פּובליציסטיק
אַלטע ראָש־פּינה
אַלטע ראָש־פּינה

יעדעס מאָל, ווען איך באַזוך ראָש־פּינה (ווינקלשטיין), פֿאַרפֿעל איך ניט זיך אַרײַנצוכאַפּן, כאָטש אויף עטלעכע שעה, אין דער דאָרטיקער, לאָקאַלער ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך אין איינעם פֿון אירע אַלטע הײַזער.

אויף אירע ביכער־פּאָליצעס און אין איר רײַכן אַרכיוו, קען מען געפֿינען אַ שלל מיט היסטאָרישע דאָקומענטן און כראָניק, וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער קאָלאָניע, וואָס איז שוין הײַנט כּמעט "אַ עיר־ואם־בישׂראל" — אַ שפּרודלדיק, דינאַמיש שטעטל.

אויך הײַיאָר, בעת מײַן יום־טובֿיקן באַזוך בײַ מײַן עלטסטן זון מיט זײַן משפּחה אין ראָש־פּינה (זיי וווינען אין אַ הויז וואָס איז קרובֿ צו הונדערט יאָר אַלט), האָב איך פֿאַרבראַכט היפּשע שעהען אין דער דאָזיקער ביבליאָטעק. און ווי אין די פֿריִערדיקע באַזוכן, בין איך געוואָרן שטאַרק אינספּירירט און באַגײַסטערט מיט אַלץ וואָס איך האָב דאָרטן געזען און געלייענט.

ראָש־פּינה איז אין די לעצטע 20 יאָר באַטײַטיק אויסגעוואַקסן און איז אַנטוויקלט געוואָרן אין אַ פֿאַרנעם, וואָס קען זיך פֿאַרגלײַכן מיט אַ סך מאָדערנע אייראָפּעיִשע קוראָרט־ערטער. זי איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ צענטער פֿון פּאָפּולערע, צוציִענדיקע און אַטראַקטיווע "צימערן" מיט אַלע באַקוועמלעכקייטן, קאָמפֿאָרטן, געשעפֿטן, רעסטאָראַנען און אַנדערע שאר־ירקות פֿאַר טוריסטן פֿון לאַנד און אַפֿילו פֿון אויסלאַנד. מען קען זיך דאָ אַ ביסל אָפּרוען אַ נאַכט, אָדער עטלעכע טעג אין דער נאָך אַלץ פּאַסטאָראַלער סבֿיבֿה אַרום, אַנשטאָט צו פֿאַרברענגען אין אַ רוישיקן, קאָסטבאַרן האָטעל אָדער גאַסטהויז אין די דערבײַיִקע שטעט און שטעטלעך.

מיך האָט שטאַרק פֿאַראינטערעסירט, ממש פֿאַסצינירט, די געשיכטע פֿון דעם אויפֿקום פֿון ראָש־פּינה, איר גרינדונג מיט איבער הונדערט יאָר צוריק (אין 1878), דורך אירע ערשטע חלוצים, ייִדן פֿון רומענישן שטעטל מוינעשטי און אומגעגנט.

זיי זענען אַלע געווען קליין־שטעטלדיקע פֿאָלקס־מענטשן, בעלי־מלאָכות און קרעמער. זיי האָבן גערעדט ייִדיש, געפֿירט זייערע אַסיפֿות אין ייִדיש און געשריבן זייערע פּראָטאָקאָלן און קאָרעספּאָנדענצן מיט די באַאַמטע פֿון באַראָן ראָטשילד אין פּאַריז — זייער פֿינאַנציעלער פֿאַרזאָרגער און שטיצער — אין דער ייִדישער שפּראַך.

זייערע ערשטע יאָרן אין לאַנד זענען געווען שווערע און ביטערע. זיי האָבן זיך געדאַרפֿט ראַנגלען פֿאַר זייער קיום, פֿאַר זייער טאָג־טעגלעך ברויט, אין קאַמף מיט די שכנותדיקע אַראַבער, מיט דעם האַרטן, שטיינערנעם באָדן פֿון דעם געוועזענעם אַראַבישן דאָרף גיא־אוני, מיט זייער בידנעם עקאָנאָמישן מצבֿ.

