אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע ״אוהל־יעקבֿ״־שיל אין מינכן
אַזוינס האָט מינכן שוין לאַנג נישט געזען. דעם 9טן נאָוועמבער, אין דער פֿרי, באַגלייט פֿון טויזנטער פּאָליציאַנטן, איז איבערן צענטער פֿון דער שטאָט דורכגעגאַנגען אַ פּראָצעסיע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט די פּאָליטישע גדולים פֿון דײַטשלאַנד: פּרעזידענט האָרסט קיאָלער, וויצע־קאַנצלער, דער ספּיקער פֿון בונדעסטאַג, מיניסטער־פּרעזידענט פֿונעם לאַנד בײַערן, מיניסטאָרן, דעפּוטאַטן, פֿירער פֿון פּאָליטישע פּאַרטייען, דער בירגעמײַסטער פֿון מינכן און דער מינכנער עפּיסקאָפּ, ווי אויך אַ סך געסט פֿון אויסלאַנד — דער פּרעזידענט פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס, עדגאַר בראָנפֿמאַן; דער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין דײַטשלאַנד — בסך־הכּל איבער טויזנט מענטשן. אין דער ערשטער ריי האָט מען געקאָנט זען די רבנים מיט ספֿרי-תּורה פֿון דער אַלטער שיל. די גאַנצע פּראָצעסיע איז געגאַנגען צו דער נײַער שיל "אוהל־יעקבֿ".

קהילה־לעבן
פֿון יצחק פּשעטיצקי (אורוגווײַ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער כּולל ״ציוני״ אין מאָנטעווידעאָ
פֿאַרשיידענע פֿײַערונגען און דערמאָנונגען פֿירט איצט דורך די ייִדישע קהילה אין מאָנטעווידעאָ, אין צוזאַמענהאַנג מיט דער 90־יאָריקער עקזיסטענץ פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ. אין די ראַמען פֿון אָט די יוביליי־דערמאָנונגען, וועלן נאָך ביזן סוף יאָר פֿאָרקומען אַנדערע שׂימחות. עס דאַרף דערמאָנט ווערן, אַז די לאָקאַלע ראַדיאָ־סטאַנציעס און די טעלעוויזיע־קאַנאַלן האָבן זייער וואַרעם זיך אָפּגערופֿן אויף די פֿײַערונגען און אונטערגעשטראָכן דעם פּאָזיטיוו־פּראָדוקטיוון בײַטראָג פֿון דער ייִדישער קאָלעקטיוויטעט פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון אורוגווײַ אויף אַלע געביטן. שילדערנדיק די פֿאַרשיידענע עטאַפּן פֿון דער אורוגווײַער געשיכטע, האָבן די פּרעסע־אָרגאַנען אַרויסגעבראַכט די דעמאָקראַטישע טראַדיציעס פֿונעם אורוגווײַער פֿאָלק, וואָס האָט מיט פֿרײַנדשאַפֿט און טאָלעראַנץ אויפֿגענומען די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון אייראָפּע, וועלכע האָבן דאָ געפֿונען אַ נײַע היים — אָן דיסקרימינאַציע — אַ היים פֿון פֿרײַהייט און גלײַכקייט פֿאַר אַלע בירגער.

אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון רעכטס: אַלעקסעי און נאַטאַליאַ דיגאָרע, סערגאָ בענגעלסדאָרף
געוויינטלעך, איז דער אויגוסט אין אונדזערע מקומות אַ שטילער חודש; מענטשן פֿאָרן אַרויס אויף וואַקאַציעס, און דאָס געזעלשאַפֿטלעכע לעבן שטילט אײַן ביז ראָש־השנה. אָבער הײַיאָר, האָבן די געשעענישן אין דער וועלט און בײַ אונדז גופֿא זיך אַנטוויקלט אַזוי אינטענסיוו, אַז, נישט געקוקט אויף די גרויסע היצן סוף אויגוסט, אָנהייב סעפּטעמבער, האָט דער ייִדישער עולם זיך צונויפֿגענומען כּמעט יעדע וואָך אויף פֿאַרשידענע אונטערנעמונגען — סײַ טרויעריקע און סײ פֿריילעכע.

קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך באַקומען אין דער פּאָסט אַ שנה־טובֿה, וואָס האָט מיך שטאַרק גערירט.

די משפּחה וואָס האָט עס אונדז געשיקט איז מיר דווקא נישט אַזוי נאָענט. מיר האָבן זיך באַקענט דורך אונדזערע זין, וועלכע זענען געוואָרן גוטע חבֿרים בעת די קאַלעדזש־יאָרן. צוליב העפֿלעכקייט, האָב איך פֿאַרבעטן די עלטערן אויף אַ שבת־מיטאָג, און זיי אונדז — אויף אַ חנוכּה־שׂימחה. קיין שטאַרקן רושם האָבן זיי אויף מיר נישט געמאַכט, און ווען איך וואָלט זיי הײַנט געזען אויף דער גאַס, איז מעגלעך, אַז איך וואָלט זיי אַפֿילו נישט דערקענט.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדישע זינגערין שוראַ ליפּאָווסקי פֿירט אָן מיט אַ וואַרשטאַט בײַם סעמינאַר.

ווי אין ס׳רובֿ לענדער, וואָס גרייטן זיך צו די וואַלן, האָט די שוועדישע רעגירונג, לעצטנס, אָנגעהויבן דרוקן אין דער פּרעסע אַ צאָל אַנאָנסן, וואָס מוטיקן אירע בירגער צו שטימען.

אַנדערש איז אָבער, אַז די בולעטינען גיבן די לייענער צו וויסן דעם וועב־אַדרעס, וווּ מע קען באַקומען די שטים־אינסטרוקציעס אויך אויף ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער פּראָצענט ייִדיש־רעדער איז שוועדן איז זייער קליין. צווישן די 9 מיליאָן מענטשן וואָס וווינען הײַנט אין שוועדן, זענען בלויז 18,000 פֿון זיי ייִדן; און פֿון זיי, אויב מע נעמט אַרײַן די וואָס קענען די שפּראַך פֿליסיק, ווי אויך די וואָס קענען די שפּראַך פּאַסיוו, דערגייט די צאָל ייִדיש־קענער ביז בערך 4,000.