חורבן
דערצויגלינגען פֿון ווילנער ייִדישער קינדער־היים אויף אַ צונויפֿטרעף אין די 1970ער יאָרן אין ישׂראל. די פֿערטע (פֿון רעכטס) אין דער צווייטער ריי צבֿיה ווילדשטיין. אונטן פֿאָטאָ־פּאָרטרעטן: יוסף רעבעלסקי און דירעקטאָר אליעזר יערוסאַלימסקי
דערצויגלינגען פֿון ווילנער ייִדישער קינדער־היים אויף אַ צונויפֿטרעף אין די 1970ער יאָרן אין ישׂראל. די פֿערטע (פֿון רעכטס) אין דער צווייטער ריי צבֿיה ווילדשטיין. אונטן פֿאָטאָ־פּאָרטרעטן: יוסף רעבעלסקי און דירעקטאָר אליעזר יערוסאַלימסקי

אַ נײַעס אין אַ היגער רוסיש־שפּראַכיקער צײַטונג מכּוח פֿאַריתומטע ייִדישע קינדער און זייערע פֿאַרזאָרגער אין ליטע 1944—1945, האָט מיך שטאַרק באַאײַנדרוקט. אויסטערליש, אַז לעבנדיק אין ווילנע פֿון 1947 ביז 1990 אונטערן טאָטאַליטאַרן רעזשים, האָב איך גאָרנישט געוווּסט וועגן יענע דראַמאַטישע געשעענישן. ווען זומער 1944 האָט די רויטע אַרמיי באַפֿרײַט ווילנע האָבן אויף די גאַסן זיך באַוויזן ייִדישע קינדער, וועלכע האָבן זיך געהאַט אויסבאַהאַלטן אין די וועלדער, קעלערן און ביידעמער. עס האָט ממש גענומען אַ שוידער אַ קוק צו טאָן אויף זיי, די אויסגעדאַרטע, שמוציקע און אָפּגעריסענע.

בײַ אַ קליינער גרופּע געוועזענע לערער פֿון ייִדישע שולן, בראָש מיט צבֿיה ווילדשטיין, האָט אויפֿגעבליצט אַ געדאַנק. נאָך די שרעקלעכע איבערלעבענישן איז פֿאַר די קינדערלעך לעבנס־נייטיק געווען אַ ייִדישע קינדער־היים מיט אַן אָנהייב־שול. אין די אַלגעמיינע אַנשטאַלטן וועט מען זיך נישט צערעמאָניען מיט זיי; זיי וועלן ווערן פֿאַרגרעבט און, דער עיקר, פֿאַרלירן דאָס פּינטעלע ייִד. אַז ווילדשטיין מיט אירע קאָלעגן זײַנען אַוועק אין ליטווישן בילדונגס־מיניסטעריום מיט זייער פֿאָרשלאָג, האָט מען אים אָפּגעוואָרפֿן בזה־הלשון: "איר ווילט אין דער סאָוועטישער ליטע אַ נײַע געטאָ?" נאָכן אומזיסטן באַזוך האָבן זיי צופֿעליק זיך דערוווּסט, אַז אין ווילנע סטאַציאָנירט אַ הויך־ראַנגיקע מיליטערישע מעדיצין־אינסטאַנץ, וואָס איר אָנפֿירער איז פּראָפֿעסאָר יוסף רעבעלסקי, אַ מאָסקווער ייִד.

בעתן צונויפֿטרעף מיטן פּאָדפּאָלקאָווניק יוסף רעבעלסקי האָט צבֿיה ווילדשטיין געזאָגט, אַז זי אַליין האָט זיך דורך אַ נס געראַטעוועט פֿון דער ווילנער געטאָ, אָבער געקומען איז זי בשײַכות מיטן אויבנדערמאָנטן פּלאַן. ער האָט פּאָזיטיוו רעאַגירט און צוגעזאָגט זײַן הילף. דערבײַ פֿאַרענדיקט: "מיר וועלן עפֿענען אַ קינדער־היים מיט געמיטלעכער היימישקייט, איך וועל זײַן זייער פֿאָטער און איר זייער מאַמע. טאַקע אַ דאַנק אים, זײַנען אין גיכן אין ווילנע און נאָך דעם אין קאָוונע אַנטשטאַנען ייִדישע קינדער־היימען. צבֿיה ווילדשטיין איז נאָמינירט געוואָרן ווי פֿאַרוואַלטערין פֿון דער ווילנער קינדער־היים. דאַן זײַנען אויפֿגעקומען אומצאָליקע דאגות, ווי אײַנצואָרדענען אַ נאָרמאַל לעבן און אַ שטוביקע וואַרעמקייט פֿאַר מער ווי 400 פֿאַרוואָרלאָזטע יתומים. אַ צווייטע פּראָבלעם — וווּ נעמט מען איבערגעגעבענע דערציִער פֿאַר די קינדער? עס איז דאָך מלחמה־צײַט, אַרום איז אַלץ פֿאַרוויסט. אַ סך האָט צוגעהאָלפֿן רעבעלסקי, אויסנוצנדיק זײַן סטאַטוס.

