פּובליציסטיק

אינעם הײַנטיקן "ניו־יאָרק טײַמס" גיט מען זיך שטאַרק אָפּ מיט דער פּראָגער לעגענדע וועגן דעם מהר"לס גולם. אייראָפּע זוכט פֿון אונטער דר'ערד ווי צו פֿאַרדינען אַ קערבל פֿון דער טוריסטיק, און דער עיקר פֿון דער ייִדישער טוריסטיק. ערשטנס, איז דאָס נוגע פּוילן, וווּ מען האָט ערשט נישט לאַנג געעפֿנט דעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע און מען זיצט ווי אויף שפּילקעס און וואַרט אויף דער ייִדישער טוריסטיק. אַ טייל פֿון זיי קומען מיט דאָלאַרן, קויפֿן שמאָנצעס, עסן אין מכּלומרשט ייִדישע רעסטאָראַנען און פֿאַרטשאַדען זיך מיט די גײַסטיקע אויפֿטוען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער באַפֿעלקערונג וואָס איז מער נישטאָ. זיצט דער אָך און וויי ייִדישער מוזיי, און וואַרט אויף אַ קונה, ווי אַמאָל דאָס שנײַדערל וואָס האָט אַרויסגעקוקט דורכן קעלער־פֿענצטערל, אפֿשר פֿאָרט באַווײַזט זיך אַ שטיקעלע פּרנסה. און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, פּוילן איז ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרבליבן אַ פֿאָלק אָנגעזויפֿט מיט אַנטיסעמיטיזם.

מיר זוכן אויך גליקן אין דער טשעכישער רעפּובליק, און דער ייִדישער און אַפֿילו דער נישט־ייִדישער עולם־גולם לאָזט זיך אַזוי באַהבֿה פֿירן בײַ דער נאָז. כאָטש לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז די אַמאָליקע טשעכן זײַנען געווען גוטע און אָנשטענדיקע מענטשן און האָבן זעלטן ווען אַ שאָדן געטאָן די ייִדן. עפּעס אימפּאָנירט און אַנטציקט די וועלט דער ייִדישער דמיון מיט אונדזערע לעגענדעס, איבערגלויבנס און מעשׂיות פֿון די הייליקע רביים און רבנים.

אין הײַנטיקן פּראָג באַזירט מען דראַמעס אויף ייִדישע טעמעס. מען מאַכט פֿילמען, מען טאַנצט אויס באַלעט, מ'סערווירט ייִדישע מאכלים אין נישט־כּשרע רעסטאָראַנען וווּ מ'דערלאַנגט דווקא חזיר־פֿלייש. מ'רופֿט האָטעלן מיטן נאָמען "גולם," מ'מאַכט גולם־פֿיגורעלעך. אַפֿילו מישעל אָבאַמאַ האָט יענעם חודש אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אויפֿן קבֿר פֿון רבי לווי־יהודה בן־בצלאל, דעם מהר"ל פֿון פּראָג, און אויף זײַן מצבֿה אַוועקגעלייגט אַ תּפֿילה אויף אַ שטיקל פּאַפּיר.

די דירעקטאָרשע פֿונעם פּראָגער טעאַטער האָט זיך אויסגעדריקט, אַז הײַנטיקע צײַטן, ווען מען איז באַדראָט סכּנות־נפֿשות פֿון מגפֿות, מיטן עקאָנאָמישן דרוק און שרעק, וואָס לויערט אין אַלע ווינקעלעך פֿון דער וועלט, איז גוט זיך צוצוטוליען צו דער גולם־לעגענדע, וואָס דאַרף באַרויִקן די געמיטער, ווײַל ערגעץ וווּ איז פֿאַראַן אַ מיסטישער כּוח וואָס וועט אָפּהיטן פֿון אַלעם בייזן. עס ווערט דערציילט טאַקע, אַז אין אַן עת־צרה קען דער גולם שפּילן אַ צוויידײַטיקע ראָלע. ער קען זיך באַווײַזן און ער קען פּלוצעם נישט ווערן. אַזאַ מיסטעריעזער גולם. דער עולם־גולם איז נאָך נישט אַרויסגעוואַקסן פֿון די באַבסקע אײַנרעדענישן, פֿון די אײַנגערעדטע קרענק און פֿון דער אידיאָטסטווע וואָס עקזיסטירט נאָך צווישן אַן אָפּגעשטאַנענעם עולם. און וואָס טוט מען נישט צוליב פּרנסה?

