|
מע פֿײַערט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכם און 20 יאָר "ייִדישפּיל"־טעאַטער |
|
אין משך פֿון איין טאָג — דעם 26טן מײַ 2009 — איז ייִדיש געווען די מדינה־שפּראַך אין ישׂראל. אַזוי איז אויסגעקומען. מ’האָט זי געצערטלט, זי באַשאָנקען מיט לויבגעזאַנגען ביזן הימל און זי דערהויבן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַן אויסגעוויילט לשון. אין מיטן דעם שטראָם פֿון צוקער־זיסע ווערטער האָט זיך געוואָלט אויסשרײַען: נישט קיין לויבווערטער זײַנען מיר אויסן, אַלץ וואָס איר קאָנט זאָגן וועגן ייִדיש ווייסן מיר פֿון אויסנווייניק אַליין, לאָמיר רעדן תּכלית — וואָס זענט איר גרייט צו טאָן לטובֿת ייִדיש?ווי אַזוי קענט איר דערגרייכן, אַז מיט דער שפּראַך וואָס איר אַליין באַצייכנט ווי אַן אוניקום, וואָס האָט נישט זײַנס גלײַכן אין דער וועלט זאָל טאַקע געשען דער נס פֿון ווידער־אויפֿלעבונג?
דער "ייִדיש־טאָג" האָט געבראַכט אין כּנסת אַ גרויסן עולם: ייִדיש־טוערס צוזאַמען מיט סתּם עמך, ייִדיש־ליבהאָבערס. אין זײַן פֿולער אָנוועזנקייט האָט זיך דאָרט אָנגעזען דער הויפּט־מחותּן, דער "ייִדישפּיל"־טעאַטער. ס’איז דאָך געווען זייער יום־טובֿ: נישט אַנדערש, נאָר די כּנסת אַליין האָט געפֿײַערט 20 יאָר זינט דער אַנטשטייונג פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, האָבן זיי טאַקע געהאַט מיט וואָס זיך צו פֿרייען. שפּעטער זײַנען זיי אויך אויפֿגעטראָטן מיט אייניקע רעפּרעזענטאַטיווע פֿראַגמענטן פֿון זייערע לעצטע פֿאָרשטעלונגען.
דעם טאָג, געווידמעט ייִדיש אין כּנסת, האָט מען צוגעגרייט באַצײַטנס, מיט אַן אויספֿירלעכער פּראָגראַם, וווּ ס’איז נישט געווען קיין אָרט פֿאַר אימפּראָוויזאַציעס, נאָר ווי אַזוי עס זײַנען אויסגעוויילט געוואָרן די פּריווילעגירטע ייִדיש־טוערס־ליבהאָבערס וואָס זײַנען געקומען צום וואָרט, און איבערגעלאָזט אויפֿן וועג אַנדערע וואָס זײַנען נישט זוכה געווען צו דעם, איז פֿאַרבליבן פֿאַר מיר, לפּחות, אַ רעטעניש.
אין אַ ספּעציעלן קאָמוניקאַט פֿאַרעפֿנטלעכט פֿון דער כּנסת, איז געווען באַשײַמפּערלעך באַצייכנט, אַז דער ייִדיש־קולטור־טאָג קומט צושטאַנד, כּדי אָפּצומערקן שלום־עליכמס 150סטן געבוירן־טאָג ווי אויך 20 יאָר עקזיסטענץ פֿונעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער.
