געזעלשאַפֿט

מע קען ניט זײַן הונדערט פּראָצענט זיכער, צי דאָס וואָרט "וואָקזאַל" שטאַמט באמת פֿון דעם ענגלישן Vauxhall, אָבער אַזוי קלינגט איינע פֿון די ווערסיעס, דהײַנו: אַז אין רוסיש איז דאָס וואָרט אַרײַנגעפֿאַלן פֿון דעם נאָמען, מיט וועלכן ס׳איז פֿאַרבונדן אין לאָנדאָן אי די געשיכטע פֿון אַ גרויסן פּאַרק אי די געשיכטע פֿון איינער פֿון די עלטסטע אײַזנבאַן-סטאַנציעס. אין דער רוסישער ליטעראַטור (למשל, בײַ אַלעקסאַנדר פּושקינען) ווערט דאָס וואָרט "וואָקזאַל" (צי "וואָקסאַל") גענוצט אויך פֿאַר די ערטער, וווּ די סמעטענע פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט זיך פֿאַרווײַלט.

ניט צופֿעליק איז "וואָקזאַל" אַרײַן אין ייִדיש מיט אַ ניט-רעגולערער פּרעפּאָזיציע. מיר זאָגן דאָך "גיין (צי פֿאָרן) אויף וואָקזאַל", און ניט "אין וואָקזאַל", ווי עס דאַרף זײַן אין ייִדיש, ווען די רייד גייט וועגן אַ בנין: גיין אין ביבליאָטעק; קראָם; באָד; וכ׳. ווי וואָקזאַל — אויך מיט אַן "אויף" — פֿירן זיך אויף אַזעלכע ווערטער ווי "פּאָסט" און "בערזע". די פּרעפּאָזיציע "אויף" ווײַזט, אַז אין ייִדיש, ווי אין סלאַוויש, נעמען מיר אויף אַזעלכע ערטער ניט סתּם ווי בנינים, נאָר אויך ווי ערטער, וווּ עס קומט עפּעס פֿאָר — ווי אַ חתונה, אַ קאָנצערט צי נאָך עפּעס אַ צונויפֿקומעניש...

מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָב איך זיך געכאַפּט, אַז איך טראַכט וועגן אָט אַזעלכע "לעבנס-וויכטיקע" זאַכן, זיצנדיק בײַם רודער פֿון מײַן אויטאָ. צו יענער צײַט האָב איך שוין אַ פּאָר שעה זיך קוים וואָס געשלעפּט אין אַ שרעקלעכער פֿאַרפּראָפּונג, אין וועלכער מע פֿאַלט אַרײַן איין מאָל אין עטלעכע יאָר. עפּעס האָט זיך געטראָפֿן אויפֿן שאָסיי צווישן לאָנדאָן און אָקספֿאָרד, ווי אויף צולהכעיס, דווקא סוף טאָג זונטיק, ווען טויזנטער מענטשן קערן זיך אום אַהיים. אין די פֿיר טראַפֿיק-קאָלאָנעס, האָב איך זיך די גאַנצע צײַט גערוקט נאָך אַ ווײַסן "וואָקסהאָל" און, בעת-מעשׂה, געהערט אויפֿן ראַדיאָ, ווי דער "בי-בי-סי" האָט דערציילט וועגן אַן אָפּמאַך, וואָס קען ראַטעווען, לכל-הפּחות טיילווײַז, דעם דאָזיקן בריטישן אויסאַרבעטער פֿון אויטאָס, וואָס גיט אַרבעט אַ סך לײַט.

די קאָמפּאַניע "וואָקסהאָל" איז גאָר ניט קיין יונגיטשקע — זי עקזיסטירט זינט דעם יאָר 1857, ווען זי האָט אָנגעהויבן אויסאַרבעטן פּאָמפּעס און כּלערליי מאָטאָרן פֿאַר שיפֿן. אין יאָר 1903 האָט זיך די קאָמפּאַניע באַוויזן אויפֿן אויטאָ-מאַרק און געהאַט אין דעם אַ דערפֿאָלג. אָבער שוין אין 1925 איז עס אַריבער צו "דזשענעראַל מאָטאָרס" און, צוזאַמען מיטן דײַטשישן "אָפּעל", געוואָרן אַן אינסטרומענט פֿאַר עקספּאַנסיע פֿון דער אַמעריקאַנער אויטאָ-קולטור אויפֿן אייראָפּעיִשן מאַרק. צום סוף פֿון די 1980ער יאָרן איז "וואָקסהאָל" געווען די צווייטע, נאָך דעם "פֿאָרד", אויטאָ-קאָמפּאַניע אין גרויס-בריטאַניע.