מ'נוצט אויך גאַנץ גוט אויס קאַפֿקאַס נאָמען אין פּראָג. מ'גייט זען דאָס הויז וווּ ער האָט געוווינט, דעם פּאַלאַץ וועלכן ער האָט געשילדערט אין זײַנע שריפֿטן, טעפּעלעך און טעלערלעך און סערוועטקעס, מיט זײַן נאָמען באַצירן די געשעפֿטן. דער עיקר, דער עולם איז פֿאַרכאַפּט מיט די אויבנאויפֿיקע טעפּעלעך און שיסעלעך. אָבער זײַנע ביכער לייענט מען דען? אַ נעכטיקער טאָג.

איך בין דווקא געווען אין פּראָג אַ פּאָר מאָל, און אַפֿילו געווען אויף קאַפֿקאַס קבֿר וווּ ער ליגט באַגראָבן אויפֿן ייִדישן בית־עלמין. עס איז דעמאָלט געגאַנגען אַ דראָבנע רעגנדל און איך האָב באַמערקט צווישן די שטיינדלעך אַרום זײַן קבֿר — קוויטלעך. בדרך־כּלל נוצט מען אַזעלכע קוויטלעך בײַם כּותל, וווּ מ'בעט בײַם רבונו־של־עולם אַלערליי אינטערווענצן און אײַנשטעלענישן, פֿאַרן געזונט און פֿאַר שלום־בית, און פֿאַר פּרנסה און אויף שלום מיט די שכנים. אָבער אויף קאַפֿקאַס קבֿר? האָב איך זיך אײַנגעבויגן און אויפֿגעהויבן אַ פּאָר פֿון די קוויטלעך וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן אויף פֿאַרשיידענע לשונות. דאָס קוויטל וואָס איז געשריבן געוואָרן אויף פֿיניש האָב איך דערלאַנגט דער פּראָפֿעסאָרשע פֿון פֿיניש און זי האָט עס מיר איבערגעלייענט. דאָס קוויטל האָט געבעטן בײַ קאַפֿקאַן ער זאָל זיך אײַנשטעלן פֿאַר איר טאָכטער וואָס איז ביטער אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ נעץ פֿון שלעכטע חבֿרים און אַ ברוטאַלן מאַן. די קוויטלעך זײַנען ס'רובֿ געשריבן געוואָרן פֿון נישט קיין ייִדן. בײַ זיי איז קאַפֿקאַ אויסגעוואַקסן ווי אַ הייליקער. גיי ווייס. קאַפֿקאַ וואָלט זיך אויף ס'נײַ דערפֿון נישט נאָר אויסגעלאַכט, נאָר נישט געקענט זיך צוגלייבן, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אין די הײַנטיקע צײַטן אַזעלכע פּאַרכעס.

