שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ פּראָבלעם מיט וועלכער איך שעם זיך. איך באַטייליק זיך אין אַ מנין אין דער זעלבער שיל פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. איצט בין איך 17 יאָר אַלט, אָבער די עלטערע מענטשן קוקן אויף מיר ווי איך וואָלט געווען נאָך 7. איין פֿרוי, רות כּהן, מאַכט מיך משוגע — ווען זי דערזעט מיך, נעמט זי מיך אַרום און גיט מיר אַ פּאַטש פֿון הינטן. איך געדענק, ווען זי פֿלעגט דאָס טאָן מיט צען, צוועלף יאָר צוריק. איך באַמי זיך זי אויסצומײַדן, אָבער אין אַזאַ קליינער שיל איז דאָס אוממעגלעך. וואָס דאַרף איך איר זאָגן וועגן דעם, אָבער דערבײַ זי נישט באַליידיקן? זאָל איך עפּעס זאָגן בכלל אָדער "זאָל מײַנס איבערגיין"?

נישט באַקוועם


טײַערע נישט באַקוועם,

דער אמת איז, אַז קיינער וואָלט נישט געטאָרט אײַך אָנרירן אויף אַזאַ אופֿן, וואָס מאַכט אײַך פֿילן אומבאַקוועם, נישט וויכטיק דאָ די עלטער, און צי מען איז אַ מאַן צי פֿרוי. געפֿינט אַ מינוט ווען רות איז אַליין, נישט אַרומגערינגלט פֿון אַנדערע מענטשן, און זאָגט איר: "רות, עס פֿרייט מיך ווען איך זע אײַך, אָבער איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז איך בין שוין 17 יאָר אַלט, און איך פֿיל זיך אומבאַקוועם ווען איר גיט מיר אַ פּאַטש פֿון הינטן". זי וועט, מסתּמא, אין דעם מאָמענט זײַן איבערראַשט, אָבער זי וועט אין גיכן פֿאַרשטיין אײַערע געפֿילן.


טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿרטע איז אַ וווילע ווען זי איז מיט מיר, אָבער די אַנדערע באַהאַנדלט זי נישט אַזוי איידל. ווען מיר עסן וועטשערע אין אַ רעסטאָראַן, קען איך נישט פֿאַרטראָגן ווי אומהעפֿלעך זי איז מיטן קעלנער. איך הער, ווי זי שרײַט אויפֿן טעלעפֿאָניסט, וואָס וויל איר העלפֿן אויפֿן טעלעפֿאָן, און נעכטן אין קינאָ האָט זי זיך אויסגעשריִען אויף אַ קינד, וואָס האָט געוואָלט אַרײַנגיין פֿאַר אונדז אין דער ריי. מיר זעען זיך שוין צוויי חדשים. זאָל איך זי ווײַטער זען? פֿון דעסטוועגן, איז זי אַ זיסע ווען זי איז מיט מיר.

צעמישטער


טײַערער צעמישטער,

טרעט אָפּ פֿון דעם פֿאַרסמטן מיידל וואָס גיכער! דער אופֿן ווי איינער באַהאַנדלט אַ פֿרעמדן אַנטפּלעקט אַ סך וועגן דעם מענטשנס כאַראַקטער. אײַער חבֿרטע פֿירט זיך אויף שיין מיט אײַך, ווײַל זי האָט אײַך ליב, און די באַציִונג איז אַ נײַע. אויב איר וועט בלײַבן מיט איר, וועט זי אײַך אין גיכן באַהאַנדלען פּונקט ווי דעם קעלנער און דאָס קינד אין קינאָ. אין דער תּורה שטייט, אַז אליעזר האָט געוווּסט, אַז רבֿקה איז די ריכטיקע פֿרוי פֿאַר יצחק אָבֿינו, ווײַל זי האָט געוואָלט דערלאַנגען וואַסער נישט בלויז אים, נאָר אויך די דאָרשטיקע קעמלען. איר וועט נאָך געפֿינען אײַער באַשערטע, וואָס איז גיט צו יעדן איינעם.


טײַערע חזנטע,

איך האָב אַזוי ליב, ווען מײַן פֿרוי ניורעט זיך צו מיר אין בעט אין דער פֿרי. זי ווייסט וועגן מײַנע געפֿילן, ווײַל איך באַקלאָג זיך, ווען זי פֿאַרלאָזט מיך דעמאָלט. אָבער זעלטן לאָזט זי זיך אַרומנעמען אַזוי, און אויב יאָ, געדויערט עס אַ רגע, נישט מער. דער גאַנצער טאָג מײַנער וואָלט אויסגעזען שענער און בעסער, ווען זי וואָלט זיך מער געניורעט צו מיר, אָבער איך וויל זי נישט צווינגען. ווי זאָל איך איר אַרומנעמען לענגער אָן דערלויבעניש?

אַ ליבלעכער מאַן


טײַערער ליבלעכער מאַן,

אפֿשר דאַרפֿט איר ניצן וואָס מע רופֿט "פּאָזיטיווע פֿאַרשטאַרקונג"? באַקלאָגט זיך ווייניקער, ווען דאָס געשעט און וואַרט אויף אַ נאַטירלעכן מאָמענט ווען זי וויל זיך אַנידערלייגן מיט אײַך. דעמאָלט זאָגט איר וואָס פֿאַר אַ גוט געפֿיל דאָס איז אָנצוהייבן דעם טאָג אַזוי.