו פֿאַרענטפֿערן און באַרעכטיקן זײַן צד. דער ענגלענדער האָט געזאָגט, אַז וואָס שײַך דעם וועטער, ליגט די אחריות אויפֿן אייבערשטן אין הימל. דער ייִד פֿון ישׂראל, דאַקעגן, וואַרפֿט אַרויף די אַחריות פֿאַר דער פּאָליטיק — אויף די פּאָליטיקער. זיי ווידער, די פּאָליטיקער, געפֿינען שוין די געהעריקע תּירוצים; יעדער איינער, לויט זײַן אידעאָלאָגישער שאַטירונג. די פּאָליטיק גופֿא, חוץ פֿאַראיינצלטע אויסנאַמען, וואָס האָבן זיך טראַגיש פֿאַרענדיקט, איז אָבער כּמעט אַלע מאָל געבליבן די זעלבע.

אויך די שיטה פֿון פֿאַררעדן די ציין, איז אין גרונט געבליבן די זעלבע. זי איז נאָר אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס רעטאָרישער פֿעיִקייט, מיט וועלכער עס צייכנט זיך גאָר באַזונדערס אויס די “טרויקע" פֿון דער איצט הערשנדיקער נתניהו־רעגירונג — דער דרײַלינג פֿון ביבי נתניהו, אַבֿיגדור ליבערמאַן און אהוד ברק — יעדער איינער אין זײַן מיניסטעריאַלער פֿונקציע.

אַז די ישׂראלים זענען ביז גאָר באַרעדעוודיק, זאָגט עדות די סטאַטיסטיק, וואָס שענקט דער ייִדישער מדינה דאָס ערשטע אָרט אין דער וועלט־רשימה פֿון די טעלעפֿאָנישע געשפּרעכן. דאָס קאָן מען אויך זען בפֿירוש אויף די גאַסן פֿון די היגע שטעט און אין די אויטאָבוסן, וווּ יעדער צווייטער “גייער" אָדער פּאַסאַזשיר האָט צוגעקלעפּט צום אויער דאָס קליינע סעלולאַר־קעסטעלע, ווי ער רעדט אַרײַן אין אים אָן אויפֿהער און אומעטום, וווּ ער גייט און וווּ ער שטייט. און מ׳קאָן דאָס אויך הערן אין די עפֿנטלעכע אויפֿטריטן פֿון ישׂראלדיקע פּאָליטיקער און רעגירונגס־לײַט.

מילא, אַז די פּאָליטישע מנהיגים און עסקנים נוצן אויס אַלע נײַן מאָס רייד (און אַפֿילו מער) בעת די אַזוי אָפֿטע בײַ אונדז וואַל־קאָמפּאַניעס — איז דאָס פֿאַרשטענדלעך. דאָס מויל איז דאָך זייער אַן עיקרדיקער מכשיר אין דעם פּאָפּוליסטיש־דעמאַגאָגישן איבערצײַגונגס־מעכאַניזם. און אַוודאי איז די באַרעדעוודיקייט באַרעכטיקט לגבי די דיפּלאָמאַטן, וואָס דאָס איז זייער פּראָפֿעסיע און בײַ וועמען “די ווערטער זענען באַשטימט אויף צו פֿאַרדעקן די כּוונות" — ווי עס האָט זיך געהאַט אויסגעדריקט אַ געוויסער דיפּלאָמאַט, כּדי צו פֿאַרענטפֿערן די האַנדלונגען פֿון זײַן רעגירונג. אָבער ווען דער דאָזיקער גאַנג ווערט אָנגעווענדט דורך פּראָמינענטע מדינה־פֿירער, וואָס באַנוצן זיך מיט דער רעטאָריק, כּדי צו פֿירן זייער פֿאָלק אין באָד אַרײַן — ווערט דאָס שוין אַ מיסברויכן מיט אָט דעם וויכטיקן און ווירקנדיקן מלוכישן אינסטרומענט.

