קינאָ־פּראָגראַם פֿאַרן ייִדישן פֿילם "דער וואַנדערנדער איד", מיטן אַקטיאָר יעקבֿ בן־עמי, 1930ער יאָרן |
די פֿאָרשונג פֿון אַ לעגענדע קען אַרומנעמען כּלערליי פּערספּעקטיוון. איינער פֿון די עלטסטע מעטאָדן אין דער פֿאָלקלאָריסטישער פֿאָרשונג באַשטייט פֿון פֿאַרגלײַכן וואַריאַנטן פֿון אַ טעקסט, כּדי צו פֿאַרשטיין ווי דער פֿאָלקס־טעקסט האָט זיך געביטן במשך פֿון יאָרן, לענדער און קולטורן. לכתּחילה, האָבן פֿאָלקלאָריסטן געהאָפֿט, אַז מיט דעם מעטאָד וועט מען דערגיין צום "אורטעקסט", דעם ערשטן נוסח פֿון אַ לעגענדע, פֿאָלקס־מעשׂה אָדער ליד. אָבער, מע האָט קיין מאָל נישט געקענט זיכער זײַן, אַז דער וואַריאַנט פֿון אַ פֿאָלקס־טעקסט איז טאַקע דער עלטסטער, ווײַל אַ פֿאָלקלאָריסט קען נאָר פֿאָרשן די לעגענדעס וואָס זענען פֿאַרשריבן אָדער געזאַמלט געוואָרן; און אויב דער פֿאָלקלאָר איז צו ערשט איבערגעגעבן געוואָרן בעל־פּה, שטאַמט דער בכּתבֿ־מאַטעריאַל פֿון אַ נײַערער תּקופֿה.
אַ וויכטיקער כּלל אין דער פֿאָלקלאָר־פֿאָרשונג איז, אַז פֿאָלקלאָר, סײַ ייִדישער און סײַ נישט־ייִדישער, "וואַנדערט", דאָס הייסט, פֿאַרשפּרייט זיך. בעת דעם וואַנדערן, גייט דורך דער פֿאָלקלאָר בײַטן, כּדי זיך אַרײַנצופּאַסן צו דער נײַער באַפֿעלקערונג אָדער פֿאָלק. למשל, אַ לעגענדע פֿון אַ העלפֿאַנד פֿון אינדיע, קען ווערן אַ לעגענדע פֿון אַ בער אין מיזרח־אייאָפּע, ווײַל דאָס איז דאָך מער נאַטירלעך. אין אַפֿריקע איז די טשערעפּאַכע די קלוגע חיה אין פֿאָלקס־מעשׂיות; בײַ די אַמעריקאַנער אינדיאַנער איז די קויאָטע די קלוגע אָבער, אין אייראָפּע, פֿאַרנעמט די זעלבע ראָלע דער פֿוקס. אַנדערע אַספּעקטן פֿון אייראָפּעיִשע לעגענדעס און מעשׂיות בײַטן זיך בײַ ייִדן צוליב טיף אײַנגעוואָרצלטע נאַציאָנאַלע כאַראַקטער־שטריכן. דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט ש. אַנ־סקי האָט געטענהט, אַז בלוט־פֿאַרגיסונג און גוואַלד־מעשׂים וועט מען נישט געפֿינען אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר צוליב אונדזער נאַטור, וואָס נעמט אין זיך נישט אַרײַן קיין רציחה; אַן אָבסערוואַציע, וועלכע איז ווײַט איבערגעטריבן, אָבער פֿאָרט טראָגט זי אין זיך אַ געוויסן אמת.