זייערע קאָנטאַקטן מיט די באַאַמטע פֿון באַראָן ראָטשילד, זענען ניט שטענדיק געווען סימפּאַטישע און פֿרײַנדלעכע. זיי האָבן זיך באַצויגן צו די קליין־שטעטלדיקע ייִדן פֿון רומעניע, וועלכע זענען געקומען צו פֿאַרווירקלעכן זייער אַלטן חלום פֿון שיבֿת־ציון, מיט אַ געוויסן ביטול און גרינגשעצונג.

די דאָזיקע פֿאַקטן און דערפֿאַרונגען ווערן פּרטימדיק געשילדערט אין די אַלטע כּתבֿים און כראָניק פֿון דער קאָלאָניע, פֿון יענע פּיאָנערישע יאָרן פֿון ראָש־פּינה, וואָס מען קען איצט, מער ווי הונדערט יאָר שפּעטער, זען און לייענען אין דער דאָרטיקער ביבליאָטעק.

פֿאַר מיר איז געווען זייער אינטערעסאַנט זיך צו באַקענען מיט די אַלע פֿאַקטן און געשעענישן, לייענענדיק די באַשרײַבונגען פֿון דעם ייִדישן שרײַבער ה.ד. נאָמבערג, וועלכער האָט אין אָנהייב פֿון די צוואַנציקער יאָרן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, געמאַכט אַ לענגערע רײַזע קיין ארץ־ישׂראל און פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע אײַנדרוקן אין דער וואַרשעווער צײַטונג "מאָמענט", וווּ ער איז געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער.

מיט זײַן שאַרפֿן בליק און ליטעראַרישן טאַלאַנט, האָט ער אויפֿגעכאַפּט דעם ישׂראלדיקן פּייסאַזש, די גרינע, שטיינערנע בערג און טאָלן, די מענטשלעכע טיפּן, די כאַראַקטערס פֿון די חלוצים — די קאָלאָניסטן אין די ערשטע קאָלאָניעס, מושבֿים און קיבוצים פֿון יענע צײַטן.

ער באַשרײַבט זײַן באַגעגעניש מיט ר' דוד שו"ב, אַ שוחט און בודק פֿון מוינעשטי, רומעניע, וועלכער איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון ראָש־פּינה. (דרך־אַגבֿ: מײַן זון דוד און זײַן משפּחה וווינען טאַקע אויף דער הויפּט־גאַס פֿון ראָש־פּינה: "רחובֿ דוד שו"ב" — א"נ פֿון דעם דאָזיקן לעגענדאַרן ייִדן פֿון מוינעשטי).

אין דעם שמועס מיט נאָמבערגן, האָט אים דוד שו"ב דערציילט, אַז ער האָט געקויפֿט דעם באָדן פֿון די אַראַבער פֿון דאָרף גיא־אוני, צוליב צוויי סיבות: צוליב דער גוטער לופֿט פֿון דעם באַרג כּנען און צוליב די וואַסער־קוואַלן, וואָס שטראָמען אין די טיפֿענישן פֿון דעם באָדן. ער איז געשיקט געוואָרן דורך די ייִדן אין מוינעשטי (וואָס דערמאָנען דעם פֿאַל פֿון משה רבנו, וועלכער האָט געשיקט די מרגלים קיין כּנען...) אויסצוזוכן אַ פּלאַץ פֿאַר אויפֿשטעלן אַ ייִדישע קאָלאָניע אין אַרץ־ישׂראל. אויפֿן סמך פֿון ר' דודס באַריכטן, זענען אין איינעם אַ טאָג אָנגעקומען קיין גיא־אוני 30 משפּחות פֿון מוינעשטי. זיי אַלע זענען באַווירקט און באַאײַנפֿלוסט געוואָרן צו פֿאַרלאָזן זייערע היימען אין רומעניע, צוליב די אָפֿטע אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן און פּאָגראָמען פֿון זייערע רומענישע שכנים, וועלכע האָבן געבושעוועט אין דער צאַרישער אימפּעריע.

