קהילה־לעבן
פֿון
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ייִדישער רעסטאָראַן אין קראָקע
דער ייִדישער רעסטאָראַן אין קראָקע

פֿאָרנדיק אָנהייב נאָוועמבער מיט דער באַן פֿון ווין קיין קראָקע, האָב איך אַרויסגעקוקט מיט דערוואַרטונג ניט נאָר אויף דער קאָנפֿערענץ וועגן "ייִדישער קולטור אין די קאָמוניסטישע לענדער נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה"; איך בין אויך געווען נײַגעריק צו זען, ווי עס האָט זיך געביטן קראָקע, וווּ איך בין געווען דאָס ערשטע מאָל מיט צען יאָר צוריק.

איך בין ווײַט פֿון זײַן אַ נאָסטאַלגיקער פֿון דער האַבסבורגער אימפּעריע, אָבער במשך די שעהען אין דער באַן, וואָס האָט זיך געשלעפּט אונטער די שוואַרצע כמאַרעס און רעגן־גאָסן — לענג־אויס די האַרבסטיקע פֿעלדער, פֿאַרבײַ די קוילן־גריבער פֿון שלעזיע, אַרײַן אין דער אַמאָליקער מערבֿ־גאַליציע, — האָט עס אַרויסגערופֿן בײַ מיר עפּעס געדאַנקען, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו אַ מין נאָסטאַלגיע. לאָמיר זאָגן, אַז דער וועטער איז געווען שולדיק...

אָנקומענדיק שוין אין אָוונט אין קראָקע, האָב איך גלײַך באַמערקט די גרויסע "גאַלעריע" לעבן וואָקזאַל, קענטיק אַ שפּאָגל־נײַע. אויפֿן פֿאַסאַד פֿון אָט די גרויסע בנינים פֿון מעטאַל און גלאָז לייענט מען די נעמען פֿון די גרויסע פֿירמעס פֿון עלעקטראָניק־ און באַקלייד־אינדוסטריע; און פּלאַקאַטן פֿונעם נײַעם "דזשיימס באָנד" און אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע פֿילמען האָבן אויך ניט געפֿעלט — קראָקע איז אויך אַ וועלט־שטאָט, הייסט עס. מיט אַ דרײַ־פֿערטל מיליאָן אײַנווינער איז עס ניט פֿון די סאַמע גרויסע שטעט אין אייראָפּע, אָבער דאָך די דריטע אין פּוילן.

קראָקע ציט צו זיך שטאַרק צו ווי אַ שטאָט אין סאַמע צענטער פֿון אייראָפּע, און מיט איר היסטאָרישן צענטער, וואָס איז טאַקע פֿון די שענסטע אַלט־שטעט. איז די אַלט־שטאָט פֿול מיט רעסטאָראַנען פֿאַר טוריסטן. איצטער, אין האַרבסט, איז דאָ געוויס ווייניקער טוריסטן. שטייען אויף די גאַסן מענטשן, וואָס לייגן אײַך פֿאָר, אויב איר זעט אויס טוריסטיש, אַרײַנצוגיין אין דעם אָדער יענעם רעסטאָראַן. און זיי ברוגזן זיך, ווען איר פֿאָלגט זיי ניט. אויך אַזאַ מין פּראָפֿעסיע... מענטשן דאַרפֿן, נעבעך, מאַכן אַ לעבן.

איבער קאַזימער

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן אונדז געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באַטייליקן אין אַ טור איבער דער "ייִדישער קראָקע", דעם קוואַרטאַל פֿון קאַזימיערזש, אָדער ווי מען פֿלעגט עס רופֿן בײַ ייִדן, קאַזימער.

דער טור ווערט געפֿירט פֿון אַ יונגער פּוילישער סטודענטקע, וואָס רעדט ענגליש. זי הייסט עוואַ און רעדט וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין קראָקע ניט בלויז מיט האַרץ, נאָר אויך מיט גוטע היסטאָרישע קענטענישן.

מיר הייבן אָן אויף "שעראָקאַ אוליצאַ", אָדער "ברייטע גאַס". מיר שטייען פֿאַרן אַרײַנגאַנג צו אַן אינפֿאָרמאַציע־צענטער פֿאַר טוריסטן. אַ גרויסער שילד ווײַזט אָן אויף דער מעגלעכקייט צו גיין "אויף די שפּורן פֿון שינדלערס ליסטע", לויט ספּילבערגס פֿילם. עוואַס דערפֿאַרונג ווײַזט, אַז "די שפּורן" ציִען צו ניט ווייניק טוריסטן, וואָס זײַנען מער פֿאַראינטערעסירט אין אַלע ערטער, וווּ ספּילבערג האָט פֿילמירט, איידער אין דעם זעלטענעם היסטאָרישן אַנסאַמבל, וואָס מען קען זען דאָ.

