די ייִדישע זינגערין שוראַ ליפּאָווסקי פֿירט אָן מיט אַ וואַרשטאַט בײַם סעמינאַר. |
ווי אין ס׳רובֿ לענדער, וואָס גרייטן זיך צו די וואַלן, האָט די שוועדישע רעגירונג, לעצטנס, אָנגעהויבן דרוקן אין דער פּרעסע אַ צאָל אַנאָנסן, וואָס מוטיקן אירע בירגער צו שטימען.
אַנדערש איז אָבער, אַז די בולעטינען גיבן די לייענער צו וויסן דעם וועב־אַדרעס, וווּ מע קען באַקומען די שטים־אינסטרוקציעס אויך אויף ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער פּראָצענט ייִדיש־רעדער איז שוועדן איז זייער קליין. צווישן די 9 מיליאָן מענטשן וואָס וווינען הײַנט אין שוועדן, זענען בלויז 18,000 פֿון זיי ייִדן; און פֿון זיי, אויב מע נעמט אַרײַן די וואָס קענען די שפּראַך פֿליסיק, ווי אויך די וואָס קענען די שפּראַך פּאַסיוו, דערגייט די צאָל ייִדיש־קענער ביז בערך 4,000.
ווייניק מענטשן ווייסן, אַז ייִדיש האָט אין שוועדן אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס ווי אַ מינאָריטעטן־שפּראַך. אין אַפּריל 2000 האָט דער שוועדישער פּאַרלאַמענט באַשטימט פֿינף לשונות ווי מינאָריטעטן־שפּראַכן: פֿיניש, מעאַנקיעלי־לשון, סאַמי־לשון (לאַפּיש), ציגײַנער־לשון און ייִדיש. הגם שוועדיש איז תּמיד געווען די דאָמינאַנט־שפּראַך אינעם לאַנד, טראָגט זי דווקא נישט קיין אָפֿיציעלן שפּראַך־סטאַטוס.
די אַנדערע צוויי לענדער, וווּ ייִדיש האָט אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס, זענען האָלאַנד און מאָלדאָווע.
איידער די שוועדישע רעגירונג האָט באַשלאָסן צו געבן אַ ספּעציעלן סטאַטוס פֿאַר געוויסע מינאָריטעטן־שפּראַכן אין לאַנד, האָט זי צונויפֿגעשטעלט אַ רשימה קריטעריעס, אויפֿן סמך פֿונעם "אייראָפּעיִשן טשאַרטער פֿון רעגיאָנאַלע אָדער מינאָריטעטן־שפּראַכן" פֿון 1997. ערשטנס, דאַרפֿן די פֿאַרטיידיקער פֿון דער שפּראַך באַווײַזן, אַז זי ווערט שוין באַניצט אין לאַנד מער ווי 100 יאָר. דערפֿאַר האָט מען, למשל, אַראַביש און פּערסיש נישט אָנגענומען, ווײַל די מענטשן וואָס רעדן די שפּראַכן האָבן ערשט אָנגעהויבן אימיגרירן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה.
צווייטנס, דאַרף מען באַווײַזן, אַז דאָס פֿאָלק, וואָס רעדט די שפּראַך, האַלט זיך באַזונדער פֿון דער אַלגעמיינער שוועדישער באַפֿעלקערונג, צוליב דער בשותּפֿותדיקער געשיכטע פֿון זײַנע רעדער. דריטנס, דאַרף דאָס פֿאָלק געניסן פֿון אַן אייגנאַרטיקער קולטור־ירושה.
שׂרהלע (סוזאַנע) שנײַדערמאַן־ריץ, אַ לינגוויסט און שוועדיש־לערערין אין באָראַס, איז געווען דער הויפּט־כּוח בײַם איבערצײַגן די רעגירונג צו אָנערקענען ייִדיש. אָנגעהויבן האָט זיך עס אין 1997, ווען פֿרוי ש.־ריץ האָט געהערט, אַז דער שפּראַך־קאָמיטעט האָט זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ אַ גרופּע ייִדן אין שטאָקהאָלם, צי ייִדיש פּאַסט זיך צו צו די קריטעריעס, און די ייִדן האָבן דווקא געענטפֿערט, אַז ניין. "ס׳איז געווען קלאָר, אַז זיי זענען פּשוט נישט געווען אינפֿאָרמירט," האָט פֿרוי ש.־ריץ דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". זי האָט זיך אונטערגענומען אַליין צו זאַמלען ייִדישע אַרטיקלען און ביכער, וואָס מע האָט במשך פֿון די יאָרן אַרויסגעגעבן אין שוועדן. "ס׳איז געוואָרן בײַ מיר אַ מיסיע, ווײַל דאָס איז אַ ירושה, וואָס איז כּמעט הייליק בײַ מיר," האָט זי דערקלערט.