אַן אַטראַקציע אין ראָש־פּינה
אַן אַטראַקציע אין ראָש־פּינה

דוד שו"ב האָט אָנגערופֿן דעם ייִשובֿ ראָש־פּינה לויטן פּסוק פֿון תּהילים: "אבֿן מאַסו הבונים, הייתה לראָש־פּינה" — דער שטיין וואָס די בויער האָבן פֿאַרמיאוסט, איז געוואָרן אַ ווינקלשטיין. דער שטח איז פֿול מיט שטיינער און מיט אַנדערע שטרויכלונגען, אָבער ער האָט זיך ניט אָפּגעשראָקן.

אין זײַן וויזיע האָט ער געזען, אַז מיט האַרטער און שווערער אַרבעט קען מען עס פֿאַרוואַנדלען אין אַ בליִענדיקן ייִשובֿ.

ווי איך האָב שוין פֿריִער דערמאָנט, איז די כראָניק פֿון דער אויפֿקומענדיקער קאָלאָניע געווען פֿאַרשריבן אין אַ רומענישן ייִדיש, וואָס איז אונדז באַקאַנט מיט אירע דײַטשמעריזמען און מיט אַנדערע שפּראַכיקע השפּעות. דער העברעיִשער טעקסט איז געווען אין אַ מלחמהדיקן סטיל, פֿול מיט תּנ"כישע אויסדרוקן.

זלמן בענדיל, "הרבֿ המחבר, האַבֿרך המופֿלג" פֿון ראָש־פּינה, האָט פֿאַרפֿאַסט אַ ספֿר א"נ "מזכּרת יעקבֿ", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין יאָר תרנ"ב (1892), אין וועלכן ער שילדערט די ערשטע עטאַפּן פֿון דער קאָלאָניע:

"די מענטשן זענען געקומען מיט זייערע בני־בית אין דעם יאָר תרמ"ב (1882). עס האָט לאַנג ניט געדויערט, האָט זיך דאָס געלט בײַ זיי אויסגעלאָזט און זיי זענען אַלע קראַנק געוואָרן. עס איז ניט געווען איין שטוב, וווּ עס איז ניט געווען קיין קראַנקער, און די וואָס זענען געווען געזונט האָבן קוים געהאַט וואָס צו עסן. די צרות זענען געווען גרויס בײַ אַלעמען.

די וואָס האָבן נאָך געהאַט די מעגלעכקייט האָבן זיך איבערגעצויגן קיין צפֿת, די אַנדערע האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין די אַלטע הײַזער פֿון די אַראַבער, אַ טייל האָבן געוווינט מיט די בהמות צוזאַמען.

אַזוי איז זיי געגאַנגען ביז נאָך סוכּות, און דערנאָך האָט זיי אָנגעהויבן בעסער צו גיין. זיי זענען מיט דער לופֿט געוווינט געוואָרן, זיי זענען געזונט געוואָרן און האָבן געמאַכט אַן אַסיפֿה און באַשלאָסן, אַז מיט דעם געלט וואָס איז געקומען פֿון מוינעשטי, זאָלן זיי בויען קליינע הײַזער, און ווײַל זיי האָבן מיט ווייניק געלט געבויט, האָבן זיי געבויט אָן אָרדענונג. זיי האָבן געהאַט אַ ציל צו זײַן שכנים מיט די אַראַבער, ווײַל זיי האָבן מורא געהאַט פֿאַר רויב. האָבן זיי געבויט די קאָלאָניע אויף איין קליינעם באַרג אין דער זײַט פֿון אַ גרויסן באַרג, אויף דעם מוסטער פֿון אַראַבישע הײַזער..."