און באַלד וועל איך אײַך דערקלערן ווי דער חשבון שטימט. די ערשטע גולם־לעגענדע שטאַמט אָפּ דווקא פֿון כעלעם. ווי עס גיבן איבער צבֿי־הירש אַשכּנזי און זײַן זון יעקבֿ עמדען, נאָכפֿאָלגער פֿון רבי אליהו פֿון כעלעם, אָט האָט דער כעלעמער רבי אין יאָר 1585 באַשאַפֿן אַ גולם, ווען ער האָט געפֿונען אין ספֿר־יצירה דעם ריכטיקן אויסלייג פֿון גאָטס נאָמען. ער האָט דעם שם־המפֿורש אויפֿגעשריבן אויף אַ שטיקעלע פּאַרמעט, צוגעקלעפּט צום שטערן פֿונעם גולם און דער גולם איז באַלד לעבעדיק געוואָרן. ווען דער רבי האָט אויסגעפֿונען, אַז דער גולם גייט אַלץ חרובֿ מאַכן, האָט ער אַראָפּגעריסן דעם פּאַרמעט פֿון זײַן שטערן און דער גולם איז צוריק געוואָרן שטויב און פּאָרעך. אפֿשר טאַקע איז דורך דער ערשטער גולם־לעגענדע אויסגעפֿאַלן דער גורל אויף כעלעם צו שמען פֿאַר אַ שטאָט פֿון גולמס און נאַראָנים.

ביז אַהער זײַנען מיר געווען די באַזיצער פֿון צוויי וועלט־באַרימטע גולמס, געגאָסענע אין בראָנז, באַשריבענע אין דראַמעס און אויסגעטאַנצטע אין באַלעט. די גולם־לעגענדע פֿון פּראָג האָט זיך קודם באַוויזן אין 17טן יאָרהונדערט אין "נפֿלאָות מהר"ל," וווּ עס דערציילט זיך ווי אַזוי דער דאָמיניקאַנער גײַסטלעכער טאַדעוּס האָט אָנגעצונדן בײַ די קריסטן אַ ברענענדיקע שׂינאה צו ייִדן, און אויסגעלאָזט האָט עס זיך מיטן בילבול, אַז ייִדן נוצן קריסטלעך בלוט בײַם באַקן מצות אויף פּסח. דאָ האָט זיך באַוויזן רבי לווי־יהודה בן־בצלאל, דער מהר"ל פֿון פּראָג (1525—1609). ער האָט פּרובירט לעשן די פֿײַערן פֿון האַס און שׂינאה קעגן די ייִדן און ווען ס'האָט נישט געהאָלפֿן, האָט דער רבי גערופֿן די הימלען זיי זאָלן אים העלפֿן איידער עס ווערט צו שפּעט. דער ענטפֿער איז צו אים געקומען אין חלום, אין אַ מיסטישן אויסלייג פֿון ווערטער וואָס האָבן זיך געלייענט: "באַשאַף אַ גולם פֿון ליים און ער וועט זיך אָפּרעכענען מיט די שׂונאי־ישׂראל."

האָט דער רבי גערופֿן זײַן איידעם, יצחק בן־שמשׂון הכּהן, און זײַן בעסטן תּלמיד, יעקבֿ בן־חיים שׂשׂון, און זיי איבערגעגעבן בסוד, אַז ער גרייט זיך צו באַשאַפֿן אַ גולם. דעם צווייטן אָדר, אין יאָר 5340 פֿון באַשאַף, אין יאָר 1580 פֿון אונדזער צײַט־רעכענונג, אַרום פֿיר אַ זייגער אויף דער נאַכט, האָט דער מהר"ל באַשאַפֿן דעם גולם, אים גערופֿן יאָסעלע, און אים אָנגעזאָגט:

"זאָלסט וויסן זײַן, אַז מיר האָבן דיך באַשאַפֿן דו זאָלסט אָפּהיטן די ייִדן פֿון אַל דאָס בייז."