פֿאָלקלאָר בכלל, און לעגענדעס בפֿרט, קענען זיך בײַטן אין דער מאָדערנער צײַט אויך צוליב דער השפּעה פֿון געדרוקטע ביכער אויפֿן פֿאָלקלאָר. דאָס איז ספּעציעל ריכטיק פֿאַר ייִדן, אַ פֿאָלק וואָס האָט געהאַט ווייניק אַנאַלפֿאַבעטן, און בײַ וועמען דאָס קענען לייענען איז פֿון די ערשטע עובֿדות אין דער קהילה בײַם דערציִען אַ קינד. פֿאָלקלאָריסטן האָבן נישט איין מאָל באַמערקט ווי לעגענדעס וואָס ווערן דערציילט בעל־פּה ווערן דערנאָך געדרוקט אין ביכער אָדער ספֿרים, ווי דער "צאינה־וראינה"; און די געדרוקטע וואַריאַנטן העלפֿן שאַפֿן נײַע לעגעגדעס, וואָס אַנטוויקלען זיך ווײַטער בעל־פּה און קענען געדרוקט ווערן נאָך אַ מאָל. אַזאַ ציקל קען גיין ווײַטער און ווײַטער.
די לעגענדע פֿונעם וואַנדערנדיקן ייִד בײַ קריסטן איז געשאַפֿן געוואָרן, זעט אויס, אין די צײַטן פֿון די קרייצצוגן. נאָך דעם ווי אַ ביכל פֿונעם כאַראַקטער איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין 1602 אין דײַטשלאַנד, האָט מען אין גיכן איבערגעזעצט דאָס ביכל אויף אַ סך אייראָפּעיִשע שפּראַכן; אַפֿילו דעניש און שוועדיש. דאָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער ווײַטערדיקער געשיכטע פֿון דער לעגענדע. אָבער, ווי מע האָט געלייענט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל אין דער רובריק, וועגן די מאַטעריאַלן פֿון דעם וואַנדערנדיקן ייִד אין אַמעריקע, געזאַמלט דורך רודאָלף גלאַנץ, האָבן די פּרטים וועגן דעם וואַנדערנדיקן ייִד צובאַקומען מער פֿאַרב און אינטריגע, ווען מע האָט די לעגענדע דערציילט בעל־פּעה אין אַ נײַ לאַנד.
די פֿאָלקלאָריסטקע גלית חתן־רוקם האָט אָנגעשריבן אַן אַרבעט וועגן דער לעגענדע אין פֿינלאַנד, וווּ דער וואַנדערנדיקער ייִד ווערט אָנגערופֿן "דער שוסטער פֿון ירושלים". ס‘איז נישט קיין חידוש, וואָס דער נאָמען "ייִד" פֿעלט אין פֿינלאַנד, ווײַל דאָרטן האָט מען קוים געוווּסט וואָס דאָס איז אַ ייִד. דעריבער, זענען אויך די אַנטיסעמיטישע עלעמענטן פֿון דער לעגענדע אָפּגעשוואַכט געוואָרן — אַ וויכטיקע קולטורעלע באַאַרבעטונג, אָדער צופּאַסונג, פֿונעם טעקסט.
די לעגענדע פֿונעם וואַנדערנדיקן ייִד האָט דורכגעמאַכט פֿאַרשיידענע גילגולים אין דער קריסטלעכער וועלט במשך פֿון די הונדערטער יאָרן. אין דער ראָמאַנטישער תּקופֿה פֿונעם סוף 18טן און 19טן יאָרהונדערט האָט מען אַרויסגעבראַכט די רעוואָלוציאָנערע נאַטור פֿונעם ייִד, וואָס האָט זיך אַקעגנגעשטעלט דער אויטאָריטעט. דאָס וואַנדערן איבער דער וועלט איז מיט די אויגן פֿון דער ראָמאַנטישער באַוועגונג אויך געווען אַ מעלה — מע זעט דאָך די שיינע, גרויסע וועלט — און איר חכמה און וויסן וואָס ער האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך דורך זײַנע וואַנדערונגען, האָבן צוגעגעבן צו זײַן העלדישקייט.
אָבער די אַנדערע וואַריאַנטן פֿון דער לעגענדע, סײַ אין פֿאָלקלאָר, סײַ אין די ליטעראַרישע ווערק וועגן דעם וואַנדערנדיקן ייִד, האָבן אָפֿט אַרויסגעהויבן דעם אַנטיסעמיטישן מאָמענט — אונטערגעשטראָכן די מיאוסקייט, די אַלטקייט די בייזקייט פֿונעם ייִד.
