- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי כּמעט יעדעס יאָר, בין איך דעם ווינטער געפֿאָרן צו מײַן טאַטן אין סיינט־לויִס פּראַווען ניטל (נישט אויף קיין ייִד געדאַכט). קיין פֿרומער גוי איז ער נישט, גייען מיר נישט אין קירך און יאָשקע מישט זיך בכלל נישט אַרײַן. אָבער אַ בוים מיט דעקאָראַציעס האָבן מיר יאָ, ווי אויך אַ געשמאַקע ניטלדיקע סעודה. לאַנגע שעהען קוקן מיר פֿוטבאָל אויף טעלעוויזיע — אַזוי ווי אונדזערע חכמים הייסן, לערנט מען דעם טאָג נישט קיין תּורה. מיר טרעפֿן זיך, געוויינטלעך, מיט פֿרײַנד — צווישן זיי אויך ייִדן — טיילן זיך מיט קליינע מתּנות, און עסן נאָך אַ ריזיקן מאָלצײַט.
דינסטיק, דעם 21סטן יאַנואַר, איז געווען אַ וויכטיקער טאָג אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט. מער ווי טויזנט סטודענטן האָבן זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם גרעסטן זאַל אויפֿן קאַמפּוס, כּדי צו הערן אַ רעפֿעראַט פֿונעם 39סטן פּרעזידענט, דזשימי קאַרטער — דער ערשטער פּרעזידענט צו קומען אין בראַנדײַס זינט הערי טרומאַן. קאַרטער איז געקומען רעדן וועגן דעם בוך, וואָס ער האָט נאָר וואָס אַרויסגעגעבן, "Palestine: Peace Not Apartheid" (פּאַלעסטינע: שלום, נישט אַפּאַרטהײַד), וואָס דערמאָנט דעם לייענער וועגן דער ראַסיסטישער סיסטעם אין דרום־אַפֿריקע פֿון די 1940ער ביז די 90ער יאָרן.
וווּ קען מען הײַנט־צו־טאָג געפֿינען אַ שפּרודלדיקן, מוזיק־באַגלייטן קלוב, וווּ כּמעט אַ העלפֿט פֿון די פֿאַרזאַמלטע זענען פֿליסיקע ייִדיש־רעדער אונטער 30 יאָר? "טשאָלנט", אַרויסגערעדט בײַ דער חבֿרה ווי TSHULnt, טרעפֿט זיך יעדן דאָנערשטיק אויפֿדערנאַכט, פֿון 10:00 ביז בערך 2:30 פֿאַרטאָג, אויפֿן דריטן גאָרן פֿון דער "מילינערי־שיל" — אַן אַלטער בנין אין דער אַמאָליקער קליידונג־געגנט, אין מאַנהעטן. דער צימער איז אַ ביסל אָפּגעלאָזן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע לאָקאַלן אין מאַנהעטן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — צאָלט מען דאָ נישט קיין אַרײַנטריט־געלט.
דער מאָנומענט, באַקאַנט ווי "דער דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון געטאָ", איז הײַנט אַליין אַ "קרבן" פֿון דער מחלוקת צווישן דעם לובלינער שטאָטראַט, וועלכער וויל העכערן דאָס פֿינאַנציעלע ווערט פֿונעם צענטער שטאָט, און דער לובלין־געבוירענער שארית־הפּליטה, וואָס וויל, אַז לובלין זאָל אָפּגעבן כּבֿוד איר אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ. פֿאַרן חורבן האָבן אין דער שטאָט געלעבט בערך 43,000 ייִדן — אַ פֿערטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. הײַנט לעבן דאָרט בלויז 30 ייִדן.
די קאָנדוקטאָרשע אין אונדזער וואַגאָן האָט אַלעמען געוואָרנט, אַז מע טאָר ניט עפֿענען די פֿענצטער, ווײַל — מע גנבֿעט. זײַנען מיר טאַקע געפֿאָרן פֿאַרשפּאַרט, אָבער אויף דער גרענעץ זײַנען צו אונדז אַרײַן די רומענישע גרענעצלער. אין די פּעסער האָבן זיי קוים אַרײַנגעקוקט, דער עיקר, געבעטלט, מע זאָל זיי געבן אַ פּעקל ציגאַרעטן צי לכל-הפּחות אַ ציגאַרעט. ס׳האָבן מיר זיך אויך פֿאַרגעדענקט די דערפֿער, וווּ קיין סימן פֿון עלעקטריע איז ניט געווען, און די פּרימיטיווע אויטאָס, "דאַטשיאַ" האָבן זיי, דאַכט זיך, געהייסן...
לעצטנס, האָט דער וויצע־פּרעמיער פֿון ישׂראל, אַבֿיגדור ליבערמאַן, באַזוכט קעשענעוו. געקומען איז ער מיט אַן אומאָפֿיציעלן וויזיט, און די דאָזיקע ידיעה האָט זיך פֿאַרשפּרייט מינדלעך, נישט דורך דער מעדיאַ. די באַגעגעניש מיט די אָרטיקע אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער ייִדיש־רוסישער צײַטונג "ייִדיש שטעטל".
די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן שטאַרק ליב צו גיין אויף ספּאָרט־פֿאַרמעסטן, צי דאָס איז בייסבאָל, פֿוטבאָל, קוישבאָל אָדער טעניס, און די פֿרומע זענען נישט קיין אויסנאַם. נישט קיין חידוש, וואָס אַ סך רבנים הייבן אָפֿט אָן זייערע דרשות מיט אַ משל פֿון אַ באַרימטן ספּאָרט־שפּילער אָדער אַ געוויסן פֿאַרמעסט, כּדי צו מאַכן זייערע דבֿרי־תּורה מער פֿאַרשטענדלעך.
פֿאָרנדיק אָנהייב נאָוועמבער מיט דער באַן פֿון ווין קיין קראָקע, האָב איך אַרויסגעקוקט מיט דערוואַרטונג ניט נאָר אויף דער קאָנפֿערענץ וועגן "ייִדישער קולטור אין די קאָמוניסטישע לענדער נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה"; איך בין אויך געווען נײַגעריק צו זען, ווי עס האָט זיך געביטן קראָקע, וווּ איך בין געווען דאָס ערשטע מאָל מיט צען יאָר צוריק.
|