די אַרבעטער פֿון דער לובלינער מוניציפּאַליטעט פֿירן איבער דעם ייִדישן חורבן־מאָנומענט |
Picture: Maciej Kaczanowski/Dziennik Wschodni |
דער מאָנומענט, באַקאַנט ווי "דער דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון געטאָ", איז הײַנט אַליין אַ "קרבן" פֿון דער מחלוקת צווישן דעם לובלינער שטאָטראַט, וועלכער וויל העכערן דאָס פֿינאַנציעלע ווערט פֿונעם צענטער שטאָט, און דער לובלין־געבוירענער שארית־הפּליטה, וואָס וויל, אַז לובלין זאָל אָפּגעבן כּבֿוד איר אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ. פֿאַרן חורבן האָבן אין דער שטאָט געלעבט בערך 43,000 ייִדן — אַ פֿערטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. הײַנט לעבן דאָרט בלויז 30 ייִדן.
די קאָנטראָווערסיע האָט זיך אָנגעהויבן אין האַרבסט 2005, ווען דער דעמאָלטיקער בירגערמײַסטער, אַנדזשיי פּרושקאָווסקי, האָט מסכּים געווען צו פֿאַרקויפֿן דעם פּלאַץ אַרום דעם דענקמאָל צו אַ גרונט־אייגנס פֿירמע, "אַרקאַדי". אָן צו זאָגן אַ וואָרט דער ייִדישער קהילה, האָט דער שטאָטראַט באַשלאָסן אַריבערצוטראָגן דעם ייִדישן חורבן־מאָנומענט מחוץ דער שטאָט, וווּ עס האָט זיך אַ מאָל געפֿונען די לובלינער געטאָ.
ווען די לובלינער לאַנדסמאַנשאַפֿטן אין אַמעריקע און ישׂראל האָבן זיך דערוווּסט וועגן דעם פּלאַן, איז געוואָרן אַ ויצעקו, און נאָך אַ ריי געשפּאַנטע זיצונגען צווישן דעם לובלינער שטאָטראַט, דער "אַרקאַדי"־פֿירמע און די אָרטיקע ייִדן, האָט מען לעצטן אויגוסט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט, לויט וועלכן מע האָט געזאָלט אַריבערטראָגן דעם מאָנומענט אויף בערך דרײַ יאָר, און גלײַך נאָכן רעמאָנט פֿונעם פּלאַץ, אים אומקערן צוריק.
נישט געקוקט אויף דעם אָפּמאַך, האָט ממש שאָקירט די פֿאָטאָגראַפֿיע, אָפּגעדרוקט אין דער פּוילישער צײַטונג "דזשיעניק ווסכאָדני" די פֿאַרגאַנגענע וואָך, וווּ מע זעט ווי די מוניציפּאַלע אַרבעטער פֿירן איבער דעם מאָנומענט. "ווען דאָס וואָלט געווען אַ מאָנומענט לזכּרון די פּוילישע מאַרטירער, וואָלט מען עס אַזוי אומבכּבֿודיק נישט געטאָן," האָט געטענהט מאָריס ווײַסבראָט, דער פּרעזידענט פֿון דער לובלינער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין אַמעריקע, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". "און וואָס האָבן זיי געטאָן מיטן אַש, וואָס איז געלעגן אונטערן מאָנומענט? זיי גייט עס בכלל נישט אָן!"
בעת דער דעדיקאַציע־צערעמאָניע פֿונעם מאָנומענט, אין 1963, האָט ווײַסבראָט געהאַט איבערגעגעבן דעם דעמאָלטיקן בירגערמײַסטער אורנעס מיט אַש און ערד פֿון מײַדאַנעק, סאָביבאָר און בעלזעץ, וואָס מע האָט עס דערנאָך אײַנגעמויערט אינעם יסוד פֿונעם דענקמאָל.
ראָמאַן ליטמאַן, אַ הײַנטיקער תּושבֿ פֿון לובלין און אַליין פֿון שארית־הפּליטה, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט געזען דעם מאָנומענט ליגן אויף ד׳רערד פֿאַר דער מלוכה־שול נומער 24, בערך 400 מעטער פֿונעם איצטיקן אָרט. בײַ דער זיצונג אין אויגוסט, האָט די ייִדישע קהילה טאַקע געהאַט פֿאָרגעלייגט אָט די שול, ווי אַ מעגלעך אָרט אַריבערצוטראָגן אַהין דעם מאָנומענט אויף דער צײַט פֿונעם רעמאָנט, ווײַל צווישן די יאָרן 1917 און 1935 האָט דער בנין געדינט ווי אַ שול פֿאַר ייִדישע מיידלעך.