אַן אַנדער שיטה צו שטודירן פֿאָלקלאָר איז דער פּסיכאָלאָגישער צוגאַנג, וואָס נעמט אַרײַן אַזוינע קשיות ווי: פֿאַר וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אַזאַ לעגענדע? פֿאַר וואָס איז זי אַזוי פּאָפּולער געוואָרן? וואָס אַנטפּלעקט זי פֿאַר אונדז בנוגע די שאַפֿערס און פֿאַרשפּרייטערס און זייער צוגאַנג צו די ייִדן? לויטן בריטישן שרײַבער הײַמאַן מכּבי איז די לעגענדע, בעצם, אַ מעשׂה וועגן איינעם וואָס האָט געזינדיקט און איז געשטראָפֿט געוואָרן. אָבער סײַ די זינד זײַנע, סײַ די שטראָף, קען מען אויסטײַטשן אַנדערש. וועגן דער שטראָף האָט מען שוין דערמאָנט — דער וואַנדערנדיקער ייִד קען נישט שטאַרבן און זעט די גאַנצע וועלט — צי איז דאָס טאַקע אַזוי שלעכט? אָבער וועגן דער זינד וואָס ער איז באַגאַנגען, בלײַבן אויך פֿראַגעס. וווּ איז יושר, אַז פֿאַר דעם וואָס אַ ייִד גיט יעזוסן אַ שטופּ, דאַרף ער אַזוי שטרענג באַשטראָפֿט ווערן?
לויט מכּבי איז די לעגענדע געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער שולד פֿון די ייִדן בײַם אומברענגען דעם קריסטלעכן "גאָט". אָבער די ראָלע פֿונעם ייִד איז אַ קאָמפּליצירטע. יעזוס, לויט דעם קריסטלעכן גלויבן, האָט מען געמוזט מקריבֿ זײַן, אים אומברענגען פֿאַר די זינד פֿון דער מענטשהייט. אָבער ווער זאָל דאָס דורכפֿירן, אַפֿילו אויב ס׳איז "באַשערט" פֿון הימל? די ייִדן זענען געוואָרן די הענקערס לויט די קריסטן, און האָבן מקיים־פּסק געווען וואָס דער אייבערשטער האָט באַפֿוילן; פֿון דעסטוועגן זענען זיי באַשטראָפֿט געוואָרן און דער וואַנדערנדיקער ייִד איז אַ דערמאָנונג פֿון דעם. עס רעדט זיך דאָ, אַוודאי, נאָר פֿונעם קריסטלעכן קוקווינקל. דאָס טייטן פֿון יעזוסן איז געווען אַ זינד, אָבער אַ זינד וואָס די ייִדן האָבן גענומען אויף זיך, לויט זיי, און דערפֿאַר קען מען אויסטײַטשן די שטראָף סײַ ווי שלעכטס, סײַ ווי גוטס.
דער סימבאָל פֿונעם וואַנדערנדיקן ייִד אין דער ייִדישער טראַדיציע האָט אָבער גאָרנישט צו טאָן מיט דער זינד קעגן יעזוסן און די קריסטן. אינעם מיטל־עלטער האָבן חז״ל און די ייִדישע געלערנטע געזוכט אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע — פֿאַר וואָס געפֿינען מיר זיך אין גלות? און אַ גאַנצע ליטעראַטור האָט זיך אַנטוויקלט אַרום דעם, סײַ בײַ די אַשכּנזים, סײַ בײַ די ספֿרדים. אַ זוכעניש וואָס גייט ווײַטער אָן הײַנט אין חסידישע און רבנישע קרײַזן, אָבער נעמט נישט אַרײַן דעם כאַראַקטער "אַחשור" אָדער "אַחשוורוש".
ווען מע טראַכט בײַ אונדז וועגן אַן אַלטן ייִד מיט אַ טאָרבע אויף דער פּלייצע, מיינט מען גיכער די מעשׂיות וועגן אליהו־הנבֿיא. וועגן דער רײַכער לעגענדע־ליטעראַטור אַרום אונדזער "וואַנדערנדיקן ייִד", וועלן מיר ממשיך זײַן אין אונדזער קומעדיקן אַרטיקל.