פֿון רעכטס אויבן: "נישט קיין ראָזשינקעס, נישט קיין מאַנדלען" בײַם "דאָראַ וואַסערמאַן ייִדיש־טעאַטער" אין מאָנטרעאָל; לינקס אויבן: אַ סצענע פֿונעם "בוקאַרעשטער ייִדישן מלוכה־טעאַטער"; רעכטס אונטן: "באָנזשור, מיסיו שאַגאַל" בײַם פּוילישן "אידאַ און אסתּר־רחל קאַמינסקאַ מלוכה־טעאַטער"; לינקס אונטן: "אפֿשר איז זי אין גאַנצן נישט געווען" פֿון "ייִדישפּיל", ישׂראל |
Randy Cole |
פֿונעם 17טן יוני ביזן 25סטן יוני 2009 וועט פֿאָרקומען אַ היסטאָרישער צוזאַמענטרעף אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע, פֿון כּמעט אַלע ייִדישע טעאַטערס אויף דער וועלט. די טעאַטערס זענען בפֿירוש טרופּעס וואָס שפּילן אויף דער ייִדישער שפּראַך, נישט סתּם אויף ייִדישע טעמעס אין פֿאַרשיידענע לשונות. עס וועלן זיך באַטייליקן טעאַטערס פֿון פּוילן, ישׂראל, רומעניע, פֿראַנקרײַך און ניו־יאָרק. דערצו וועט פֿאָרקומען אַ סימפּאָזיום וועגן דעם ייִדישן טעאַטער, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿילמען און אויסשטעלונגען במשך פֿון דער גאַנצער וואָך.
דער פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר אַדאַנק דעם "סגל־צענטער פֿאַר פֿאָרשטעלונגען" אין מאָנטרעאָל, און עס האָט אים אָרגאַניזירט "דער דאָראַ וואַסערמאַן ייִדיש־טעאַטער", וואָס מערקט אָפּ זײַן 50סטן יאָר. די איצטיקע דירעקטאָרין פֿונעם טעאַטער, ברײַנע וואַסערמאַן, די טאָכטער פֿון דער גרינדערין און לאַנג־יאָריקער אָנפֿירערין, דאָראַ וואַסערמאַן ע״ה, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז "קיין בעסערער וועג צו פּראַווען דעם 50סטן יובֿל און אָפּגעבן מײַן מאַמען דעם כּבֿוד פֿאַר אירע דערגרייכונגען, ווי צוזאַמענצוברענגען די אַלע טרופּעס פֿון אַרום דער וועלט, איז נישטאָ". אין 2002 האָט מען דעם מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער אַ נאָמען געגעבן לזכּרון זײַן בויער, דאָראַ וואַסערמאַן.
במשך פֿון זײַן 50־יאָריקער געשיכטע האָט דער מאָנטרעאָלער טעאַטער פֿאָרגעשטעלט 87 פּיעסעס און אויפֿגעטראָטן אין 48 שטעט אין צפֿון־אַמעריקע, ישׂראל און אייראָפּע. בײַם פֿעסטיוואַל וועט אויך פֿאָרקומען אַ ווידערטרעף פֿון די דורות אַקטיאָרן אין דער טרופּע, וואָס זענען שוין פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, און טייל שפּילן אין טעאַטערס אין אַנדערע לענדער. דאָס וועט זיכער זײַן אַ רירנדיקער מאָמענט פֿאַר די אָנטיילנעמער, נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון נישט זען זיך, טרעפֿן זיך בײַ אַזאַ געלעגנהייט.
ברײַנע וואַסערמאַן האָט באַטאָנט, אַז דער בירגערמײַסטער פֿון מאָנטרעאָל שטיצט דעם פֿעסטיוואַל, און ס‘איז וויכטיק, וואָס שייך דער שפּראַך־פּאָליטיק אין דער קוויבעקער פּראָווינץ פֿון קאַנאַדע, אַז מע זאָל זען ווי די ייִדישע קולטור אַנטוויקלט זיך, זײַט בײַ זײַט מיט די פֿראַנצייזישע און ענגלישע קולטורן. זי האָפֿט אויך, אַז דער פֿעסטיוואַל וועט געבן די אָנטיילנעמער אַ געלעגנהייט צו מאַכן אַ דין־וחשבון בנוגע דעם מצבֿ פֿונעם ייִדישן טעאַטער און שטיצן איינער דעם אַנדערן "אין די ווײַטערדיקע 50 יאָר".
