די וואָך האָט דער אַמעריקאַנער שוץ־מיניסטער ראָבערט גייטס געמאָלדן וועגן זײַן באַשלוס צו פֿאַרבײַטן דעם גענעראַל מאַק‘קירנאַן, וואָס איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דעם מיליטער פֿון נאַטאָ און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַפֿגאַניסטאַן, אויף דעם גענעראַל מאַק‘קריסטאַל, וואָס האָט ביז אַהער פֿאַרנומען אַ הויכן אַמט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי.
ווי עס האָט דערקלערט זײַן באַשלוס דער מיניסטער גופֿא, האָט ער עס געטאָן צוליב דעם, ווײַל דער קאַמף קעגן "טאַליבאַן" פֿאָדערט איצט "אַ נײַ דענקען און אַ נײַעם צוגאַנג".
דער "נײַער צוגאַנג" מיינט אַוודאי פֿאַרשטאַרקטע מיליטערישע מעשׂים, לויט די נײַע פּלענער פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. ווי באַוווּסט, האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ געשטעלט די לייזונג פֿון דער "אַפֿגאַנער פֿראַגע" אויבן אָן צווישן זײַנע פּריאָריטעטן אין דער אויסערלעכער פּאָליטיק. צוליב דעם ווערט פּלאַנירט צו די פֿינף מיליטערישע בריגאַדעס, וואָס געפֿינען זיך שוין איצט אין אַפֿגאַניסטאַן, אַריבערוואַרפֿן פֿון איראַק נאָך פֿינף בריגאַדעס.
די לעצטע געשעענישן אָבער ווײַזן, אַז די טאַליבאַנער כּוחות, וואָס האָבן זיך באַזירט מערסטנס אין די בערג אויף דער גרענעץ פֿון פּאַקיסטאַן, און אויף די בערגיקע פּאַקיסטאַנער שטחים, רײַסן זיך שוין איצט קיין איסלאַמאַבאַד, די הויפּט־שטאָט פֿון פּאַקיסטאַן. זייער ציל איז צו פֿאַרכאַפּן די נוקלעאַרע אַרסענאַלן פֿון פּאַקיסטאַן.
ס‘איז איבעריק צו רעדן, ווי גרויס עס איז די סכּנה, אויב דאָס אַטאָם־געווער וועט אַרײַן אין די הענט פֿון די פֿאַנאַטישע טעראָריסטן. אָנהייב חודש האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ זיך געטראָפֿן מיט די פּרעזידענטן פֿון אַפֿגאַניסטאַן און פּאַקיסטאַן, און אויף דער באַגעגעניש זײַנען אַוודאי קודם־כּל באַטראַכט געוואָרן די וועגן, ווי אַזוי צו לייזן די שווערע דילעמע. צווישן די וויכטיקסטע פֿאָדערונגען, וואָס וואַשינגטאָן האָט צו איסלאַמאַבאַד איז צו אַנטפּלעקן דעם סוד, וווּ עס געפֿינען זיך די באַזעס מיט נוקלעאַר געווער. פֿאַרשטייט זיך, די פּאַקיסטאַנער רעגירונג דרייט זיך אויפֿן קאָריק און דערקלערט, אַז זי קאָנטראָלירט דעם מצבֿ. דער קאָנטראָל ליגט אין די הענט פֿון דער פּאַקיסטאַנער אַרמיי, וואָס ביז אַהער האָט זיך איר אײַנגעגעבן נישט צו דערלאָזן צו דער מאַכט די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן.
אָבער פֿריִער איז בײַ דער מאַכט געווען דער פּרעזידענט פּערעוועז מושאַראַף, אַליין אַ געניטער שלאַכט־גענעראַל, וואָס איז צו דער מאַכט געקומען נאָך אַ מיליטערישער איבערקערעניש. די הײַנטיקע צענטראַלע רעגירונג אין פּאַקיסטאַן איז זייער אַ שוואַכע, און ווי עס האַלטן די עקספּערטן, דראָט נאָך דעם לאַנד צעטיילט צו ווערן. די באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד באַשטייט פֿון פֿאַרשידענע עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס. חוץ דעם "טאַליבאַן", איז פֿאַראַן די שיִיִטישע מינאָריטעט, וועלכע האַלט זיך אונטערגעדריקט דורך דער סוניטישער מערהייט; די עטנישע גרופּע בעלודזשי, וואָס איז צעשפּרייט איבער די גרענעצן פֿון פּאַקיסטאַן, איראַן און אַפֿגאַניסטאַן, איז גרייט צו שאַפֿן איר אייגענע נאַציאָנאַלע מלוכה; שוין אָפּגערעדט פֿון די כּלערליי סעפּאַראַטיסטיש־מיליטאַנטישע גרופּירונגען, וואָס האָבן זייערע אייגענע צילן און קיין שום קאָנטראָל מצד דער רעגירונג.
אויף דער באַגעגעניש מיט די פֿירער פֿון אַפֿגאַניסטאַן און פּאַקיסטאַן איז זיי טאַקע צוגעזאָגט געוואָרן אַ פֿינאַנציעלע און מיליטערישע הילף. די אַמעריקאַנער שטײַער־צאָלער וועלן מוזן נאָך שטאַרקער אײַנציִען דעם גאַרטל אויף 7.5 מיליאַרד דאָלאַר, וואָס וועלן געוויס אויסגעטיילט ווערן צו שטיצן די מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן און די עקאָנאָמיע אין פּאַקיסטאַן. וויפֿל פֿון די ריזיקע געלטער וועלן אויסגעגעבן ווערן אויף די געשטעלטע צילן, און וויפֿל ס‘וועט אַרײַן אין די הענט פֿון די עקסטרעמיסטן און קאָרופּציאָנערן, איז שווער צו זאָגן.
ס‘איז קלאָר איין זאַך, קיין זיכערע גאַראַנטיעס צו באַשיצן די נוקלעאַרע אָביעקטן קאָן פּאַקיסטאַן נישט געבן, כאָטש זי זאָגט עס צו. צוריק גערעדט, האָט אַמעריקע קיין אַנדער ברירה נישט: ווי אַזוי צו לייזן די גורלדיקע פֿראַגע ווייסט מען נישט אין "ווײַסן הויז", און אַרײַנקריכן אין אַ נײַער מלחמה, וויל מען אויך נישט. פּרעזידענט אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן אַן אייגן פּעקל — די נאָך נישט־פֿאַרענדיקטע מלחמה אין איראַק, די איראַנישע נוקלעאַרע סכּנה און דערצו אַפֿגאַניסטאַן, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק, וואָס אַפֿילו דער נײַ־געשטעלטער גענעראַל מאַק‘קריסטאַל וועט נישט בכּוח זײַן אויסצוהיילן.