- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויפֿן חנוכּת־הבית זענען געקומען פֿרײַנד און משפּחה פֿונעם ייִדישן "פֿאָרווערטס", דעם ענגלישן "פֿאָרוואָרד", די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע", ווי אויך זשורנאַליסטן און שרײַבער, וועלכע באַטייליקן זיך אין ביידע צײַטונגען. צו דער געלעגנהייט האָט די "פֿאָרווערטס"־אַרכיוואַרין, חנה פּאָלאַק, אויסגעשטעלט זעלטענע בילדער אין אונדזער זאַמלונג פֿון דער "פֿאָרווערטס"־געשיכטע, ווי אויך פֿון דער אַמאָליקער ראַדיאָ־סטאַנציע פֿונעם "פֿאָרווערטס", WEVD, צווישן זיי: אַלטע בלײַענע פּלאַטעס און מאַטריצן פֿון דער אַמאָליקער "פֿאָרווערטס"־דרוקערײַ; אַלטע מיקראָפֿאָנען פֿון דער ראַדיאָ־ סטודיאָ, ווי אויך אַן אַליין־געבויטע קלאַנג־מאַשין, וואָס נחום סטוטשקאָוו האָט געניצט פֿאַר זײַנע משפּחה־דראַמעס אויף דער ראַדיאָ צו שאַפֿן די פּאַסיקע קלאַנג־עפֿעקטן.
דער פֿאַרלעגער פֿון דער "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע, שמואל נאָריך, האָט באַגריסט דעם עולם און באַדאַנקט אַלע וואָס האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דעם אַריבערציִען זיך פֿון דער 33סטער גאַס, וווּ דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך געפֿונען פֿון די מיטן 1970ער יאָרן. ער האָט אויך באַדאַנקט די אַרכיטעקטור־פֿירמע "אַמי גראָס", וואָס האָט דורכגעפֿירט דעם פּלאַן פֿונעם ביוראָ אונטער דער השפּעה פֿון דער אַמאָליקער "ווינער ווערקשטאַט"־באַוועגונג. די באַוועגונג האָט אויך געשטרעבט צו שאַפֿן קונסט און בויען בנינים אויף דעמאָקראַטישע און פּראָגרעסיווע פּרינציפּן, וואָס איז אויך דער פּרינציפּ פֿון דער "פֿאָרווערטס"־טראַדיציע. צווישן די געסט פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט זענען געווען: מיכל באַראַן, נינאַ ראָגאָוו, חיים וואָלף, שיין בייקער, ראַז און מילט פּינקוס, חנה קופּער, בנימין שעכטער. אויף עקראַנען האָט מען געוויזן דעם קורצן ווידעאָ־פֿילם "אַ שפּאַציר איבער דער רעדאַקציע" וועגן דעם פּערסאָנאַל פֿונעם "פֿאָרווערטס", וואָס אַלע קענען זען אויף דער "פֿאָרווערטס"־וועבזײַט https://yiddish2.forward.com/workingtour און אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם אַמאָליקן "פֿאָרווערטס". אַלע האָבן מסכּים געווען, אַז דער נײַער "פֿאָרווערטס"־ביוראָ וועט זײַן אַ פּאַסיק, שיין אָרט פֿאַר דער בעסטער ייִדישער צײַטונג אויף דער וועלט! |