‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך האָט איינער אַ דעפּוטאַט פֿון דער אויבער־דומע, דער פּאַרלאַמענט אין אוקראַיִנע, מיטן נאָמען מאָסקאַל, זיך געוואָנדן צום הויפּט פֿון דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט־דינסט מיט אַ ביטע אויסצופֿאָרשן די אומשטענדן פֿון טויט בײַ סטעפּאַן באַנדעראַ, יעווגעני קאָנאָוואַלץ, סימאָן פּעטלוראַ און לעוו טראָצקי (בראָנשטיין). מיר וועלן זיך שפּעטער אומקערן צו די דאָזיקע פּערזענלעכקייטן. אָבער פֿריִער איז כּדאַי זיך אומצוקוקן אויף אַ געוויסן צײַט־אָפּשניט, וואָס וועט דערמעגלעכן בעסער צו פֿאַרשטיין די איצטיקע ווענדונג פֿונעם חשובֿן דעפּוטאַט מאָסקאַל.

טעאַטער, קהילה־לעבן
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
 מע פֿײַערט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכם און 20 יאָר "ייִדישפּיל"־טעאַטער

אין משך פֿון איין טאָג — דעם 26טן מײַ 2009 — איז ייִדיש געווען די מדינה־שפּראַך אין ישׂראל. אַזוי איז אויסגעקומען. מ’האָט זי געצערטלט, זי באַשאָנקען מיט לויבגעזאַנגען ביזן הימל און זי דערהויבן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַן אויסגעוויילט לשון. אין מיטן דעם שטראָם פֿון צוקער־זיסע ווערטער האָט זיך געוואָלט אויסשרײַען: נישט קיין לויבווערטער זײַנען מיר אויסן, אַלץ וואָס איר קאָנט זאָגן וועגן ייִדיש ווייסן מיר פֿון אויסנווייניק אַליין, לאָמיר רעדן תּכלית — וואָס זענט איר גרייט צו טאָן לטובֿת ייִדיש?ווי אַזוי קענט איר דערגרייכן, אַז מיט דער שפּראַך וואָס איר אַליין באַצייכנט ווי אַן אוניקום, וואָס האָט נישט זײַנס גלײַכן אין דער וועלט זאָל טאַקע געשען דער נס פֿון ווידער־אויפֿלעבונג?

פּובליציסטיק
אַלטע ראָש־פּינה

יעדעס מאָל, ווען איך באַזוך ראָש־פּינה (ווינקלשטיין), פֿאַרפֿעל איך ניט זיך אַרײַנצוכאַפּן, כאָטש אויף עטלעכע שעה, אין דער דאָרטיקער, לאָקאַלער ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך אין איינעם פֿון אירע אַלטע הײַזער.

אויף אירע ביכער־פּאָליצעס און אין איר רײַכן אַרכיוו, קען מען געפֿינען אַ שלל מיט היסטאָרישע דאָקומענטן און כראָניק, וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער קאָלאָניע, וואָס איז שוין הײַנט כּמעט "אַ עיר־ואם־בישׂראל" — אַ שפּרודלדיק, דינאַמיש שטעטל.

ליטעראַטור
מיר באַגריסן דעם באַקאַנטן רוסיש־ייִדישן שרײַבער גריגאָרי קאַנאָוויטש
צו זײַן ווערן אַ בן־שמונים און ווינטשן אים געזונט און שעפֿערישקייט

דער שוסטער חנן מערגאַשילסקי האָט געהאַט אַ שטיף־ברודער, לייזער־דוד, וואָס זײַן פּרנסה איז געווען אין אונדזערע ערטער ווייניק פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן — ער איז געווען אַ פֿויגלכאַפּער.

— עס פּאַסט נישט, אַז אַ ייִד זאָל כאַפּן פֿייגל, — האָט יעדעס מאָל געטענהט חנן, ווען די רייד איז פֿאַרגאַנגען וועגן לייזער־דודן, — ס’איז נישט גוט צו פֿאַרשפּאַרן אַ פֿויגל אין אַ שטײַגל; דער אייבערשטער האָט דעם באַשעפֿעניש געגעבן פֿליגלען עס זאָל פֿרײַ פֿליִען פֿון איין צווײַגל צו אַ צווייטן, פֿון איין קוסט צו אַן אַנדערן.

