רעצעפּטן

דאָס מאכל פּאַסט זיך צו סײַ צו פֿרישטיק, סײַ צו מיטאָג. ניצט אַ פּאַטעלניע, וואָס קאָן פֿאַרטראָגן די היץ פֿון אַ בראָט־אויוון (broiler).

1 קליינער פּאַטלעזשאַן
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 קליינע ציבעלע, צעהאַקט
1 גרינער פֿעפֿער
1 קליינע זוקיני
1 גרויסער צײַטיקער פּאָמידאָר, צעשניטן
1 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
5 אייער
1/2 טעפּל ווײַסלעך

הייצט אָן דעם אויוון אויף 450 גראַד (232 צעלזיוס).

באַשמירט דעם פּאַטלעזשאַן מיט 1 לעפֿל איילבערט־בוימל, לייגט אים אויף אַ בלעך און באַקט אים 15 מינוט, ביז ער ווערט ווייך.

וואַרפֿט אַוועק די קערעלעך פֿונעם גרינעם פֿעפֿער, און צעשנײַדט דעם פֿעפֿער און זוקיני אויף קליינע שטיקלעך.

הייצט אָן דעם איבעריקן בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע, און פּרעגלט די ציבעלע און גרינעם פֿעפֿער איבער אַ מיטעלן פֿײַער ביז זיי ווערן ווייך, בערך 10 מינוט. גיט צו דעם פּאַטלעזשאַן און זוקיני, און קאָכט נאָך 8 מינוט. מישט אַרײַן דעם צעשניטענעם פּאָמידאָר, פּעטרישקע, זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער ביז דאָס געמיש ווערט געדיכט, בערך 3־5 מינוט.

הייצט אָן דעם בראָט־אויוון. מישט צונויף די אייער און ווײַסלעך אין אַ שיסל. מאַכט גרעסער דאָס פֿײַער אונטערן גרינסן־געמיש, און גיסט אַהין אַרײַן די אייער. נאָך 1 מינוט לייגט די פּאַטעלניע אינעם בראָט־אויוון, בערך 3 אינטשעס (7 צענטימעטער) פֿונעם פֿײַער. ווען די אייער ווערן סאָליד, נעמט אַרויס די פּאַטעלניע, וואַרט ביז דאָס געבעקס קילט זיך אָפּ און צעשנײַדט עס אויף באַזונדערע פּאָרציעסץ.