וואָס שײַך דעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, וועלכער האָט זיך אַלעמאָל אויסגעצייכנט מיט זײַן רעטאָרישן טאַלאַנט, האָט ער דאָס מאָל אין זײַן וואַל־קאָמפּאַניעס און אויך אין די בערך זעקס וואָכן נאָכן איבערנעמען דעם רודער פֿון דער מדינה גראָד אָנגענומען אַ שווײַגעניש, ווי אַ טייל פֿון זײַן פּאָליטישער סטראַטעגיע, וועלכע האָט אים געהאָלפֿן אויפֿהייבן דעם "ליכּוד" “פֿון די ברעטער" אויפֿן וואַל־רינג, און צוריקקערן אים פֿון זײַנע 12 מאַנדאַטן צו די 27 מאַנדאַטן אין דער כּנסת. דאָס שווײַגן, ווײַזט זיך אַרויס, איז דערווײַל דאָס איינציקע, וואָס ער האָט געלערנט אין די צען יאָר זינט ער איז געשלאָגן געוואָרן אויפֿן וואַל־רינג דורך זײַן דעמאָלטיקן קעגנער און איצטיקן נאָענטסטן שותּף אין דער רעגירונג, דעם זיכערהייטס-מיניסטער אהוד ברק.

דאַקעגן האָט ברק, וועלכער איז דורך אים געוואָרן "אַוועקגעלייגט אויף די ברעטער" אויף דעם איצטיקן וואַל־רינג, געלערנט פֿון אים די רעטאָריק ווי אַ שפּיל אין באַהעלטעניש — אַ רעטאָריק פֿון פֿאַררעדן די ציין.

דער פּרעמיער נתניהו האָט אָנגענומען דאָס שווײַגעניש אין די ראַמען פֿון אָט דער שיטה, כּדי אַנדערע זאָלן רעדן פֿאַר אים און ער זאָל נישט דאַרפֿן טראָגן די אחריות פֿאַר די רייד, דערקלערונגען אָדער פֿאַרפֿליכטונגען פֿון זײַנע וואָרטזאָגער, כּדי ער זאָל קענען זיך לײַכט “אָפּטרייסלען פֿון זיי" ווען דאָס ווערט אים נישט באַקוועם. דאָס איז אים באַזונדערס נייטיק איצט, ממש די טעג, ווען ער האָט זיך אָנהייב וואָך געטראָפֿן אין שאַרם אַ־שייך מיטן עגיפּטישן פּרעזידענט מובאַראַק, און ער פֿאָרט אַרויס סוף וואָך, דעם מוצאי־שבת, קיין וואַשינגטאָן, צו זײַן ערשטער טרעפֿונג אין "ווײַסן הויז" מיטן “באָס" באַראַק אָבאַמאַ, דעם נײַעם פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די זעקס וואָכן פֿון זײַנע צוגרייטונגען צו דער דאָזיקער שליחות — צום ערשטן מאָל נאָך אַ גרויסער שורה פֿון אַמעריקאַנער פּרעזידענטן — שוין נישט ווי דער ערשטער רעגירונגס־שעף בײַ דעם נײַ־נאָמינירטן רעזידענט פֿונעם "ווײַסן הויז" — האָט נתניהו געווידמעט — נישט באַטייליקנדיק קיינעם פֿון זײַנע אידעאָלאָגישע און פּאַרטיייִשע קאָלעגן, געהילפֿן און פֿאַרטרויונגס־לײַט — דער “קריסטאַליזירונג פֿון דער פּאָליטיק און פֿון דער שטעלונג", וואָס ער זאָל פֿאָרשטעלן פֿאַר זײַן גאַסטגעבער — און טאַקע, כּדי “צו פֿאַררעדן די ציין" דעם וועלט־מנהיג, וועלכער איז נישט ווייניקער ראַפֿינירט פֿון אים.