געשיכטע, קולטור
קינאָ־פּראָגראַם פֿאַרן ייִדישן פֿילם "דער וואַנדערנדער איד", מיטן אַקטיאָר יעקבֿ בן־עמי,  1930ער יאָרן

די פֿאָרשונג פֿון אַ לעגענדע קען אַרומנעמען כּלערליי פּערספּעקטיוון. איינער פֿון די עלטסטע מעטאָדן אין דער פֿאָלקלאָריסטישער פֿאָרשונג באַשטייט פֿון פֿאַרגלײַכן וואַריאַנטן פֿון אַ טעקסט, כּדי צו פֿאַרשטיין ווי דער פֿאָלקס־טעקסט האָט זיך געביטן במשך פֿון יאָרן, לענדער און קולטורן. לכתּחילה, האָבן פֿאָלקלאָריסטן געהאָפֿט, אַז מיט דעם מעטאָד וועט מען דערגיין צום "אורטעקסט", דעם ערשטן נוסח פֿון אַ לעגענדע, פֿאָלקס־מעשׂה אָדער ליד.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, ווערן איבערגעציילט די לוויים — מענער פֿון 30 ביז 50 יאָר אַלט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "במדבר", וואָס מיר האָבן געלייענט מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט: "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל". דער דאָזיקער פּסוק האָט אַ טאָפּלטן באַדײַט, און קאָן אָפּגעטײַטשט ווערט ווי "ציילט איבער די ייִדן" — אָדער, מער בוכשטעבלעך — "הייבט אויף זייערע קעפּ". די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן, אַז יעדער געציילטער ייִד האָט אַ באַזונדערע חשיבֿות.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען ניט זײַן הונדערט פּראָצענט זיכער, צי דאָס וואָרט "וואָקזאַל" שטאַמט באמת פֿון דעם ענגלישן Vauxhall, אָבער אַזוי קלינגט איינע פֿון די ווערסיעס, דהײַנו: אַז אין רוסיש איז דאָס וואָרט אַרײַנגעפֿאַלן פֿון דעם נאָמען, מיט וועלכן ס׳איז פֿאַרבונדן אין לאָנדאָן אי די געשיכטע פֿון אַ גרויסן פּאַרק אי די געשיכטע פֿון איינער פֿון די עלטסטע אײַזנבאַן-סטאַנציעס. אין דער רוסישער ליטעראַטור (למשל, בײַ אַלעקסאַנדר פּושקינען) ווערט דאָס וואָרט "וואָקזאַל" (צי "וואָקסאַל") גענוצט אויך פֿאַר די ערטער, וווּ די סמעטענע פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט זיך פֿאַרווײַלט.

טעאַטער
פֿון רעכטס אויבן: "נישט קיין ראָזשינקעס, נישט קיין מאַנדלען" בײַם "דאָראַ וואַסערמאַן ייִדיש־טעאַטער" אין מאָנטרעאָל; לינקס אויבן: אַ סצענע פֿונעם "בוקאַרעשטער ייִדישן מלוכה־טעאַטער"; רעכטס אונטן: "באָנזשור, מיסיו שאַגאַל" בײַם פּוילישן "אידאַ און אסתּר־רחל קאַמינסקאַ מלוכה־טעאַטער"; לינקס אונטן: "אפֿשר איז זי אין גאַנצן נישט געווען" פֿון "ייִדישפּיל", ישׂראל

פֿונעם 17טן יוני ביזן 25סטן יוני 2009 וועט פֿאָרקומען אַ היסטאָרישער צוזאַמענטרעף אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע, פֿון כּמעט אַלע ייִדישע טעאַטערס אויף דער וועלט. די טעאַטערס זענען בפֿירוש טרופּעס וואָס שפּילן אויף דער ייִדישער שפּראַך, נישט סתּם אויף ייִדישע טעמעס אין פֿאַרשיידענע לשונות. עס וועלן זיך באַטייליקן טעאַטערס פֿון פּוילן, ישׂראל, רומעניע, פֿראַנקרײַך און ניו־יאָרק. דערצו וועט פֿאָרקומען אַ סימפּאָזיום וועגן דעם ייִדישן טעאַטער, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿילמען און אויסשטעלונגען במשך פֿון דער גאַנצער וואָך.