נאָך אַ סך פֿאָרש־אַרבעט, האָט פֿרוי ש.־ריץ אויסגעזוכט פֿאַרשידענע אַדמיניסטראַטיווע דאָקומענטן פֿון דער קהילה (פּראָטאָקאָלן, בודזשעטן, אאַז״וו) אָנגעשריבן אויף ייִדיש, פֿון כּמעט 150 יאָר צוריק, כּדי צו דערווײַזן דעם היסטאָרישן און קולטורעלן ווערט פֿון ייִדיש אין שוועדן. סוף־כּל־סוף, האָט זי געבראַכט די מאַטעריאַלן צום קאָמיטעט, און נאָך 7 חדשים, האָט דער קאָמיטעט מסכּים געווען, אַז ייִדיש האָט פֿאַרדינט אַ סטאַטוס ווי אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך.
"סוזאַנע שנײַדערמאַן־ריץ איז געווען אַקטיוו אין דער אַקציע, פֿון אָנהייב ביזן סוף," האָט באַמערקט דניאל קאָווערמאַן, דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן קאָמונאַלן צענטער אין מאַלמע. "ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז אָן איר, וואָלט גאָרנישט געוואָרן פֿון ייִדיש אין שוועדן."
זינט די פֿינף לשונות האָבן באַקומען אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס, זענען זיי באַרעכטיקט צו פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער רעגירונג. צו ערשט אָבער, דאַרפֿן די פֿאַרטיידיקער פֿון אַלע פֿינף לשונות, אַרײַנגערעכנט ייִדיש, יעדעס יאָר אַרײַנגעבן דעם שוועדישן שפּראַך־קאָמיטעט אַ פֿאָרלייג. ביז איצט האָט דער ייִדיש־סעקטאָר באַקומען $100,000 אַ יאָר. "איבעראַיאָר וועט מען עס העכערן, הגם וויפֿל איז נאָך נישט קלאָר," האָט פֿרוי ש.־ריץ באַטאָנט.
אַ טייל פֿון די רעגירונג־פֿאָנדן גייען אויפֿצוהאַלטן די ביבליאָטעקן פֿון די ייִדישע קהילות אין מאַלמע, גאָטעבאָרג און שטאָקהאָלם, און פֿאַר דער ייִדישער ביבליאָטעק אין גאָטעבאָרג־אוניווערסיטעט; אַ טייל גייט פֿאַר די דרײַ ייִדישע־העברעישע פֿאַרלאַגן אין לאַנד, און אַ טייל — אויף די יערלעכע ייִדיש־סעמינאַרן. אָט אַזאַ סעמינאַר איז פֿאָרגעקומען מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער ערשטער וואָך פֿון סעפּטעמבער, אין באָמערסוויק־אוניווערסיטעט, צענטראַל־שוועדן. די אונטערנעמונג, וואָס האָט זיך געפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש, האָט צוגעצויגן בערך 60 מענטשן. פּראָפֿ׳ יוסף שערמאַן פֿון אָקספֿאָרד־אוניווערסיטעט האָט געגעבן אַ סעריע רעפֿעראַטן וועגן די ווערק פֿון באַשעוויס, בערגלסאָן, י. י. זינגער און אײַזיק־מאיר דיק. שוראַ ליפּאָווסקי, די פּאָפּולערע ייִדיש־האָלענדישע זינגערין און ספּעציאַליסט אין ייִדיש־געזאַנג, האָט אָפּגעהאַלטן וואַרשטאַטן ווי אַזוי צו זינגען ייִדישע לידער. "זי האָט זייער אויסגענומען בײַם עולם ווײַל זי האָט עס פּראָפֿעסיאָנאַל אויסגעפֿירט, מיט אַ שטאַרקן געפֿיל פֿאַרן מאַטעריאַל," האָט פֿרוי ש.־ריץ געזאָגט. "סע האָבן אויך געזאָלט זײַן ייִדישע שפּראַכקורסן אָבער, צום באַדויערן, האָט דער לערער אין דער לעצטער מינוט נישט געקאָנט קומען."