פֿון וואַרשע קומט דער "אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ מלוכה־טעאַטער", וואָס וועט פֿאָרשטעלן "באָנזשור מיסיו שאַגאַל" [גוט־מאָרגן, מאַרק שאַגאַל], אַ דראַמע געבויט אויף דער קונסט און פּאָעזיע פֿונעם קינסטלער. דער "דאָראַ וואַסערמאַן ייִדיש־טעאַטער" שטעלט פֿאָר "נישט קיין ראָזשינקעס, נישט קיין מאַנדלען" פֿון באַטיאַ בעטמאַן און "Those Were the Days" פֿון זלמן מלאָטעק און משה ראָזענפֿעלד. דער "ייִדישפּיל־טעאַטער" פֿון ישׂראל טרעט אויף מיט "די לעצטע ליבע" פֿון יצחק באַשעוויס, און "אפֿשר איז זי אין גאַנצן נישט געווען" פֿון בלאַנקאַ מעצנער און דן וואָלמאַן. רפֿאל גאָלדוואַסער פֿון שטראַסבורג ברענגט זײַן "לופֿטעאַטער" און פֿירט אויף "סע ברענט", מאָנאָלאָגן פֿון שלום־עליכמען. דער בוקאַרעשטער מלוכה־טעאַטער שטעלט פֿאָר "חתונה און גט", געבויט אויף שלום־עליכמס דערציילונגען, און "מירעלע אפֿרת" פֿון יעקבֿ גאָרדין. דוד מאַנדעלבוים און זײַן "נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער" שטעלט פֿאָר דעם מאָנאָלאָג פֿון צבֿי קאָליץ "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט".
אינעם אַקאַדעמישן סימפּאָזיום וועגן דעם ייִדישן טעאַטער וועט פּראָפֿ׳ שמאול וואָליץ פֿונעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט האַלטן דעם הויפּט־רעפֿעראַט אויף דער טעמע "דער ייִדישער טעאַטער און דער ייִדישער נאַציאָנאַלער אידעאַל". אַנדערע פּראָפֿעסאָרן און פֿאָרשער וואָס וועלן באַטייליקן זיך אינעם סימפּאָזיום זענען: אַליסאַ קווינט, נעמה סאַנדראָו, מיכל שטײַנלויף, יואל בערקאָוויץ, דובֿ־בער קערלער, אַלען נאַדלער, עדי פּאָרטנוי, דזשעפֿרי ווײַדלינגער און יודזשין אָרענשטיין.
אין דער פֿילם־סעריע וועט מען ווײַזן סײַ נײַע פֿילמען ווי דער ישׂראלדיקער פֿילם "בית אַבֿי", סײַ קלאַסישע רעסטאַוורירטע ייִדישע פֿילמען ווי "אונדזערע קינדער" און "ייִדישע גליקן". מע וועט אויך קענען זען: זעלטענע דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן דאָראַ וואַסערמאַן ווי "בלויז דאָראַ" און "מע רוקט בערג"; און אַ פֿילמירטע פֿאָרשטעלונג פֿון "די צוויי קוני־לעמל", פֿאָרגעשטעלט פֿונעם "טרוים־טעאַטער" אין פּאַריז. די רעזשיסאָרן שאַרלאָט און אַלכּסנדר מעסער וועלן זײַן בײַ דער ווײַזונג. אויך וועט מען ווײַזן אַ פֿילמירטע פֿאָרשטעלונג פֿון "אַ גילגול פֿון אַ ניגון", אויפֿגעפֿירט פֿונעם "לופֿטעאַטער".
אין אָוונט וועט דער עולם קענען קומען אויף גרעסערע קאָנצערטן און מער אינטימע קאַבאַרעען, מיט פֿאָרשטעלונגען פֿון מיטש סמאָלקין, טערעזאַ טובֿה, "שטרײַמל", דזשאַש דאָלגין, הענרי אָפּענהײַם און אַנדערע. זונטיק, דעם 21סטן יוני, וועט מען פֿאַרברענגען אין פּאַרק מיט מוזיקער פֿון "קלעזקאַנאַדע" און אַנדערע געסט ווי מענדי כּהנא פֿון ישׂראל. דער פֿעסטיוואַל אין "מאַקענזי־קינג־פּאַרק" איז געצילט אויף קינדער מיט כּלערליי אַקטיוויטעטן. עס וועלן אויך פֿאָרקומען וואַרשטאַטן און לעקציעס יעדן טאָג סײַ וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, סײַ וועגן דער טעאַטער־טעכניק.
דער "פֿאָרווערטס" איז פֿאַרבעטן געוואָרן זיך צו באַטייליקן אינעם פֿעסטיוואַל און וועט אָפּגעבן אַ לענגערן באַריכט וועגן דער וויכטיקער געשעעניש אין דער ייִדישער קולטורוועלט.
צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פֿעסטיוואַל, קלינגט: 2301־739־514 ליניע 8324. דער בליצפּאָסט־אַדרעס איז: yiddishtheaterfestival@segalcentre.org
דער אַדרעס פֿונעם וועבזײַטל איז: