נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, ווערן איבערגעציילט די לוויים — מענער פֿון 30 ביז 50 יאָר אַלט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "במדבר", וואָס מיר האָבן געלייענט מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט: "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל". דער דאָזיקער פּסוק האָט אַ טאָפּלטן באַדײַט, און קאָן אָפּגעטײַטשט ווערט ווי "ציילט איבער די ייִדן" — אָדער, מער בוכשטעבלעך — "הייבט אויף זייערע קעפּ". די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן, אַז יעדער געציילטער ייִד האָט אַ באַזונדערע חשיבֿות.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַן ענלעכן אָנזאָג, וואָס האָט אויך אַ צוויידײַטיקן זין: "נשׂא את ראָש בני קהת" — "צייל איבער בני־קהת", איינע פֿון די לוי־משפּחה. שפּעטער, הייסט דער באַשעפֿער אויך איבערצוציילן די אַנדערע צוויי משפּחות פֿון לווים: בן־גרשון און בני־מררי. די חשבונות אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן אַרומגענומען בלויז אַ טייל ייִדן, און זענען, לויט אַ צאָל מפֿרשים, פֿאַרקײַלעכדיקטע, לאַוו־דווקא אינגאַנצן פּינקטלעכע.
אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן אויך איבערגעציילט בלויז אַ טייל לווים. אַזוי ווי אין "במדבר", קאָן מען דאָ אויך זאָגן, אַז דווקא דאָס, וואָס די תּורה ברענגט אַ קײַלעכדיקן, בערכדיקן חשבון, וווּ עס שטעקן טיפֿע מיסטישע סודות, ווײַזט אָן אויפֿן חשיבֿות פֿון יעדן ייִד. דער פֿיזישער חשבון איז נישט מסוגל אויסצודריקן דעם אומבאַגרענעצטן אינערלעכן פּאָטענציאַל פֿון אַ גײַסטיק־דערהויבענעם ציבור. עס בלײַבט תּמיד עפּעס, וואָס מע קאָן נישט אויסדריקן מיט פּשוטער אַריטמעטיק — אַזוי ווי מע קאָן בלויז משער זײַן, און נישט אויסרעכענען פּינקטלעך, די צאָל זאַמדעלעך בײַם ים, צוליב דעם גראַנדיעזן פֿאַרנעם פֿונעם ים־ברעג.
דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשׂה איז טאַקע פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "התנשׂאות" — "דערהויבנקייט". ס׳איז די לעצטע סדרה אין דער תּורה, וואָס באַשטייט פֿון 176 פּסוקים. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער לענגסטער קאַפּיטל פֿון תּהילים, קי״ט, האָט אויך 176 פּסוקים, און די לענגסטע מסכתּא אין גמרא, בבֿא־בתרא — 176 בלעטער. אינעם ייִדישן אַלף־בית זענען דאָ 22 אותיות, וועלכע סימבאָליזירן די פֿילאַרטיקייט פֿון אַלע זאַכן אין דער וועלט. די צאָל 8 סימבאָליזירט דעם איבערנאַטירלעכן ג־טלעכן כּוח, וואָס שטעקט אין די 7 טעג פֿון דער וואָך, און באַלעבט דעם גאַנצן אוניווערס. 22 מאָל 8 איז 176; מע קאָן זאָגן, אַז אַזאַ "אַרומנעמיקע" צאָל פּסוקים אין דער הײַנטיקער פּרשה סימבאָליזירט דאָס שלימות פֿון עבֿודת־הלווים, און ייִדן בכלל.
אַ גרויסער טייל אין דער הײַנטיקער פּרשה פֿאַרנעמט די באַשרײַבונג פֿון די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים האָבן געבראַכט אינעם משכּן, במשך פֿון 12 טעג, לכּבֿוד חנוכּת־המזבח. יעדער קרבן ווערט באַשריבן פּונקט מיט די זעלבע זעקס פּסוקים, וואָס זענען 12 מאָל איבערגעחזרט געוואָרן אין דער פּרשה. דער חילוק צווישן די פֿראַגמענטן פֿונעם טעקסט באַשטייט בלויז אין די נעמען פֿון די נשׂיאים און אין די טעג, ווען זיי האָבן געבראַכט זייערע קרבנות.
בפּשטות, ווײַזט אַזאַ איבערחזרונג אויך אויפֿן באַזונדערן חשיבֿות פֿון יעדן שבֿט, אַזוי ווי די באַזונדערע חשבונות פֿון די ייִדן. אָבער, אין פֿאַרגלײַך מיט די צאָלן, וואָס זענען טאַקע אַנדערש איינע פֿון דער צווייטער, און טראָגן אין זיך פֿאַרשיידענע מיסטישע סודות, ווערט די באַשרײַבונג פֿון די קרבנות ממש איבערגעחזרט.