סוף-כּל-סוף האָט "וואָקסהאָל" אין גאַנצן פֿאַרלוירן זײַן אָריגינעלקייט. די לעצטע יאָרן איז עס פֿאַקטיש געוואָרן אַן "אָפּעל", אָבער מיט אַ רודער פֿון דער רעכטער זײַט. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, ווען מײַן אויטאָ האָט מען געדאַרפֿט רעמאָנטירן, איז מיר אויסגעקומען צו זיצן עטלעכע טעג בײַם רודער פֿון אַזאַ "אָפּעל", וואָס האָט געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז ס׳איז אַ "וואָקסהאָל". מיר איז דער אויטאָ געפֿעלן געוואָרן, כאָטש איך וואָלט עס סײַ-ווי-סײַ ניט געקויפֿט. אָבער מײַן טעם זאָגט גאָרנישט: דער "וואָקסהאָל" האָט פֿון דעסטוועגן פֿאַרקויפֿט פֿאַר אַ יאָרן מער פֿון 330 טויזנט אויטאָס, דאָס הייסט אַ היפּש ביסל פֿון די 2.4 מיליאָן אויטאָס, וואָס האָבן געפֿונען קונים אויפֿן בריטישן אויטאָ-מאַרק.

דערווײַל בלײַבט גאַנץ פֿאַרנעפּלט, וואָס דער קאָמפּאַניע איז באַשערט אין די קומענדיקע חדשים און יאָרן. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דער נאָמען "וואָקסהאָל" וועט אין גאַנצן פֿאַרשווינדן און די בריטישע פֿאַבריקן וועלן אַרבעטן אונטער אַן אַנדער מאַרקע. איין זאַך איז שוין יאָ קלאָר: זי, און "אָפּעל" בתוכם, האָבן אַ נײַעם באַלעבאָס. "דזשענעראַל מאָטאָרס" איז אַזוי אויף צרות, אַז ער האָט געמוזט, נעבעך, ליקווידירן זײַנע אייראָפּעיִשע געשעפֿטן. נאָר 35 פּראָצענט פֿון די אַקציעס בלײַבן אין די הענט פֿון דעם אַלטן, אָפּגעשוואַכטן באַלעבאָס, בעת די איבעריקע גייען אַריבער צו דעם קאַנאַדער אויסאַרבעטער פֿון אויטאָ-קאָמפּאָנענטן "מאַגנאַ אינטערנעשאָנאַל", ווי אויך צום רוסישן "סבערבאַנק". אין דעם געשעפֿט באַטייליקט זיך אויך דער רוסישער "גאַז", וואָס האָט לאַנגע יאָרן פּראָדוצירט אין ניזשני-נאָווגאָראָד (גאָרקי) דעם אויטאָ "וואָלגאַ". אין עטלעכע יאָר אַרום וועלן פֿון זײַן קאָנווייער אַראָפּגיין די אויטאָס "אָפּעל".

פֿאַר די אַרבעטער פֿון "גאַז" איז עס, בלי-ספֿק, אַ בשׂורה-טובֿה. אין דײַטשלאַנד, ענגלאַנד און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער האָבן אויך טויזנטער לײַט גרינגער אָפּגעאָטעמט, כאָטש מע פֿאַרשטייט, אַז די נײַע באַלעבאַטים קלײַבן זיך ניט צו האַלטן אַלע פֿון די 50 טויזנט אַרבעטער אין די אייראָפּעיִשע פֿאַבריקן, וואָס האָבן געהערט צו "דזשענעראַל מאָטאָרס". אַרום 10 טויזנט וועלן, אַ פּנים, פֿאַרלירן די אַרבעט. און דאָך איז עס בעסער ווי צו גיין צו גרונט צוזאַמען מיטן געוועזענעם באַלעבאָס, וואָס איז הײַנט דער גרעסטער און — פֿאַרן אַמעריקאַנער פֿאָלק — טײַערסטער באַנקראָט אין דער גאַנצער אינדוסטריעלער געשיכטע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן; אַ שטענדיקער קאָפּווייטיק פֿאַר דער אָבאַמאַ-אַדמיניסטראַציע.