פֿון רעכטס: אַלעקסעי און נאַטאַליאַ דיגאָרע, סערגאָ בענגעלסדאָרף |
אָנהייב אויגוסט איז אין אונדזער קהילה־הויז פֿאָרגעקומען אַ מאַסן־מיטינג לטובֿת ישׂראל. אינעם זאַל האָבן זיך צונויפֿגענומען אַרום 250 מענטשן — פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין מאָלדאָווע, אָנפֿירער און מיטאַרבעטער פֿון די ישׂראל־אינסטיטוציעס, וואָס געפֿינען זיך אינעם לאַנד, פֿרײַנד און קרובֿים פֿון געוועזענע אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע, איצט בירגער פֿון ישׂראל, און סתּם געסט און טוריסטן פֿונעם ייִדישן לאַנד, וואָס פֿאַרברענגען דאָ זייערע וואַקאַציעס — אַלע זײַנען זיי געקומען אויסצודרוקן זייער פּראָטעסט קעגן טעראָריזם און צו שטיצן ישׂראל אין דער שווערער מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ"־באַנדעס.
דעם 12טן אויגוסט, ווי עס פֿירט זיך שוין בײַ אונדז נישט איין יאָר, האָבן מיר דורכגעפֿירט אַן אָוונט, געווידמענט די דערשאָסענע אין מאָסקווע ייִדישע שרײַבער אין 1952. צום ערשטן מאָל איז די טרויער־אַקאַדעמיע דורכגעגאַנגען אָן דעם ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן ע״ה, וואָס פֿלעגט תּמיד מיט איר אָנפֿירן. יונגע מיטגלידער פֿון דער אָרטיקער "הלל"־אָרגאַניזאַציע, תּלמידים פֿון מײַנע ייִדיש־קורסן, האָבן געלייענט אויף מאַמע־לשון לידער פֿון האָפֿשטיין, פֿעפֿער, מאַרקיש, קוויטקאָ, יוסף קערלער.
נאָך איין טרויעריקע אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט דובאָסאַר, לכּזרון די דאָרט אומגעבראַכטע ייִדן אין 1941, בסך־הכּל 18 טויזנט נפֿשות. צו דעם אָרט קומען צו גיין די געציילטע לעבן־געבליבענע קאַצעטלער פֿון פֿאַרשידענע געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, וואָלאָנטירן פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס "חסד" און "הלל". צוזאַמען מיט די אָרטיקע אײַנוווינער באַטייליקן זיי זיך אין דער טרויער־אַסיפֿה בײַם דענקמאָל, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן אָרט פֿון דעם ברידער־קבֿר.
אין די פֿריִערדיקע "פֿאָרווערטס"־רעפּאָרטאַזשן האָב איך שוין דערציילט וועגן די טראַגישע געשעענישן אין דובאָסאַר, אָבער יעדעס יאָר דערוויסט מען זיך אַלץ נײַע פּרטים וועגן יענע טעג. אויף איינעם פֿון די מאַרמאָר־טאָוולען איז אויסגעקריצט דער נאָמען פֿון יעווע וויניק, וואָס מע האָט זי אַהער געבראַכט פֿונעם דאָרף זשוראַ, ריבניצער ראַיאָן, צוזאַמען מיט אירע צען קינדערלעך. איר מאַן, דוד דער קאָוואַל, איז אינעם טאָג פֿון דער אָבלאַווע נישט געווען אין דער היים. ווען ער איז אַהין געקומען האָבן אים געכאַפּט צוויי רומענישע זשאַנדאַרן. אַ געבונדענעם, האָבן זיי אים געוואָלט אַריבערפֿירן צום אַנדערן ברעג, וווּ ס'האָט זיך געפֿונען דער זשאַנדאַר־צירקל, אָבער אין מיטן דעם טײַך האָט דוד איבערגעקערט דאָס שיפֿל און אַלע זײַנען זיי דערטרונקען געוואָרן.
