ליטעראַטור
מיר באַגריסן דעם באַקאַנטן רוסיש־ייִדישן שרײַבער גריגאָרי קאַנאָוויטש
צו זײַן ווערן אַ בן־שמונים און ווינטשן אים געזונט און שעפֿערישקייט

דער שוסטער חנן מערגאַשילסקי האָט געהאַט אַ שטיף־ברודער, לייזער־דוד, וואָס זײַן פּרנסה איז געווען אין אונדזערע ערטער ווייניק פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן — ער איז געווען אַ פֿויגלכאַפּער.

— עס פּאַסט נישט, אַז אַ ייִד זאָל כאַפּן פֿייגל, — האָט יעדעס מאָל געטענהט חנן, ווען די רייד איז פֿאַרגאַנגען וועגן לייזער־דודן, — ס’איז נישט גוט צו פֿאַרשפּאַרן אַ פֿויגל אין אַ שטײַגל; דער אייבערשטער האָט דעם באַשעפֿעניש געגעבן פֿליגלען עס זאָל פֿרײַ פֿליִען פֿון איין צווײַגל צו אַ צווייטן, פֿון איין קוסט צו אַן אַנדערן.