ווײַל — אין ליכט פֿון דעם ברייטן פֿעכער פֿון די ענינים, אָנהייבנדיק פֿון דעם גלאָבאַלן עקאָנאָמישן קריזיס און דער איראַנישער אַטאָמישער געפֿאַר, דורך דעם טעראָר פֿון אַל־קײַדאַ, פֿון "כעזבאָלאַ" און "כאַמאַס" ביז דעם פּאַלעסטינער פּראָבלעם און דעם איבערגעריסענעם שלום־פּראָצעס אין מיטעלן מזרח — דאַרף דאָך נתניהו ברענגען זײַן גאַסטגעבער אַ קאָנקרעטן כּישוף־שפּרוך וואָס זאָל פֿאַרבינדן די צוויי עקן פֿון דעם שטעקן: צווישן אָבאַמאַס כּמעט אולטימאַטיוון פֿאַרלאַנג פֿון אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער לויטן פּרינציפּ פֿון “צוויי מדינות", און נתניהוס פֿאָרגעלייגטער דרײַ־פֿאַזיקער לייזונג פֿון “אַ שלום פֿון אונטן". אין די זעקס וואָכן צײַט פֿאַר “אויסקריסטאַליזירן אַ שטעלונג", וואָס ער זאָל מאָנטיק, דעם 18טן מײַ, ברענגען פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, האָט נתניהו שוין אַוודאי אויסגעאַרבעט אַ תּירוץ פֿאַר דער סתּירה צווישן דעם צוזאָג, וועלכן ער האָט געגעבן זײַנע וויילער און זײַנע רעכטע שותּפֿים אין דער קאָאַליציע, אַז ער וועט נישט אויפֿלייזן קיין איינע פֿון די קאָלאָניעס אויף די “שטחים", וועט נישט אָפּשטעלן דעם בוי פֿון די קאָלאָניעס און וועט נישט אָפּטרעטן סיריע דעם גאָלאַן — און דער, דאָס מאָל, אָפֿענער און בפֿירושדיקער פֿאָדערונג פֿון דער נײַער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע אויפֿצוגעבן די אַקופּאַציע, כּדי צו קענען דורכפֿירן איר נײַע פּאָליטיק פֿון אַ דערנענטערונג מיט דער “אַקס פֿון רישעות". די פֿאָרמול פֿאַר אַזאַ דערנענטערונג דאַרף זײַן, לויט דער נײַער אַמעריקאַנער קאָנצעפּציע: אַ פּאַלעסטינער מדינה אין די גרענעצן פֿון פֿאַרן 6טן יוני 1967 פֿאַר דער הסכּמה פֿון איראַן אָפּצושטעלן איר אַטאָמישע באַוואָפֿענונג, אאַ״וו.

די אַלטערנאַטיווע פֿון דער רעגירונג פֿון נתניהו קעגן אָט דער קאָנצעפּציע איז שוין געקומען צום אויסדרוק מיטן אָנטרויען דעם אויסערן-מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, אויך דעם פּאָרטפֿעל פֿון “מיניסטער פֿאַר סטראַטעגישער פּלאַנירונג" — ווי אַ דאַמבע קעגן דעם איראַנישן אַטאָם...

און, פֿאַר די תּושבֿים פֿונעם לאַנד האָט נתניהו, ווי דער עקאָנאָמישער אויבער־מיניסטער, אויפֿגעשפּילט די לעצטע וואָך אַ צינישן ספּעקטאַקל פֿון אָפּשרעקן דאָס פֿאָלק מיט דער הילף פֿון אַ הויפֿן דראַקאָנישע גזירות, צווישן זיי דאָס ביטול מאַכן די ביטער־אויסגעקעמפֿטע קאָמפּענסאַציעס פֿאַר די לעבן־געבליבענע קרבנות פֿונעם חורבן, פֿאַר אינוואַלידן און אַנדערע אומבאַהאָלפֿענע קרבנות פֿון דער גלאָבאַליזאַציע און פֿון דעם נײַעם קריזיס. דאַן זענען געקומען די זיגזאַגישע ענדערונגען, מיט אָנוואַרפֿן די שולד אויף די באַאַמטע פֿון דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום וואָס האָבן געהאַנדלט כּלומרשט אָן דעם וויסן פֿון דעם מיניסטער, פּראָפֿעסאָר יובֿל שטײַניץ, און פֿון דעם פּרעמיער נתניהו — אַ טענה וואָס איז געוואָרן אָפּגעלייקנט פֿון זײַנע באַאַמטע — די פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע.