צווישן די פֿריילעכע אונטערנעמונגען וואָלט זיך געוואָלט אָנרופֿן דעם זעקסטן עטנאָ־קולטורעלן פֿעסטיוואַל, וואָס קומט שוין פֿאָר אין קעשענעוו צום זעקסטן מאָל. דאָס מאָל איז ער געווידמעט געווען דעם 15טן יאָרטאָג פֿון דער מאָלדאַווישער אומאָפּהענגיקייט. די צענטראַלע אונטערנעמונגען זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם שטאָטישן פּאַרק. ס'איז געווען אַ שיינער זומערדיקער טאָג און טויזנטער מענטשן זײַנען געקומען זיך באַקענען מיט דער פֿאַרשיידנאַרטיקער קולטור און קונסט פֿון די עטנישע פֿעלקער, וואָס באַוווינען די מאָלדאַווישע ערד: אוקראַיִנער, ציגײַנער, גאַגאַוזן, ייִדן, בולגאַרן אַרמענער און אַנדערע. אויף דער "ייִדישער גאַס" האָט מען געקאָנט זען כּלערליי עקספּאָזיציעס, וואָס דערציילן וועגן דעם לעבן פֿון די בעסאַראַבער ייִדן — אַמאָל און הײַנט; וועגן די באַציִונגען צווישן דער קהילה מיט מדינת־ישׂראל און מיט אַנדערע פֿעלקער, קולינאַרישע מאכלים, ווי אויך הערן ייִדישע לידער און מוזיק. מיט גרויס ענטוזיאַזם האָט מען באַגעגנט די תּלמידים פֿון דעם ייִדישן ליצעום אויף רמב״מס נאָמען. מיטן ייִדיש־קלאַס פֿירט אָן די אַלמנה פֿון יחיאל שרײַבמאַן, מאַרינע שרײַבמאַן. די קינדער האָבן געזונגען ייִדישע און העברעיִשע לידער, וואָס זייערע קלאַנגען האָט מען געקאָנט הערן אין אַלע ווינקעלעך פֿונעם פּאַרק.
ממש ערבֿ ראָש־השנה איז אינעם קאָנצערט־זאַל פֿונעם קהילה־הויז געווען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישער וואָקאַל־מוזיק — "לשנה־טובֿה". אין דער פּראָגראַם האָט מען געזונגען ראָמאַנסן און לידער אויף ייִדיש און עבֿרית, וואָקאַל־דועטן. די זינגער זײַנען געווען פֿון פֿאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטן, אָבער ווי פֿון איין משפּחה. מײַן תּלמידה, די זינגערין נאַטאַליאַ דיגאָרע, מיט וועלכער מיר זײַנען אויפֿגעטראָטן אין פּעטערבורג, כאַבאַראָווסק, ביראָבידזשאַן, ישׂראל, לעבט איצט אין תּל־אָבֿיבֿ און זינגט דאָרט אינעם אָפּערע־טעאַטער. איר ברודער, אַלעקסעי, איז אַן אַספּיראַנט אין דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע, זינגט שוין עטלעכע יאָר ייִדישע לידער. אויף ראָש־השנה איז נאַטאַליאַ געקומען קיין קעשענעוו, און מיר האָבן שוין, אין איינעם מיט איר ברודער, צוגעגרייט אַ ספּעציעלע קאָנצערט־פּראָגראַם.
און צום סוף. הײַיאָר האָט די ייִדישע קהילה אין מאָלדאָווע געשׂימחהוועט אונטערן דאַך פֿון דעם דעפּאַרטמענט פֿאַר צווישן־עטנישע באַציִונגען, בראָש מיט דער דירעקטאָרין אָלגאַ גאַנטשאַראָוואַ. זי און אויך די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע עטנישע געמיינדעס האָבן האַרציק באַגריסט די ייִדישע דעלעגאַציע צום נײַער יאָר. מיט א שיינער קאָנצערט־פּראָגראַם זײַנען אויפֿגעטראָטן דער כאָר "חלום" און די טריִאָ "פֿרייגיש" — פֿאָרשטייער פֿון דעם קולטור־צענטער בײַ דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף מאַנגערס נאָמען. בעת דער אונטערנעמונג האָט מען געקאָנט זען קינדער־בילדער, געמאַכט בײַ דער קונסט־סטודיע פֿונעם ישׂראלדיקע קולטור־צענטער אין מאָלדאָווע. אויף דער שׂימחה זײַנען בײַגעווען דיפּלאָמאַטן, פֿאָרשטייער פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס אין דער הויפּטשטאָט, באַקאַנטע טוער אין קולטור און וויסנשאַפֿט.