וואָס שייך דעם אַש, האָט הרבֿ מײַקל שודריך, דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן איבערגעגעבן, אַז ער און ליטמאַן "האָבן באַגראָבן דעם אַש אויפֿן נײַעם ייִדישן בית־עולם אין לובלין, און מע וועט דאָרט אין גיכן אַוועקשטעלן אַ מצבֿה."
די געשיכטע איז געוואָרן אַ ביסל מער פֿאַרוויקלט, ווען וואַלדעמאַר פּיאַסעצקי, אַ לובלינער זשורנאַליסט, וועלכער שרײַבט אָפֿט וועגן די באַציִונגען צווישן די ייִדן און די פּאָליאַקן, האָט אָנגעזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז דער מאָנומענט איז שוין ווידער פֿאַרשוווּנדן. דערהערט דערפֿון, האָט דער פּרעסע־סעקרעטאַר פֿונעם לובלינער בירגערמײַסטער, מיכאַל קראַווטשיק, אויסגעפֿאָרשט דעם ענין און אָנגעשריבן דעם "פֿאָרווערטס" אַ בליצבריוו: "איך האָב דאָנערשטיק אויף דער נאַכט געשיקט אַ וועכטער אַהין, און ער האָט מיר געבראַכט אַ שריפֿטלעכע פֿאַרזיכערונג, אַז דער מאָנומענט געפֿינט זיך איצט אויפֿן פּלאַץ פֿון ניעצאַלאַ־גאַס, פֿאַר דער מלוכה־שול נומער 24. ער ליגט נישט, נאָר ער שטייט; און וואָס שייך דאָס אַש — געפֿינט זיך עס אויפֿן ייִדישן בית־עולם אויף דער וואַלעטשניך־גאַס."
ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, גיט איבער די "דזשיעניק ווסכאָדני", איז דער מאָנומענט, אַ פּנים, "פֿאַרשוווּנדן געוואָרן" פֿון זײַן נײַ אָרט פֿאַר דער שול, ווײַל די אַרבעטער האָבן געפּרוּווט אָפּרייניקן דעם זשאַווער אינעווייניק.
פּיאַסעצקי האָט דערקלערט, אַז הגם דער שטאָטראַט האָט טאַקע געשטעלט דעם מאָנומענט אויפֿן אָרט וואָס די ייִדן האָבן פֿאַרלאַנגט, זאָרגן זיך די אָרטיקע ייִדן, צי די שטאָט וועט, נאָכן אויפֿבויען דעם אונטערערדישן גאַראַזש, טאַקע אומקערן דעם מאָנומענט צום פֿריִערדיקן פּלאַץ. "ערשטנס, איז דער אָפּמאַך פֿון לעצטן אויגוסט בלויז געווען צווישן ׳אַרקאַדי׳ און די ייִדן; דער בירגערמײַסטער האָט עס אונטערגעשריבן בלויז ווי אַן עדות. שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס וועט געשען, אויב ׳אַרקאַדי׳ וועט באַנקראָטירן? וועט דער אָפּמאַך ווײַטער אָנהאַלטן?
"צווייטנס — האָט פּיאַסעצקי באַטאָנט — איז דער אָפּמאַך קיין מאָל נישט נאָטאַריזירט געוואָרן, און דריטנס, ווערט דער מאָנומענט נאָך אַלץ נישט אָנגעוויזן אין דער רשימה פֿון גרונט־אייגנטומס, וואָס געפֿינט זיך אינעם ביוראָ פֿונעם שטאָטראַט. איז דערפֿאַר נישט קיין חידוש, וואָס די לובלינער ייִדן זאָרגן זיך אַזוי."
וואָס איז יאָ מערקווירדיק אין דער געשיכטע מיטן בלאָנדזשענדיקן חורבן־מאָנומענט: אַ דאַנק די רעפּאָרטאַזשן פֿון "דזשיעניק ווסכאָדני" און פּיאַסעצקיס אַרטיקלען אינעם פּוילישן אינטערנעץ־זשורנאַל "פֿאָרום", האָט דער ענין שוין אויך דערוועקט דעם אינטערעס בײַ דער נישט־ייִדישער וועלט. סטענלי טראָיאַנאָווסקי — אַ ניו־יאָרקער פֿײַערלעשער, וועלכער האָט זיך באַטייליקט אין דער ראַטיר־אַרבעט בײַ "גראַונד־זיראָ" נאָך די אַטאַקן דעם 11טן סעפּטעמבער, און דערבײַ געוואָרן אַ נאַציאָנאַלער העלד בײַ זײַנע פּוילישע "לאַנדסלײַט" — איז דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק געווען אין פּוילן. בעת אַ טור איבער לובלין, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פֿאַרן ייִדישן חורבן־מאָנומענט בײַ דער מלוכה־שול נומער 24, און אָפּגעגעבן כּבֿוד די אומגעקומענע מיט אַ מינוט פֿון שטילשווײַגן...