צבֿיה ווילדשטיין האָט זיך מיט לײַב און לעבן אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער אַרבעט. דורך דער פּרעסע האָט מען געזוכט ייִדישע לערער און געבעטן אָפּגעפֿינען עלנטע ייִדישע קינדער. בעת די יום־טובֿים איז זי אַרויסגעטראָטן מיט רעדעס אין דער ווילנער כאָרשול. ווי דירעקטאָר פֿון דער ווילנער אָנהייב־שול, איז באַשטימט געוואָרן אליעזר יערוסאַלימסקי. מיטן אָרגאַניזירן אַ ייִדישע אָנהייב־שול אין קאָוונע האָט זיך ענערגיש באַשעפֿטיקט די באַרימטע ייִדישע פּעדאַגאָגין העלענאַ כאַצקעלעס. שפּעטער קומען צו ייִדישע קינדער, וועלכע זײַנען מיט די עלטערן געווען אין דער עוואַקואַציע. ווי באַקאַנט, האָט מען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד שוין אין 1938 אויסגעוואָרצלט דאָס ייִדישע שולוועזן. און דאָ נאַט אײַך! ניט נאָר מען פֿירט די לימודים אויף ייִדיש, די תּלמידים קריגן אויך ידיעות וועגן דער ייִדישער געשיכטע און טראַדיציעס. אין האַרבסט 1945 קערט זיך אום י. רעבעלסקי קיין מאָסקווע, וווּ עס וואַרטן אויף אים זײַן ווײַב פֿאַניע און דאָס טעכטערל ליובע. פֿאַר זײַן אָפּפֿאָר אָרדנט מען אײַן אין דער ווילנער ייִדישער אָנהייב־שול אַ ניט־פֿאַרגעסלעכן געזעגענונג־אָוונט.

אין 1946 האָבן גענומען שוועבן די ערשטע פֿינצטערע וואָלקנס. צבֿיה ווילדשטיין, ווי אַ געוועזענע פּוילישע בירגערין, האָט געקענט זיך גלײַך רעפּאַטריִיִרן קיין פּוילן. אָבער ווי קען זי דאָ לאָזן אירע האָדאָוואַניקעס? זי האָט אָנגעהויבן זיך משתּדל זײַן, אַז אויך די קינדער זאָל מען אַרויסלאָזן אַהין. די ענקאַוועדיסטן האָבן דערשנאַפּט, אַז זי מיינט ניט פּוילן, נאָר ארץ־ישׂראל. מען האָט זי פֿאַרשיקט צו די ווײַסע בערן אין מאַגאַדאַן. נאָך סטאַלינס טויט, האָט זי זיך באַפֿרײַט און אָנהייב 1970ער יאָרן עולה געווען קיין ישׂראל.

אַ גאָר טראַגישער גורל איז אויסגעפֿאַלן אויפֿן נאָבעלן ייִד יוסף רעבעלסקי. מען האָט אים אַרעסטירט דעם 10טן מײַ 1948, אין סאַמע ברען פֿון דער גרויליקער סאָוועטיש־אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע. אַ פֿאַרפּײַניקטער אין מאָסקווער בוטירקאַ־טורמע, האָט ער דעם 6טן יוני 1949 אויסגעהויכט זײַן נשמה, זײַענדיק 55 יאָר אַלט. אין מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס צײַטן האָט מען יוסף רעבעלסקיס טאָכטער ליובע באַוויזן די ענקעוועדע־דאָסיע נומ׳ 1367. דאָרטן איז געווען פֿאַרשריבן שוואַרץ אויף ווײַס: "דער אויספֿאָרש און דערווײַז־זאַכן האָבן אויסגעקלאָרט י. רעבעלסקיס נאַציאָנאַליסטישע אײַנזעענישן, פֿאַרברעכערישע קאָנטאַקטן און זײַנע מאַכינאַציעס אין מאַטעריעלן באַזאָרגן די ייִדישע קינדער־היימען, וועלכע ער האָט אָרגאַניזירט אין ווילנע און קאָוונע". אַ באַאַמטער האָט זיך מסירת־נפֿשדיק אײַנגעשטעלט לטובֿת די פֿאַריתומטע קינדער אין דער מלחמה. נאָר פֿאַשיסטישע הענקער אונטערן דעקמאַנטל פֿון קאָמוניסטן־אינטערנאַציאָנאַליסטן האָבן געקענט אים דאָס פֿאַררעכענען ווי אַ חטא, ווײַל דאָס זײַנען דווקא געווען ייִדישע קינדער!

אויף צו להכעיס אונדזערע שׂונאים איז צבֿיה ווילדשטיינס טרוים פֿאַרווירקלעכט געוואָרן אין ישׂראל. זי און נאָך עטלעכע לערער זײַנען ווידער זיך צונויפֿגעגאַנגען מיט זייערע געוועזענע דערצויגלינגען — צו דער צײַט, שוין דערוואַקסענע משפּחה־מענטשן; צווישן זיי, אַ טייל מיט פֿײַנע קאַריערעס אויף פֿאַרשיידענע געביטן. זיי האָבן ניט פֿאַרגעסן, אַז אין עת־צרה האָבן די דערציִער מיט פֿילעוודיקע הערצער זיי פֿאַרביטן טאַטע־מאַמע. ביזן הײַנטיקן טאָג רופֿן זיי זיך אָפּ מיטן גרעסטן דרך־ארץ וועגן זייערע אַמאָליקע מדריכים, וועלכע האָבן זיי אויסגעהאָדעוועט אין מענטשלעכקייט און ייִדישקייט.