עס ווערט דאָרט אויך באַריכט, אַז זיי האָבן באַשלאָסן צו גרינדן אַ קאָמונע, מבֿטל מאַכן פֿון אייגענעם ווילן פּריוואַט קאַפּיטאַל, און לעבן אין אַ קאָלעקטיוו. אין די תּקנות פֿון דער קאָמונע שטייט געשריבן אין ייִדיש, אַז "כּדי דער בנין (די קאָמונע) וואָס מיר בויען זאָל שטיין אויף אַ פֿעסטן יסוד און זאָל, חס־וחלילה, נישט אײַנפֿאַלן בײַם גרינדן, זאָל יעדער איינער פֿון אונדז, סײַ אַן אָרעמאַן און סײַ אַ נגיד, ברענגען זײַן טאַש מיט געלט צום גזבר (קאַסירער), וואָס וועט געוויילט ווערן דורך אַלע חבֿרים — אַלע וועלן אָנטיילנעמען גלײַך אויף גלײַך, סײַ אין דער אַרבעט אין פֿעלד און סײַ אין פֿאַרדינסט פֿאַר זיך, אַ מוסטער פֿון די אַראַבישע פֿאַלאַכן". זיי האָבן געהאָפֿט צו לעבן ווי די אַראַבישע פּויערים פֿון ערד־אַרבעט און לאַנדווירטשאַפֿט.

טײַערע לייענער, איך בין מודה, אַז עס האָט מיך דורכגענומען אַ ציטער און באַוווּנדערונג ווען איך האָב געלייענט דעם דאָזיקן פֿראַגמענט אין איינעם פֿון די אַלטע פּראָטאָקאָלן פֿון ראָש־פּינה. פֿאַר מײַנע אויגן האָבן זיך אַנטפּלעקט בילדער פֿון דער היסטאָרישער אַסיפֿה פֿון די מוינעשטיער ייִדן, מיט העכער הונדערט יאָר צוריק, ווען זיי האָבן אויסגעהערט די ווערטער פֿון די פּרינציפּן אויף וועלכע זייער נײַע היים וועט אויפֿגעבויט ווערן, און לויט וועלכע זיי וועלן פֿירן זייער לעבן אין דער "קאָמונע" ראָש־פּינה.

וויפֿל אידעאַליזאַציע, האָפֿענונג און דערוואַרטונג פֿאַר בעסערע צײַטן זענען געלעגן אין די דאָזיקע באַפֿליגלטע ווערטער!

מיר זענען עדות פֿון די שפּעטערדיקע אַנטוויקלונגען און די אַנטוישנדיקע רעזולטאַטן בײַ דער רעאַליזירונג פֿון די דאָזיקע פּרינציפּן און פּאָסטולאַטן אַמאָל אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, און אַפֿילו הײַנט צו טאָג — אין ליכט פֿון די געשעענישן אין די קיבוצים פֿון לאַנד, וואָס גייען דורך דעם שווערן פּראָצעס פֿון פּריוואַטיזאַציע מיט די אַלע פּראָבלעמען וואָס זענען פֿאַרבונדן דערמיט: מיט דעם צעפֿאַל פֿון די עטאַבלירטע אינסטיטוציעס און ספּעציפֿישן קאָמונאַלן לעבנס־שטייגער, וואָס זיי האָבן געפֿירט, במשך פֿון זייער עקזיסטענץ.

די געשיכטע פֿון דער אַלטער קאָלאָניע ראָש־פּינה מיט אירע אומוואַנדלונגען און איר איצטיקן שטאַנד, איז אַ העכסט אינטערעסאַנטע. עס איז ממש אַ מיקראָקאָסמאָס פֿון אונדזער לאַנד, איר באַפֿעלקערונג און אַנטוויקלונג.

איך האָף, אַז אין איינעם פֿון מײַנע קומענדיקע "בריוו פֿון ירושלים" וועל איך זיך ווידער טיילן מיט אײַך מיט אַ צאָל שפּאַנענדיקע עפּיזאָדן און שילדערונגען וועגן דער אַלטער און נײַער ראָש־פּינה.

שלום לכם מירושלים!