סײַ ליטעראַריש, סײַ געזעלשאַפֿטלעך איז איטשע גאָלדבערג געווען איינער פֿון די אָנפֿירנדיקע כּוחות אין אונדזער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה במשך פֿון עטלעכע דורות. ווי אַ לערער, אַ פּעדאַגאָג, אַ שרײַבער, ליטעראַטור־קריטיקער און רעדאַקטאָר האָט ער פֿאַרדינט אַ פּאָזיציע בײַם אויבן אָן פֿון אונדזער קולטור־וועלט. טויזנטער תּלמידים זײַנע זענען פֿון אים אינספּירירט געוואָרן און האָבן אײַנגעזאַפּט די אוניוואַרסאַלע ווערטן אין ייִדישקייט, וואָס ער האָט אַנטפּלעקט אין אונדזער ליטעראַטור.אויף ייִדישע קולטור־זיצונגען, אין וועלכע מיר האָבן ביידע זיך באַטייליקט, האָט מען נאָר געקענט זיך חידושן מיט וואָס פֿאַר אַ קלאָרקייט, חריפֿות און טיפֿקייט ער נעמט אַלץ אַרײַן — און גיט צוריק; מיט וואָס פֿאַר אַן אָפּטימיזם און האָפֿערדיקייט ער באַטראַכט דעם מאָרגן פֿון דער ייִדישער גאַס. ער האָט קיין מאָל נישט אַראָפּגעלאָזט די הענט, קיין מאָל נישט געוואָרן פֿאַרביטערט, נאָר געטראַכט פּראַקטיש: וואָס קען מען טאָן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, ווי אַזוי זאָל מען אָנגיין ווײַטער. מיר, אויף די זיצונגען, וואָס זענען געווען אַן ערך אַ האַלב יאָרהונדערט ייִנגער פֿון איטשען, האָבן געקוקט איינער אויפֿן אַנדערן און געטראַכט — ווי קומט צו אים מער ענערגיע און כּוח ווי ס׳איז דאָ בײַ אונדז? כאָטש זײַן פּאָליטישער וועג אין אַמעריקע האָט אים פֿאַרשאַפֿט צרות, איז ער געבליבן מיט אַ וויזיע, אַן אידעאַל.
און זײַן וויזיע האָט דערפֿירט צו וויכטיקע מעשׂים: די פֿאַרשפּרייטע שול־נעץ פֿון די "אָרדן־שולן", אין וועלכע טויזנטער תּלמידים האָבן זיך געלערנט; די פּעדאַגאָגישע און קינדער־זשורנאַלן — "פּראָלעטאַרישע דערציִונג", "היים און דערציִונג", "יונגוואַרג"; לערן־ביכער, וואָס ער האָט אָנגעשריבן; די "זשיטלאָווסקי־פֿונדאַציע"; פֿערציק יאָר ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל "די ייִדישע קולטור"; זײַנע קריטישע ווערק וועגן דער דראַמאַטורגיע, און צוויי בענד "עסייען", וואָס באַווײַזן ווי אַרומנעמיק און טיף ס׳איז געווען זײַן פֿאַרשטאַנד פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
איצט אַז איטשע גאָלדבערג איז אַוועק, איז אַוודאי אַוועק מיט אים אַ קאַפּיטל ייִדישע געשיכטע. מיר וועלן זיכער שוין נישט קענען קיין מענטש, ווי איטשע, וואָס איז בײַגעווען אויף פּרצעס לוויה, וואָס האָט זיך געטראָפֿן, ווי אַ תּלמיד, מיט לודוויג זאַמענהאָף, וואָס איז בײַגעווען און געהאָלפֿן גרינדן די ייִדישע קולטור אין אַמעריקע.
מיר וועלן תּמיד געדענקען זײַן איידלקייט, גרייטקייט צו העלפֿן אַנדערע, ווי אויך זײַן ענציקלאָפּעדיש וויסן. זאָל זײַן גוטער נאָמען זײַן אַ טרייסט פֿאַר דער משפּחה און אונדז אַלעמען.