אַ טייל פֿון די רעגירונג־פֿאָנדן פֿאַר ייִדיש גייט אויך אויף צו לערנען קינדער ייִדיש אין דער חב״ד־טאָגשול "בית־מנחם", אין גאָטעבאָרג, מערבֿ־שוועדן. די רביצין, לאה נמדר, האָט דערקלערט, אַז די תּלמידים וואָס הערן ייִדיש אין דער היים, לערנען חומש און אַנדערע לימודי־קודש ייִדיש; מיט די אַנדערע קינדער לערנט מען ייִדיש פֿון אַ חסידיש אַרבעטביכל פֿון ניו־יאָרק, "איך לערן ייִדיש".
זינט ייִדיש איז געוואָרן אַן אָפֿיציעלע שפּראַך, קען מען באַקומען ייִדישע איבערזעצונגען פֿון פֿאַרשידענע רעגירונג־דאָקומענטן. אַחוץ די אינסטרוקציעס, ווי אַזוי צו שטימען, קען מען אויך קריגן אַן איבערזעצונג פֿון דער פּאָליטיק וואָס שייך די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן; און דעם פֿאַרגאַנגענעם מערץ האָט די רעגירונג אַרויסגעלאָזט, אויף ייִדיש, דעם "נאַציאָנאַלן האַנדלונגס־פּלאַן פֿאַר די מענטשלעכע רעכט 2006־2009". דער קאַמף פֿאַר מענטשנרעכט איז אַ העכערע פּריאָריטעט אין דער שוועדישער אויסערן־פּאָליטיק און אַ קוואַל פֿון נאַציאָנאַלן שטאָלץ, איז עס דערפֿאַר נישט קיין חידוש, וואָס דווקא דעם דאָקומענט האָט מען באַשלאָסן איבערצוזעצן.
געוויסע ייִדישע אײַנוווינער פֿון שוועדן האַלטן אָבער, אַז ס׳איז פּאַראַדאָקסאַל, וואָס איינס פֿון די איינציקע לענדער אָנצונעמען ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך, איז באַקאַנט פֿאַר אויסדריקן אָפֿט מאָל די אַנטי־ישׂראלדיקסטע שטעלונגען אין אייראָפּע. לעצטן יוני, למשל, האָט דער מלוכישער אַלקאָהאָל־מאָנאָפּאָל "סיסטעמבאָלאַגעט", נאָכן באַראַטן זיך מיטן אויסערן־מיניסטעריום, באַצייכנט די ישׂראלדיקע ווײַן־פֿירמעס "גולן" און "ירדן" ווי "געמאַכט אין ישׂראל־אָקופּירטע סירישע טעריטאָריעס", לויט אַן אַרטיקל אין דער "דזשערוסאַלעם פּאָסט". מיט צוויי חדשים פֿריִער, האָט דער "פּאָסט" איבערגעגעבן, אַז שוועדן האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון געוויסע מיליטערישע מאַנעווערס, ווײַל ישׂראל איז געווען צווישן די באַטייליקטע לענדער.
ד״ר שלמה שולמאַן, אַ קינדער־דאָקטער און שרײַבער אין לונד, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ס׳איז ווויל און גוט וואָס די רעגירונג העלפֿט ייִדיש, אָבער ס׳איז "צו ווייניק, צו שפּעט. זיי האָבן עס געדאַרפֿט טאָן אַ סך פֿריִער. די וואָס רעדן הײַנט ייִדיש זענען אין די אַכציקער, זיי זענען שוין אין די מושבֿ־זקנימס, אָדער וווינען אַליין אין שטוב, און געניסן נישט פֿון קיין ייִדישער קולטור."
"אין מײַן דור — כ׳האַלט שוין בײַ די 60 — בײַ אונדז זענען בלויז דאָ עטלעכע צענדליקער, אפֿשר 100 אין גאַנץ שוועדן, וואָס רעדן טאַקע ייִדיש."
