קהילה־לעבן

פֿון רעכטס: ד״ר בערל זומאָף, אלעזר קאַץ, נחום קאַופֿמאַן, מיכל באַראַן, באָריס סאַנדלער, נינאַ ראָגאָוו בײַם חנוכּת־הבית
פֿון רעכטס: ד״ר בערל זומאָף, אלעזר קאַץ, נחום קאַופֿמאַן, מיכל באַראַן, באָריס סאַנדלער, נינאַ ראָגאָוו בײַם חנוכּת־הבית
מיטוואָך, דעם 20סטן מײַ, האָט מען אָפֿיציעל געעפֿנט דעם נײַעם "פֿאָרווערטס"־ביוראָ אין דער "וואָל־סטריט"־געגנט פֿון מאַנהעטן. דאָס נײַע אָרט אויף "125 מיידען־ליין" פֿאַרנעמט אַ גרויסן גאָרן אין אַ מאָדערנעם בנין. דער פּערסאָנאַל האָט זיך אַריבערגעצויגן אַהער סוף פֿעברואַר, אָבער דעם רעמאָנט פֿונעם ביוראָ האָט מען ערשט יענע וואָך פֿאַרענדיקט.

אויפֿן חנוכּת־הבית זענען געקומען פֿרײַנד און משפּחה פֿונעם ייִדישן "פֿאָרווערטס", דעם ענגלישן "פֿאָרוואָרד", די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע", ווי אויך זשורנאַליסטן און שרײַבער, וועלכע באַטייליקן זיך אין ביידע צײַטונגען.

צו דער געלעגנהייט האָט די "פֿאָרווערטס"־אַרכיוואַרין, חנה פּאָלאַק, אויסגעשטעלט זעלטענע בילדער אין אונדזער זאַמלונג פֿון דער "פֿאָרווערטס"־געשיכטע, ווי אויך פֿון דער אַמאָליקער ראַדיאָ־סטאַנציע פֿונעם "פֿאָרווערטס", WEVD, צווישן זיי: אַלטע בלײַענע פּלאַטעס און מאַטריצן פֿון דער אַמאָליקער "פֿאָרווערטס"־דרוקערײַ; אַלטע מיקראָפֿאָנען פֿון דער ראַדיאָ־ סטודיאָ, ווי אויך אַן אַליין־געבויטע קלאַנג־מאַשין, וואָס נחום סטוטשקאָוו האָט געניצט פֿאַר זײַנע משפּחה־דראַמעס אויף דער ראַדיאָ צו שאַפֿן די פּאַסיקע קלאַנג־עפֿעקטן.

אלעזר קאַץ הענגט אויף די מזוזה
אלעזר קאַץ הענגט אויף די מזוזה

דער פֿאַרלעגער פֿון דער "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע, שמואל נאָריך, האָט באַגריסט דעם עולם און באַדאַנקט אַלע וואָס האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דעם אַריבערציִען זיך פֿון דער 33סטער גאַס, וווּ דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך געפֿונען פֿון די מיטן 1970ער יאָרן. ער האָט אויך באַדאַנקט די אַרכיטעקטור־פֿירמע "אַמי גראָס", וואָס האָט דורכגעפֿירט דעם פּלאַן פֿונעם ביוראָ אונטער דער השפּעה פֿון דער אַמאָליקער "ווינער ווערקשטאַט"־באַוועגונג. די באַוועגונג האָט אויך געשטרעבט צו שאַפֿן קונסט און בויען בנינים אויף דעמאָקראַטישע און פּראָגרעסיווע פּרינציפּן, וואָס איז אויך דער פּרינציפּ פֿון דער "פֿאָרווערטס"־טראַדיציע.

צווישן די געסט פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט זענען געווען: מיכל באַראַן, נינאַ ראָגאָוו, חיים וואָלף, שיין בייקער, ראַז און מילט פּינקוס, חנה קופּער, בנימין שעכטער. אויף עקראַנען האָט מען געוויזן דעם קורצן ווידעאָ־פֿילם "אַ שפּאַציר איבער דער רעדאַקציע" וועגן דעם פּערסאָנאַל פֿונעם "פֿאָרווערטס", וואָס אַלע קענען זען אויף דער "פֿאָרווערטס"־וועבזײַט

https://yiddish2.forward.com/workingtour און אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם אַמאָליקן "פֿאָרווערטס". אַלע האָבן מסכּים געווען, אַז דער נײַער "פֿאָרווערטס"־ביוראָ וועט זײַן אַ פּאַסיק, שיין אָרט פֿאַר דער בעסטער ייִדישער צײַטונג אויף דער וועלט!