ווי ס׳איז באַקאַנט, איז אין דער תּורה נישטאָ קיין איבעריקע זאַכן. די באַזונדערס סימבאָלישע צאָל פּסוקים ווײַזט אויך אָן, אַז אַזאַ איבערחזרונג איז, חלילה, נישט צופֿעליק און נישט איבעריק. כּדי צו פֿאַרשטיין אַזאַ אומגעוויינטלעכן סטיל פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, לאָמיר קודם באַטראַכטן דעם טייל פֿונעם תּהילים, וואָס באַשטייט אויך פֿון 176 פּסוקים, ווי אויך די ייִדישע מינהגים, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט די דאָזיקע איבערגעחזרטע פֿראַגמענטן פֿונעם חומש.
דאָס קאַפּיטל קי״ט (119) איז באַקאַנט ווי אַן אויסערגעוויינטלעך לאַנגע. צווישן די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן איז פֿאַרשפּרייט אַ ווערטל, אַז דאָס וואָרט "קיט" מיינט אויף רוסיש אַ "וואַלפֿיש", ווײַל דאָס דאָזיקע קאַפּיטל איז אַ סך מאָל לענגער, ווי אַלע אַנדערע. דער "קי״ט" ווערט אײַנגעטיילט אויף 22 סעקציעס, לויטן סדר פֿונעם אַלף־בית; אַכט פּסוקים אין יעדער סעקציע הייבן זיך אָן מיטן זעלבן אות.
פֿאַר אַ קליין חדר־קינד, וואָס פֿאַרשטייט נישט קיין לשון־קודש, קאָן דאָס קאַפּיטל קי״ט אויסזען ווי אַ נודנע איבערחזרונג פֿון די זעלבע אותיות. אָבער, פֿאַר אַ מענטש, וואָס ווייסט דעם טײַטש פֿון די ווערטער, קלינגט עס ווי אַ פּרעכטיק, פּאָעטיש ג־טלעך געזאַנג.
דער זעלבער ענין, וואָס זעט אויס פֿאַר עמעצן ווי אַ נודנע רוטינע, קאָן אַן אַנדער מענטש אויפֿנעמען ווי אַ לעבעדיקע, חידושדיקע זאַך, אויב מע פֿאַרשטייט איר תּוכן. אין דער אמתן, איז די גאַנצע וועלט פֿול מיט חידוש — אַפֿילו די זאַכן, וואָס חזרן זיך כּסדר איבער. ווי עס האָט געזאָגט דער גריכישער פֿילאָסאָף העראַקליט, "מע קאָן נישט צוויי מאָל אַרײַנטרעטן אינעם זעלבן וואַסער"; דער דאָזיקער באַקאַנטער אויסדרוק איז פֿולשטענדיק בהסכּם מיט קבלה און חסידות. אַלץ אין דער וועלט ווערט כּסדר באַנײַט און דערפֿרישט — הגם, אַזוי ווי אַ חדר־ייִנגל, וואָס קאָן נישט פֿאַרשטיין דעם "נודנעם" קאַפּיטל תּהילים, איז נישט יעדער מסוגל צו דערזען די שטענדיקע באַנײַונג פֿונעם אוניווערס.
במשך פֿון די 8 חנוכּה־טעג, לייענט מען אין דער שיל די פֿראַגמענטן פֿון דער הײַנטיקער פּרשה וועגן די קרבנות פֿון די נשׂיאים. די ענלעכע פֿראַגמענטן סימבאָליזירן דאָס נײַע ליכט, די נײַע שׂימחה, וואָס ווערט אַנטפּלעקט יעדן טאָג פֿונעם יום־טובֿ.
ווען מע לייענט פֿון ס׳נײַ דעם זעלבן טעקסט, ווערט ער יעדעס מאָל אויפֿגענומען אַ ביסל אַנדערש. מע זעט עס באַזונדערס שטאַרק אין דער תּורה — דאָס לעבעדיקע ג־טלעכע וואָרט, וואָס רופֿט תּמיד אַרויס נײַע אָפּטײַטשן און חידושים. די הײַנטיקע פּרשה, וווּ עס ווערט איבערגעחזרט די זעלבע באַשרײַבונג פֿון קרבנות, לערנט אונדז וועגן דעם דאָזיקן כּוח פֿון חידוש.
ווי מיר האָבן באַהאַנדלט פֿריִער, טראָגט אין זיך אַ גײַסטיק־דערהויבענער מענטש, אָדער אַ גאַנצער ציבור, אַן אומבאַגרענעצטן אינערלעכן פּאָטענציאַל, העכער פֿון פֿאָרמעלע אַריטמעטישע חשבונות. דאָס איז אויך אמת אין שײַכות צו דער צײַט. ווען מע שטרעבט צו דערהערן די אינערלעכע גײַסטיקע "שפּראַך" פֿונעם וועזן, ווערט אין די זאַכן, וואָס האָבן פֿריִער אויסגעזען ווי אַ נודנע רוטינע, אַנטפּלעקט דער ג־טלעכער באַנײַונג־כּוח.