‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך האָט איינער אַ דעפּוטאַט פֿון דער אויבער־דומע, דער פּאַרלאַמענט אין אוקראַיִנע, מיטן נאָמען מאָסקאַל, זיך געוואָנדן צום הויפּט פֿון דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט־דינסט מיט אַ ביטע אויסצופֿאָרשן די אומשטענדן פֿון טויט בײַ סטעפּאַן באַנדעראַ, יעווגעני קאָנאָוואַלץ, סימאָן פּעטלוראַ און לעוו טראָצקי (בראָנשטיין). מיר וועלן זיך שפּעטער אומקערן צו די דאָזיקע פּערזענלעכקייטן. אָבער פֿריִער איז כּדאַי זיך אומצוקוקן אויף אַ געוויסן צײַט־אָפּשניט, וואָס וועט דערמעגלעכן בעסער צו פֿאַרשטיין די איצטיקע ווענדונג פֿונעם חשובֿן דעפּוטאַט מאָסקאַל.

זיך געשטעלט אויף אַן אומאָפּהענגיקן וועג פֿון אַנטוויקלונג, האָבן די רעגירונגען פֿון די נײַע מדינות זיך קודם־כּל געוואָרפֿן צו פֿאַרפֿעסטיקן זייער נאַציאָנאַלע אידענטיטעט, דורכמאַכנדיק כּל־מיני רעוויזיעס און "רייניקונגען" פֿון זייער געשיכטע, שפּראַך און ליטעראַטור, קולטור, עקאָנאָמישע און פּאָליטישע פֿאַרבינדונגען. פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך איבער 70 יאָר פֿון אַ צוזאַמענוווינונג אין איין קאָמונאַלער קוואַרטיר — סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אונטערן יאָך פֿון איין אידעאָלאָגיע און צענטראַליזירטער קאָמוניסטישער מאַכט, וואָס האָט רעגירט מיט דער אימפּעריע פֿונעם מאָסקווער קרעמל, האָבן ס’רובֿ פֿון די גרינע נאַציאָנאַלע פֿירער זיך באַלד אָנגעהויבן רופֿן "דעמאָקראַטן"; זייערע רעזשימען — "דעמאָקראַטישע", און זיך אַוודאי אָפּגעשאָקלט פֿון יענע פֿאַרברעכערישע מעשׂים, וואָס די "פּראָלעטאַרישע" דיקטאַטור האָט געבראַכט.

אוקראַיִנע, וואָס איר אייגענער וועג צו אַ נאַציאָנאַלער דעמאָקראַטישער מלוכה איז געלעגן דורך דער אַזוי גערופֿענער "אָראַנדזש־רעוואָלוציע", האָט אויף דער שטורמישער כוואַליע פֿון איר זעלבסטשטענדיקייט נישט באַמערקט, ווי זי איז אַרײַנגעטריבן געוואָרן אינעם טעמפּן ווינקל פֿון אַן אַנדער עקסטרעמקייט — נעגאַטיוון נאַציאָנאַליזם.

פֿון דער הײַנטיקער צענטראַלער ראַדע טראָגט אַ שטינקענדיקער גערוך פֿון אויפֿגערייצטער שׂינאה צו אַנדערע פֿעלקער — סײַ צו די, וואָס לעבן שוין דורות־לאַנג אין אוקראַיִנע און סײַ צו די שכנישע לענדער און פֿעלקער. דער ייִדישער שפּור אויף דער אוקראַיִנישער ערד און אין דער אוקראַיִנישער געשיכטע איז גענוג טיף; פּונקט ווי ער האָט זיך אויך טיף אײַנגעשניטן אינעם זכּרון פֿון אונדזער פֿאָלק און געבליבן אין די כראָניקעס פֿון דער ייִדישער מאַרטיראָלאָגיע, אָנהייבנדיק פֿון כמעלניצקיס פּאָגראָמען ביז די שחיטות פֿון סימאָן פּעטלורע און סטעפּאַן באַנדעראַ בעת דעם בירגערקריג און דער צווייטער וועלט־מלחמה.

איצט צוריק צו דער ווענדונג פֿון דעפּוטאַט מאָסקאַל, וואָס האַלט, אַז די אָנגערופֿענע נאַציאָנאַלע פּאָלטישע טוער פֿון "אוקראַיִנישן אָפּשטאַם" זײַנען געפֿאַלן קרבנות פֿונעם סאָוועטישן רעזשים; און מעגלעך, אַז עס לעבן נאָך ביז הײַנט זייערע מערדער, וואָס לויטן אוקראַיִנישן קרימינעל־געזעץ, דאַרפֿן זיי פֿאַרמישפּט ווערן צו לעבנס־לאַנגע טערמינען.

ווער די דאָזיקע "נאַציאָנאַלע פּאָליטישע טוער" זײַנען געווען איז גוט באַקאַנט, טאַקע דורך זייערע אייגענע קרימינעלע מעשׂים. באַזונדערס האָבן זיי זיך אויסגעטיילט אין אומברענגען די ייִדן; אפֿשר נישט פּערזענלעך, נאָר דורך די באַפֿעלן פֿון סטעפּאַן באַנדערא און יעווגעני קאָנאָוואַלץ, וואָס זיי האָבן אונטערגעשריבן. אַזוי, למשל, זײַנען אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון סימאָן פּעטלורע אומגעבראַכט געוואָרן אין די פּאָגראָמען פֿון 1919, אַרום 50 טויזנט ייִדן.

בײַם לייזן ענדגילטיק די ייִדישע פֿראַגע אויף דער טעריטאָריע פֿון אוקראַיִנע, האָבן די דײַטשן געהאַט אַ ממשותדיקע שטיצע מצד דער אָרגאַניזאַציע פֿון אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן (אונאָ). פֿאַרן גאַנצן פּעריאָד צווישן סוף יוני 1941 און סוף אָקטאָבער 1944 זײַנען אין אוקראַיִנע פֿאַרניכטעט געוואָרן איין מיליאָן 601 טויזנט 500 ייִדן (אַשכּנזים, קרימטשאַקעס, קאַראַיִמער); 400 טויזנט ייִדן זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן. ס’רובֿ פֿון די פֿאַרניכטונג־אַקציעס זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן דורך די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן און סתּם נאַצישע נאָכטענצער.

וועט איר פֿרעגן: וווּ זשע קומט צו דער רוצחישער קאָמפּאַניע לעוו טראָצקי? לעוו טראָצקי (בראָנשטיין) האָט טאַקע געהאַט דאָס גרויסע מזל געבוירן צו ווערן אין אוקראַיִנע, אינעם שטעטל יאַנאָווקאַ, כערסאָנער גובערניע; אָבער צו די דערמאָנטע פּאַרשוינען האָט ער קיין שום שײַכות נישט געהאַט. סײַדן דער דעפּוטאַט מאָסקאַל האָט געמוזט האָבן אַ ייִד אַ קרבן פֿונעם סטאַלין־רעזשים צוליב דער "פּראָצענט־נאָרמע", אײַנגעפֿירט נאָך אין די צאַרישע צײַטן.