אין די ראַמען פֿון די דערפֿרייענדיקע דערשײַנונגען האָט די כּנסת דורכגעפֿירט אַ בשותּפֿותדיקע זיצונג פֿון דער דערציִונג־, קולטור־ און ספּאָרט־קאָמיסיע מיט דער קאָמיסיע פֿאַר עליה, אַבסאָרבציע און תּפֿוצות, אויף וועלכער פֿאַרשיידענע דעפּוטאַטן, אײַנגעשלאָסן אַראַבישע דעפּוטאַטן, האָבן זיך וואַרעם אָפּגערופֿן אויף דער איניציאַטיוו דורכצופֿירן אין כּנסת דעם טאָג פֿאַר ייִדיש; און די אַנדערע אָנטיילנעמער, צווישן זיי פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן און זשורנאַליסט יצחק לודען, האָבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אָנצוּווײַזן אויף טעותים און ווי אַזוי מ’קאָן דאָס מתקן זײַן הײַנט צו טאָג. ווײַט ווי מיזרח פֿון מערבֿ צו דער אַמאָליקער אָפֿיציעלער שטעלונג צו ייִדיש, האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער קולטור־קאָמיסיע אין דער כּנסת, דעפּוטאַט זבֿולון אורלבֿ, דערעפֿנט די זיצונג און זיך געטיילט מיט זײַנע פּריוואַטע זכרונות, ווען בײַם אָנקומען אין לאַנד האָבן זײַנע עלטערן קיין העברעיִש נישט געקענט און ייִדיש איז געווען די שפּראַך וואָס זיי האָבן גערעדט מיט די קינדער; און נאָך האָט ער געזאָגט, אַז ייִדיש איז נישט בלויז די פֿאַרבינדונגס־שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק אין די גלות־לענדער, נאָר זי שפּיגלט אויך אָפּ אַ קולטור וואָס באַקומט איר העכסטן אויסדרוק אין איר זעלטן רײַכער ליטעראַטור. די דעפּוטאַטין און פֿאָרזיצערין פֿון דער עליה־קאָמיסיע ליִאַ שמטובֿ איז געגאַנגען נאָך ווײַטער. ווי איינע פֿון די איניציאַטאָרן פֿון "ייִדיש־טאָג" אין כּנסת, איז זי בײַ דער מיינונג, אַז אויפֿהאַלטן ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע אויפֿגאַבע: "אין דער פֿאַרגאַנגענהייט איז נישט געטאָן געוואָרן גענוג, כּדי זי אויפֿצוהיטן", האָט זי ענערגיש אויסגערופֿן, "הײַנט ליגט אויפֿן קולטור־מיניסטעריום די אויפֿגאַבע צו סובסידירן דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער: דאָס איז אַ קליינער שריט אויפֿן לאַנגן וועג אויפֿצוהיטן ייִדיש".
קורץ נאָר עמפּאַטיש איז געווען די באַטייליקונג פֿון קאָמוניסטישן דעפּוטאַט דבֿ חנין. "מיר געפֿינען זיך אין אַ געיעג קעגן דער צײַט", האָט ער געזאָגט, "כ’האָב מורא, אַז די רײַכע ייִדישע קולטור זאָל פֿאַרלוירן גיין, און אויב די מדינה וועט נישט פֿאַראייניקן די כּוחות צו ראַטעווען ייִדיש, קאָנען מיר נאָך פֿאַרלירן אָט דעם טײַערן אוצר". יעקב נאמן, דער יוסטיץ־מיניסטער, באַקאַנט ווי אַ ייִדיש־אָנהענגער, האָט דערמאָנט, אַז נאָך אין 1993 איז אָנגענומען געוואָרן בײַ אונדז אַ געזעץ צו פֿלעגן ייִדיש; "ייִדיש", האָט דער מיניסטער פֿאַרזיכערט, "איז נישט נאָר אַ שפּראַך — דאָס איז אויך אַ קולטור און ראַטעווען די דאָזיקע קולטור פֿון אונטערגאַנג מוז פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ נאַציאָנאַלן צוועק". די זעלבע שטעלונג, האָט אויך אויסגעדריקט ד"ר לאה נס, די וויצע־מיניסטאָרין פֿאַר פּענסיאָנערן־ענינים אין כּנסת.
אָן שום ספֿק, האָט דער "ייִדיש־טאָג" אין דער כּנסת געטראָגן פֿון פֿריִער אַ באַשטימטן אַדרעסאַט: דער "ייִדישפּיל"־טעאַטער און זײַן גענעראַל־דירעקטאָר און קינסטלערישער פֿאַרוואַלטער שמואל עצמון. אָן שום באַגרענעצונג אין צײַט האָט ער אויספֿירלעך זיך באַצויגן צו דער אַנטוויקלונג פֿון דעם איינציקן ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל. ווי אַזוי דער טעאַטער איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן פֿון אַ קליינצאָליקן באַשיידענעם אַנסאַמבל אין דער פּראַכטפֿולער אימפּרעזע וואָס געניסט פֿון אַלגעמיינער אָנערקענונג און פּרעסטיזש סײַ אין לאַנד און סײַ אין אויסלאַנד. באַנוצנדיק זיך מיט גראַפֿישע צייכענונגען, האָט עצמון באַשײַמפּערלעך באַוויזן די וועזנטלעכע קולטורעלע און קינסטלערישע דערגרייכונגען פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער.
פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן האָט גוט אויסגענוצט די דרײַ מינוט וואָס ס’איז אים צוגעטיילט געוואָרן אויסצודריקן קלאָר און דײַטלעך ווי זײַן שטייגער איז, די טעותים וואָס זײַנען אָפּגעטאָן געוואָרן קעגן ייִדיש און גלײַך אויסגערעכנט די רעקאָמענדאַציעס צו פֿאַרבעסערן דעם צושטאַנד: ס’איז נייטיק צו געפֿינען די פֿינאַנציעלע מיטלען פֿאַר איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף העברעיִש; ווירקן, אַז דאָס קולטור־מיניסטעריום זאָל באַנײַען די טעטיקייטן פֿון דער נאַציאָנאַלער ייִדיש־אינסטאַנץ; אויפֿהיטן די ייִדיש־ליטעראַטור; זאָרגן פֿאַר די נויטווענדיקייטן פֿון יונגן דור, שטיצנדיק די צײַטשריפֿט "דווקא"; שטיצן דעם בשותּפֿותדיקן מיטן אוניווערסיטעט פּראָיעקט אין שײַכות מיטן ייִדישן זומער־קורס; אַנטוויקלען אַ ייִדיש־וואַרשטאַט; "פֿון אָט די קליינע נסים קאָן נאָך אַרויסקומען אַ גרויסער נס", פֿאַרענדיקט פּראָפֿ’ נאָווערשטערן זײַנע ווערטער.
איין ציל האָט געהאַט דער זשורנאַליסט יצחק לודען בײַם באַקומען דאָס וואָרט פֿאַר דער כּנסת־קאָמיסיע: ס’זאָל, חלילה, זיך נישט איבערחזרן דאָס וואָס ס׳איז געשען מיט 16 יאָר צוריק. אין 1993 איז אָנגענומען געוואָרן אין כּנסת דאָס געזעץ וואָס אָנערקענט ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק און אַזוי איז געגעבן געוואָרן די מלוכישע באַרעכטיקונג צו שאַפֿן די "נאַציאָנאַלע ייִדיש־אינסטאַנץ" (דרך־אַגבֿ, גלײַכצײַטיק מיט דער "נאַציאָנאַלער לאַדינאָ־אינסטאַנץ"), כּדי אומצוקערן ייִדיש אין ישׂראל איר פֿאַרלוירענעם כּבֿוד. וואָס ס’איז געוואָרן פֿון דער אינסטאַנץ ווייסן מיר מער־ווייניקער כּמעט אַלע. אין משך פֿון זײַן באַטייליקונג האָט לודען געהאַלטן אין דער האַנט אַ בראָשור, פֿאַרעפֿנטלעכט טאַקע נאָענט צום אָנגענומענעם געזעץ אין 1993סטן יאָר, וואָס איז געווען אַן אָפּקלײַב פֿון אויפֿטרעטן איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
יעדער איינער האָט גערעדט העכער פֿון אַנדערן וועגן די ייִדישע ווערטן, יעדער איינער האָט צוגעזאָגט ייִדיש גאָלדענע גליקן, דאָס טעלערל פֿון הימל; פֿון הײַנט אָן און ווײַטער וועט ייִדיש ווערן מיט מענטשן גלײַך און שלום־ושלווה וועט הערשן אין ייִדישלאַנד. מ’קאָן נאָר צוגעבן, אַז לודענס אומצוטרוי האָט געהאַט אַ באַזיס וווּ זיך אָנצושפּאַרן: אין די בפֿירושע צוזאָגן, וואָס זײַנען נישט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן.
בײַם סוף פֿון "ייִדיש־טאָג" אין דער כּנסת האָבן די קאָמיסיעס אָנגענומען דעם באַשלוס, אַז די מדינה טראָגט דאָס אַחריות אָפּצוהיטן די ייִדישע קולטור. אויסער דעם ווענדן זיך די קאָמיסיעס צו דער תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט זי זאָל זאָרגן פֿאַר אַ פּאַסיקן בנין וואָס זאָל דינען ווי אַ היים פֿאַרן "ייִדישפּיל"־טעאַטער און דער ייִדישער קולטור בכלל.