סאָלאָמאָן באַרט. לידער. 1915—1940. פּראָזע. בריוו. צוגעגרייט דורך לאַזאַר פֿליישמאַן און דמיטרי העסען. מאָסקווע׃ וואָדאָליי, 2008. |
דער נאָמען פֿונעם רוסישן דיכטער סאָלאָמאָן באַרט (שלמה קאָפּעלמאַן) איז קוים באַקאַנט אַפֿילו צווישן די מומחים פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. קיינער ווייסט ניט, ווען און וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, און עס איז ניט באַקאַנט, מיט וואָס ער האָט זיך פֿאַרנומען ביזן יאָר 1918, ווען ער האָט זיך באַזעצט אין וואַרשע. אויפֿן סמך פֿון אומדירעקטע ידיעות נעמט מען אָן, אַז פֿאַר דער רעוואָלוציע איז באַרט געווען רײַך און האָט ליב געהאַט די מאָדערנע רוסישע דיכטונג. אין 1915 איז אין פּעטראָגראַד אַרויס אַ זאַמלבוך מיט לידער פֿון די סאַמע באַקאַנטע רוסישע דיכטער׃ אַכמאַטאָוואַ, בלאָק, גומיליאָוו, מאַנדעלשטאַם — און דער אומבאַקאַנטער באַרט בתוכם. ווי עס דערציילט אין זײַנע זכרונות דער דיכטער געאָרגי איוואַנאָוו, איז דווקא באַרט געווען דער פֿינאַנציעלער שטיצער פֿון דער דאָזיקער זאַמלונג, און דערפֿאַר האָט מען אַרײַנגענומען זײַנס אַ ליד, באַגלײַך מיט די לעבעדיקע קלאַסיקער פֿון יענער תּקופֿה. אָבער איוואַנאָוו האָט אַ שם ווי אַ ניט־פֿאַרלאָזלעכער מעמואַריסט, וועלכער האָט געמישט אמת מיט פֿאַנטאַזיעס.
אין 1917 האָט באַרט אַרויסגעגעבן זײַן אייגענעם זאַמלבוך מיט אַ פּרעטענציעזן טיטל "פֿלאָרידעי". די דאָזיקע אויסגאַבע האָט זיך אָפּגעהיט אין איין און איינציקן עקזעמפּלאַר אין אַ פּריוואַטער קאָלעקציע. אין וואַרשע, וווּהין באַרט איז אַנטלאָפֿן פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, האָט ער, צוערשט, גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט דער רוסישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. אָבער אין די 1930ער יאָרן האָט ער אַרויסגעגעבן עטלעכע זאַמלביכער, וועלכע האָבן אויסגענומען בײַ דער רוסישער עמיגראַנטישער קריטיק. דער נײַער טאָן פֿון באַרטס דיכטונג איז געווען גאַנץ אַנדערש פֿון זײַנע ערשטע פּאָעטישע פּרוּוון, וועגן וועלכע ער האָט זיך ניט געוואָלט דערמאָנען.
די ידיעות וועגן באַרטס לעבן אין וואַרשע זײַנען קאַרג. אין זײַן יוגנט איז ער געווען אַן אינוואַליד, און ער האָט געלעבט בײַ זײַנע קרובֿים אין אַ קליינער דירה. ווי עס דערמאָנט דמיטרי העסען (דאָס אייניקל פֿון דעם באַקאַנטן רוסישן ליבעראַלן טוער און זשורנאַליסט יוסף העסען), "אין זײַן פּנים איז געווען גאָרנישט פֿון רחמנות, וואָס מען זעט כּסדר בײַ קאַליקעס. פֿאַרקערט, עס האָט זיך דערין געפֿילט זיכערקייט און שטאַרקייט." דער פּויליש־רוסישער דיכטער לעוו גאָמאָליצקי האָט באַשריבן די הויפּט־טעמע פֿון באַרטס פּאָעזיע קורץ און שאַרף׃ טויט. ער האָט געשריבן אין זײַן הקדמה צו באַרטס זאַמלבוך׃ "דאָס איז זײַן איינציקע געליבטע, וועמען ער האָט אָפּגעגעבן אַלע זײַנע געדאַנקען, זײַן אינספּיראַציע און זײַן האַרץ". באַרטס וועלטבאַנעם איז געווען פּעסימיסטיש, זײַן שטימונג מורה־שחורהדיק, און די וועלט אַרום אים איז געווען פֿול מיט סכּנות און יסורים.
עס האָט זיך אָפּגעהיט באַרטס אַן אַרטיקל פֿון אַ וואַרשעווער רוסישער צײַטונג מיט אַן אייגנאַרטיקן טיטל "די סאָציאַלע באַשטעלונג און די טעמע פֿון טויט". צו יענער צײַט איז דער באַגריף פֿון סאָציאַלער באַשטעלונג געוואָרן אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור, און באַרט איז געווען אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון דער באָלשעוויסטישער מאַכט. אין זײַן אַרטיקל באַטאָנט ער דאָס ווערט פֿון דער אַבסאָלוטער פֿרײַהייט פֿונעם דיכטערישן כּוח־הדימיון. באַרט לייקנט אָפּ די מיינונג, אַז די ווערק פֿון קונסט קאָנען האָבן מער אָדער ווייניקער נוץ אין געוויסע תּקופֿות אָדער געזעלשאַפֿטלעכע אומשטאַנדן, אָפּהענגיק פֿון זייער טעמאַטישן אינהאַלט. ער טענהט, אַז עס איז נישטאָ קיין שלעכטס אינעם טויט, ווײַל דער טויט איז שיין און דערהויבן. אַלע שלעכטע זאַכן קומען פֿון לעבן, בפֿרט פֿונעם לעבן אין די באַדינגונגען, וועלכע דערנידעריקן די מענטשלעכע ווירדע.
ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ גוטן דיכטער, איז באַרט געווען אַ שטיקל נבֿיא. דער טויט איז געקומען נאָך אים אין דער געשטאַלט פֿונעם דײַטש. דאָס לעצטע יאָר פֿון זײַן לעבן איז דער רוסישער דיכטער סאָלאָמאָן באַרט פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער וואַרשעווער געטאָ, און דאָרט איז ער געשטאָרבן דעם 13טן אויגוסט 1941. זײַנע רוסישע חבֿרים האָבן אים געקאָנט באַַזוכן, ביז די דײַטשן האָבן ניט פֿאַרווערט אַלע קאָנטאַקטן צווישן דער ייִדישער און דער אַרישער זײַט. באַרט איז פֿאַרבליבן אַליין, אַ קראַנקער און אַ הונגעריקער. אין זײַנע בריוו האָט ער באַשריבן זײַן לעבן ווי "אַ שוואַרץ קעמערל און אייביקער הונגער". ער האָט געשריבן צו דמיטירי העסען: "איך האָב געאַרבעט. מײַנע לידער וועלן פֿאַרבלײַבן. אָבער ווער וועט זיך מיט זיי אינטערעסירן, ווען איך וועל מער ניט זײַן?"
בײַ העסענען, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אויף דער פּוילישער זײַט, האָבן זיך אָפּגעהיט באַרטס לעצטע לידער, וואָס דער דיכטער האָט אָנגעשריבן אין דער געטאָ. די דאָזיקע געציילטע לידער געהערן צו דער קלאַסישער רוסישער טראַדיציע פֿון טיוטשעוו און בלאָק. זיי זײַנען טיף אין געדאַנק און פּרעציז אין פֿאָרעם און וואָקאַבולאַר, יעדעס וואָרט שטייט פּונקט אויף זײַן אָרט. די שטאַרקייט פֿון באַרטס דיכטונג איז אינעם שאַרפֿן קאָנטראַסט צווישן דער געטאָקטער שיינקייט פֿון זײַן דיכטערישן אויסדרוק און דעם אויסזיכטלאָזן פּעסימיזם פֿון דער שטימונג. דער דיכטער באַזינגט זײַן געליבטע און קוקט פֿאָרויס אויף זיך צו באַהעפֿטן מיט איר. אָבער עס איז קלאָר, אַז ער רעדט וועגן טויט.
באַרט האָט פֿאַרענדיקט זײַן לעצטן בריוו אין דער געטאָ מיט די ווערטער׃ "קאָן זײַן, אַז מײַנע ליידן וועלן אַ מאָל אויפֿשווימען ערגעץ־וווּ אין אַנדערע סודותדיקע וועלטן און וועלן דאָרט באַרעכטיקט ווערן — אָבער איצט האָב איך אַזאַ געפֿיל, פּונקט ווי אַ טויט־קראַנקער, וואָס וואַרט אויף זײַן ריי".
דאָס זאַמלבוך פֿון באַרטס דיכטונג איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ בשותּפֿותדיקער אַרבעט פֿון רוסישע ליטעראַטור־פֿאָרשער אין פֿאַרשידענע לענדער, וואָס געבן זיך אָפּ מיט זאַמלען, פֿאָרשן און אַרויסגעבן די ווערק פֿון ווייניק־באַקאַנטע ליטעראַרישע פֿיגורן, בפֿרט פֿונעם רוסישן עמיגראַנטישן "גלות". דאָס איז אַ מוסטערווערק פֿון דער פֿילאָלאָגישער התמדה, הגם עס וואָלט אפֿשר געווען כּדאַי צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון באַרטס דיכטונג. אמת, אין אַלע זײַנע לידער און אַרטיקלען האַלט זיך באַרט פֿאַר אַ רוסישן דיכטער, אָבער ייִדישע מאָטיוון זײַנען ניט אין גאַנצן פֿרעמד פֿאַר זײַן דיכטונג. זײַן אויפֿנעמען דעם טויט האָט גאָר ניט צו טאָן מיטן קריסטלעכן גלייבן אין דער גאולה דורך קריסטוסן. אַנשטאָט דעם, רעדט באַרט וועגן די גילגולים פֿון דער נשמה, וואָס וועט אַ מאָל ווידער געבוירן ווערן אין אַ בעסערער וועלט. דאָס נײַע בוך איז אַ ליטעראַרישע מחיה־מתים פֿונעם פֿאַרגעסענעם רוסישן דיכטער, וועלכער איז אומגעקומען אין דער וואַרשעווער געטאָ.