בין איך ערשט מיט אַ מינוט צוריק קליגער געוואָרן ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז דעם 9טן דעצעמבער 1999 האָט פּאַסירט אַן אויסגערגעוויינטלעך געשעעניש, נעמלעך, עס האָט זיך באַוויזן אַ נײַער זשורנאַל אין בערלין וואָס הייסט "גולם." מזל־טובֿ! הײַנט גיי ווייס וואָס דער בערלינער גולם האָט אין זינען. ניעזשעלי האָט זיך אין בערלין אויסגעשיילט אַ נײַער וווּנדער־רבי וואָס איז מסוגל צו באַשאַפֿן אַ נײַעם גולם? ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, קען מען הײַנט באַשאַפֿן אַ גולם, נישט פֿון שטויב און נישט פֿון ליים, נאָר אויף פּאַפּיר, אין אַן אויסגאַבע, וואָס האָט מסתּמא צו טאָן מיט ייִדן. אויב עס איז אַ ליטעראַרישער זשורנאַל, און באַשטייט פֿון מיטאַרבעטער מוזן זיי טאַקע זײַן קוואַליפֿיצירטע גולמס? אָדער קוקט מען אויף דער וועלט פֿונעם קוקווינקל פֿון שטוינונג. ווי איינער זאָגט, זיי האָבן ביז אַהער נישט געזען און נישט געהערט דאָס אַכזריות וואָס רינגלט אונדז אַרום.

רבי סידון איז דער הײַנטיקער הויפּט־רבֿ פֿון פּראָג. ער דערציילט, אַז אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז אַרויס אַ גלימל אַז דײַטשע סאָלדאַטן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דער אַלט־נײַ סינאַגאָגע, און אַז דער גולם וואָס ליגט דאָרט אויפֿן בוידעם ביזן הײַנטיקן טאָג האָט זיי צעריסן אויף פּיץ־פּיצלעך. דער רבי סידון איז נאָך אַליין קיין מאָל נישט אַרויפֿגעגאַנגען זען וואָס ס'טוט זיך אויבן. ער זאָגט, אַז מסתּמא איז דער בוידעם פֿול מיט אַש און שטויב. ער דערמאָנט זיך אַז אין די שפּעטע נײַנציקער יאָרן האָט אים אַ ייִדישע פֿרוי געפֿרעגט:

"וווּ געפֿינט זיך דער גולם?"

האָט ער איר געזאָגט, אַז דער גולם איז אויפֿן בוידעם און אַז ער איז נישט קיין ווירקלעכער אמתדיקער גולם. האָט זיך די פֿרוי נישט באַנוגנט מיט זײַן ענטפֿער און געענטפֿערט אים, אַז מיט אַ יאָר צוריק איז זי דאָ געווען אין דער אַלט־נײַ סינאַגאָגע און זי האָט דאָ יאָ באַגעגנט דעם מיסטער גולם, און אַז ער איז אַ הויכער מאַן מיט אַ פּאָר פּוכקע באַקן. דער רבי האָט זיך געכאַפּט, אַז זי מיינט מסתּמא דעם שמשׂ פֿון דער סינאַגאָגע, וועמענס נאָמען איז טאַקע יאָסעלע. די פֿרוי האָט דערציילט, אַז ווען טוריסטן קומען אַהער באַגעגנט זיי אָט דער יאָסעלע שמשׂ און דערציילט זיי אַז ער איז דער גולם, ווײַל ער הייסט יוסף און ער איז דער אור־אייניקל פֿונעם אמתדיקן גולם. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער עולם האָט אים געגלייבט און געהאַט גרויס הנאה פֿונעם וויזיט.

אָט אַזוי נייט מען דעם ייִדישן בגד הײַנט אין אייראָפּע. גוייִם זוכן פֿון אונטער דר'ערד ייִדישע געשעפֿטן און איר ווייסט דווקא פֿאַרוואָס? ווײַל אייראָפּע האָט אָנגעוווירן די גאַנצע ייִדישע באַפֿעלקערונג וואָס האָט באַשײַנט אַמאָל זייער עקאָנאָמישע שׂימחה. הײַנט זיצן זיי מיט אויסגעשטרעקטע צונגען און לעכצן אפֿשר נישט נאָך ייִדן גופֿא, נאָך כאָטש נאָך אַ ייִדישן גולם.