ליטעראַטור
סאָלאָמאָן באַרט. לידער. 1915—1940. פּראָזע. בריוו. צוגעגרייט דורך לאַזאַר פֿליישמאַן און דמיטרי העסען. מאָסקווע׃ וואָדאָליי, 2008.

דער נאָמען פֿונעם רוסישן דיכטער סאָלאָמאָן באַרט (שלמה קאָפּעלמאַן) איז קוים באַקאַנט אַפֿילו צווישן די מומחים פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. קיינער ווייסט ניט, ווען און וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, און עס איז ניט באַקאַנט, מיט וואָס ער האָט זיך פֿאַרנומען ביזן יאָר 1918, ווען ער האָט זיך באַזעצט אין וואַרשע. אויפֿן סמך פֿון אומדירעקטע ידיעות נעמט מען אָן, אַז פֿאַר דער רעוואָלוציע איז באַרט געווען רײַך און האָט ליב געהאַט די מאָדערנע רוסישע דיכטונג.

פּובליציסטיק

אינעם הײַנטיקן "ניו־יאָרק טײַמס" גיט מען זיך שטאַרק אָפּ מיט דער פּראָגער לעגענדע וועגן דעם מהר"לס גולם. אייראָפּע זוכט פֿון אונטער דר'ערד ווי צו פֿאַרדינען אַ קערבל פֿון דער טוריסטיק, און דער עיקר פֿון דער ייִדישער טוריסטיק. ערשטנס, איז דאָס נוגע פּוילן, וווּ מען האָט ערשט נישט לאַנג געעפֿנט דעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע און מען זיצט ווי אויף שפּילקעס און וואַרט אויף דער ייִדישער טוריסטיק. אַ טייל פֿון זיי קומען מיט דאָלאַרן, קויפֿן שמאָנצעס, עסן אין מכּלומרשט ייִדישע רעסטאָראַנען און פֿאַרטשאַדען זיך מיט די גײַסטיקע אויפֿטוען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער באַפֿעלקערונג וואָס איז מער נישטאָ.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ פּראָבלעם מיט וועלכער איך שעם זיך. איך באַטייליק זיך אין אַ מנין אין דער זעלבער שיל פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. איצט בין איך 17 יאָר אַלט, אָבער די עלטערע מענטשן קוקן אויף מיר ווי איך וואָלט געווען נאָך 7. איין פֿרוי, רות כּהן, מאַכט מיך משוגע — ווען זי דערזעט מיך, נעמט זי מיך אַרום און גיט מיר אַ פּאַטש פֿון הינטן. איך געדענק, ווען זי פֿלעגט דאָס טאָן מיט צען, צוועלף יאָר צוריק. איך באַמי זיך זי אויסצומײַדן, אָבער אין אַזאַ קליינער שיל איז דאָס אוממעגלעך. וואָס דאַרף איך איר זאָגן וועגן דעם, אָבער דערבײַ זי נישט באַליידיקן? זאָל איך עפּעס זאָגן בכלל אָדער "זאָל מײַנס איבערגיין"?

רעצעפּטן

דאָס מאכל פּאַסט זיך צו סײַ צו פֿרישטיק, סײַ צו מיטאָג. ניצט אַ פּאַטעלניע, וואָס קאָן פֿאַרטראָגן די היץ פֿון אַ בראָט־אויוון (broiler).

1 קליינער פּאַטלעזשאַן
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 קליינע ציבעלע, צעהאַקט