נתניהו און דאָס פֿינאַנץ־מיניסטעריום האָבן נישט געהאַט קיין גענוג גרויסע סטאַדע ציגן אַרויסצונעמען פֿון אונטער דער דראָענדיקער סאָציאַלער באָמבע, כּדי צו באַרויִקן דאָס פֿאָלק מיט כּלומרשטע באַגיטיקונגען — פֿאַרן פּרײַז פֿון אײַנפֿרירן די לוינען און די סאָציאַלע דערגרייכונגען פֿון די שוואַכע שיכטן — אויפֿן מוסטער פֿון זײַן מכּלומרשט “געלונגענער" עקאָנאָמישער רעפֿאָרם פֿון 2002—2003, וואָס האָט אַוועקגעשטעלט ישׂראל אויפֿן ערשטן אָרט פֿון סאָציאַלע קאָנטראַסטן אין דער ציוויליזירטער וועלט.

צוליב דעם מאַנגל אין “קאָזעס" — זענען געבליבן אין קראַפֿט אַ סך ערנסטע קירצונגען פֿון די מלוכישע סאָציאַלע באַדינונגען פֿאַר די נויטבאַדערפֿטיקע שיכטן, און בראָש פֿון זיי — די קירצונג פֿון 750 מיליאָן שקלים פֿאַר דעם בילדונג- און דערציִונגס־וועזן, וואָס איז שוין פֿון פֿריִער געוואָרן אַראָפּגעשלײַדערט צום נידעריקסטן שטאַפּל פֿון צוריקגעשטאַנענקייט: ווי עס האָט עדות געזאָגט הײַנטיקע וואָך דער פֿאָרשטייער פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרבאַנד פֿאַר דערציִונג, אַנדרעאַס שלײַכער (מען רופֿט אים “דער וועלט-מיניסטער פֿאַר דערציִונג") אויף אַ פּעדאַגאָגן־קאָנפֿערענץ אין תּל־אָבֿיבֿ — אַז די תּלמידים אין ישׂראל, וועלכע האָבן אין די פֿריִערדיקע יאָרן פֿאַרנומען די פֿאָדערשטע ערטער אין די פֿאַרמעסטונגען פֿון זייערע דערגרייכונגען אין די לימודים, זענען אין דעם לעצטן וועלט־עקזאַמען געוואָרן קאַטעגאָריזירט אויפֿן 40סטן אָרט אין פֿאַרשטיין וואָס זיי לייענען, אויפֿן 39סטן אָרט אין וויסנשאַפֿט, און אויפֿן 42סטן אָרט אין מאַטעמאַטיק (צווישן 57 פֿאָרגעשריטענע לענדער), און אַז ישׂראל איז איינע פֿון די אומגלײַכסטע לענדער אויפֿן געביט פֿון דער דערציִונג .