שולמאַן, דער מחבר פֿונעם בוך "Jiddischland" ווי אויך אַנדערע ביכער אויף שוועדיש וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע, געדענקט מיט פֿאַרדראָס דעם נעגאַטיוון צוגאַנג צו ייִדיש אין די 1990ער, ווען שוועדן האָט אָנגעהויבן פֿאָרשן, וועלכע שפּראַכן צו געבן אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס. "די שוועדן האָבן נישט געוואָלט אָנערקענען ייִדיש, ווײַל זיי זענען געווען קעגן ישׂראל, און געהאַלטן די ייִדן פֿאַר בורזשואַ; און די ייִדן האָבן זיך נישט אײַנגעשטעלט פֿאַר ייִדיש, ווײַל זיי האָבן געהאַלטן, אַז ייִדיש איז בכלל נישט קיין שפּראַך. די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, וועלכע זענען געקומען קיין שוועדן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען געווען פּשוטע שנײַדער און שוסטער, נישט געהאַט קיין פּאָזיציע אָדער מאַכט אין לאַנד; און די שוועדישע ייִדן האָבן זיך געשעמט מיט זיי, און מיט זייער לשון."
דער גאַנצער ענין האָט שולמאַנען אַזוי אויפֿגעבראַכט, אַז ער האָט, צוזאַמען מיט דער אָנגעזעענער אַקטריסע פֿון דער שוועדישער בינע, בתיה פֿרידמאַן, אָנגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו אין דער צײַטונג, Dagens Nyheter (ידיעות פֿונעם טאָג), פֿאַרטיידיקנדיק ייִדיש ווי אַ לעגיטימע מינאָריטעטן־שפּראַך: "אין דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט שוועדן זיך געפֿירט עקלדיק. די רעגירונג האָט געקענט ראַטעווען ייִדן, אָבער זי האָט עס נישט געטאָן. דערפֿאַר האָט שוועדן אַ חובֿ צו באַצאָלן די ייִדן," — מיט אַנדערע ווערטער, צו שטיצן דאָס ייִדישע לשון.
דער אַרטיקל האָט געהאַט אַ פּאָזיטיוון אָפּרוף בײַ די שוועדן, אָבער האָט גלײַכצײַטיק אָפּגעשפּיגלט זייער קאָמפּליצירטע באַציִונג צום ייִדישן פֿאָלק. איינער האָט געשריבן, אַז ייִדיש איז דווקא "נישט אַזוי געפֿערלעך ווי ישׂראל"; און אַן אַנדערער — אַז "ייִדיש איז דאָך אַ גערמאַנישע שפּראַך און פֿול מיט חן."
"ס׳איז אַ נאַרישקייט, וואָס אַ לאַנד, וואָס איז אַזוי אַנטי־ישׂראל זאָל רופֿן ייִדיש אַן אָפֿיציעלע שפּראַך. זיי טוען עס בלויז צוליב פּראָפּאַגאַנדע," האָט דערקלערט אַ 86־יאָריקער ייִד אין מאַלמע, אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן, וועלכער האָט נישט געוואָלט אָנגעבן זײַן נאָמען. "ווי זאָגט מען — אַ חזיר מיט כּשרע פֿיסלעך."
פֿרוי ש.־ריץ האַלט אויך, אַז דער הײַנטיקער סטאַטוס פֿון ייִדיש אין שוועדן איז נישט דווקא קיין סימן פֿון אַ ספּעציעלער ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדיש. "ס׳איז קלאָר, אַז זינט שוועדן האָט אונטערגעשריבן די קאָנווענץ, האָט זי געקראָגן אַ העכערן סטאַטוס בײַ די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, און דאָס איז זיכער געווען איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס זי האָט עס געטאָן. פֿונדעסטוועגן — האָט זי צוגעגעבן — האָב איך קיין מאָל נישט געגלייבט, אַז דאָס וועט טאַקע דורכגעפֿירט ווערן. דערפֿאַר, אַז מע הייבט שוין אָן שמועסן וועגן גרינדן פֿולצײַטיקע ראַדיאָ־סטאַנציעס און צײַטונגען, האַלט איך: אַז מ׳איז שוין געקומען אַזוי ווײַט, וועט דאָס אויך זײַן מעגלעך."