צוליב דער דראָונג פֿון אהוד ברק, דעם מנהיג פֿון “עבֿודה", אַז די רעגירונג וועט געשטעלט ווערן פֿאַר אַ “טיפֿן רעגירונגס־קריזיס" טאָמער עס וועלן אָנגענומען ווערן נתניהוס בודזשעט־רעפֿאָרמען, האָט נתניהו אַרויסגעלאָזט די אַלע קאָזעס פֿון דער סטאַדע און צוריקגעצויגן אַ טייל פֿון זײַנע־נישט־זײַנע סאָציאַלע גזירות, אָפּלייגנדיק זיי, קענטיק, אויף שפּעטער, אויף דעם קומענדיקן, ווי אַלע יאָר, צוגאָב־בודזשעט. ווײַל גראָד איצט, געציילטע טעג פֿאַר זײַן אויפֿטרעטן פֿאַר דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, קען ער זיך נישט דערלויבן אויף קיין רעגירונגס־קריזיס אַזוי קורץ נאָכן איבערנעמען די מאַכט. און זיכער איז אויך ברק אין דעם נישט פֿאַראינטערעסירט. אָבער דער מנהיג פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי האָט, דער עיקר, זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר דעם בודזשעט פֿון זײַן מיניסטעריום, דעם קריגס־בודזשעט. דעם סאָציאַלן קאַמף האָט ער איבערגעלאָזט פֿאַר דעם גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער הסתדרות, עופֿר עיני, וועלכער איז אויך געווען דער הויפּט־"שדכן" בײַם אויפֿשטעלן די רעגירונג, אַרײַנשמוגלענדיק אין איר אהוד ברקן מיט דער “עבודה".

אין אָט דער מלאָכה האָט דווקא ברק זיך אַרויסגעוויזן ווי דער טשעמפּיאָן פֿון “פֿאַררעדן די ציין", פֿון צוויידײַטיקע רמזים מיט אָפּלייקענונגען און מיט צוזאָגן, פֿאַרזיכערונגען און האַנדלונגען. דער מאַן, וועלכער איז געוואָרן אָפּגעשטויסן דורך דער פּאַרטיי, האָט מצליח געווען, אַזוי ווי נאַפּאָלעאָן מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק, צו באַהערשן פֿון ס‘נײַ די פּאַרטיי, האָט דורך טריקן און דורך פֿאַררעדן די ציין זיך דערשלאָגן צום אַמט פֿון דעם זיכערהייט־מיניסטער, און נאָכן אַראָפּנידערן זײַן פּאַרטיי צו דער שווערסטער מפּלה אין איר געשיכטע, האָט ער זי, דורך פֿאַררעדן די ציין און דורך אָפּנאַרערישע דערקלערונגען אַרײַנגעשמוגלט אין דער קאָאַליציע ווי אַ פּאַרטנער פֿון “ליכּוד", פֿאַרזיכערנדיק פֿאַר זיך דעם אַמט פֿון זיכערהייט־מיניסטער און די דאָמינירנדיקע ראָלע אין דער רעגירונג. אַ שעה פֿאַרן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך מיט נתניהו האָט ער פֿאַר דעם גענעראַל־סעקרעטאַר און פֿאַרוואַלטער פֿון זײַן פּאַרטיי, איתן קאַבעל אָפּגעלייקנט די קלאַנגען, אַז ער פֿירט געהיימע פֿאַרהאַנדלונגען מיט נתניהו.

און מיט דער זעלבער שיטה האָט ער מצליח געווען סוף פֿאָריקע וואָך אין זײַן לעצטן מאַנעווער אָנצוּוואַרפֿן זיין אַבסאָלוטע שליטה אין דער געפֿאַלענער פּאַרטיי: ער האָט צוזאַמענגערופֿן אייגנזײַטיק די פּאַרטיי־צענטראַלע, האָט צוקאָאָפּטירט “פֿון דרויסן" הונדערטער נײַע מיטגלידער, כּדי צו באַזײַטיקן פֿון זײַן געוויילטן אַמט דעם פֿאַרוואַלטער און גענעראַל־סעקרעטאַר איתן קאַבעל און באַשטימען אויף זײַן אָרט זײַן כּלים־טרעגער, דעם בוי־אונטערנעמער ווײַצמאַן שירי, און — די פּאַרטיי איז שוין זײַנע.

איצט האָפֿט ער קענטיק אויף דער געלעגנהייט, אַז אויך די מדינה זאָל ווערן זײַנע...

תּל־אָבֿיבֿ, 12טער מײַ 2009