און ס׳איז דאָ טאַקע וואָס צו זען פֿון דער ייִדישער געשיכטע. אַקעגנאיבער, אויף דער אַנדערער זײַט "שעראָקע", זעט מען די אַלטע שיל. ווען זי איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין מיטל־עלטער, איז קאַזימיערזש, אָדער קאַזימער, געווען אַ שטעטל פֿאַר זיך. סוף 15טן יאָרהונדערט האָט מען די ייִדן אַרויסגעטריבן פֿון קראָקע. דעמאָלט האָבן אַ סך ייִדן זיך באַזעצט אין דער דאָזיקער שטאָט, וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ קוואַרטאַל פֿון קראָקע. ייִדן האָבן דאָ במשך פֿון די פֿינף יאָרהונדערט, אויפֿגעבויט אַ צאָל שיינע שילן, וואָס אַ טייל פֿון זיי האָט זיך אויפֿגעהיט.

אָנהייבן דאַרף מען ניט מיט דער גרעסטער, נאָר מיט דער סאַמע באַוווּסטער שיל פֿון רבי משה איסערלעס (אַרום 1510—1572), דעם רמ״א. ווי אַלע קראָקער, רעדט עוואַ אַרויס דעם נאָמען ווי "רעמו". אַז מיר פֿאַרקערעווען אַהין, קומען אונדז אַנטקעגן אַ פּאָר חסידים, וואָס האָבן געדאַוונט אין דער רמ״א־שיל. זיי זײַנען אָבער ניט קיין היגע, נאָר געקומען אויף קבֿר־אָבֿות, צו די גרויסע רבנים און מקובלים, וואָס ליגן דאָ.

דער אויסזען פֿונעם אַלטן בית־עלמין איז ניט קיין אָריגינעלער. די דײַטשן האָבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אים חרובֿ געמאַכט; ס׳רובֿ מצבֿות האָט מען געניצט צו ברוקירן די גאַסן. דעם בית־עלמין גופֿא האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אין אַ מיסט־פּלאַץ. אין דער רמ״א־שיל, וואָס האָט דיקע שטיינערנע ווענט, האָט מען געהאַלטן אַמוניציע און אַנדערע מיליטער־זאַכן.

כאָטש מען האָט נאָך דער מלחמה אויפֿגעשטעלט יענע מצבֿות, וואָס האָבן זיך אויפֿגעהיט, שטייען זיי שוין מער ניט אויף זייערע פֿריִערדיקע ערטער. אַ סך בראָכשטיקער האָט מען אײַנגעמויערט אין דער וואַנט פֿונעם הייליקן אָרט. איין מצבֿה, זאָגט מען, איז אָבער געבליבן שטיין אויף איר שטענדיקן אָרט — אויפֿן קבֿר פֿון רבי משה איסערלעס. איידער מיר גייען צו צו איר, דאַרפֿן מיר וואַרטן, ביז אַ חסיד מיט אַ רויטער באָרד וועט פֿאַרענדיקן זײַן דאַוונען.

ווען עוואַ ווײַזט אונדז אָן, וווּ צו געפֿינען אויפֿן שטאַרק אָפּגעריבענעם שטיין דעם נאָמען פֿונעם רמ״א, באַמערק איך אַרום איר האַנטגעלענק אַ רויט בענדעלע. וועגן דער מצבֿה, דערציילט עוואַ, גייט ארום אַ לעגענדע, אַז דער ערשטער דײַטשער זעלנער, וואָס האָט געוואָלט זיך צורירן צו איר, איז געשטאָרבן אויפֿן אָרט. האָט מען זיך שוין מער ניט צוגערירט צו איר. איך האָב ניט באַוויזן צו פֿרעגן, וואָס עוואַ טראַכט אַליין וועגן אָט דער מעשׂה וועגן דעם גרויסן מקובל.

די רמ״א־שיל ווערט הײַנט געניצט פֿון דער קליינער ייִדישער קהילה. ווען עס קומען אַהער גרעסערע ייִדישע גרופּעס, למשל, יוגנט־גרופּעס פֿון ישׂראל, ניצט מען אויך די "טעמפּל־סינאַגאָגע". זי איז געבויט געוואָרן אין 1860 פֿאַר די רעפֿאָרם־ייִדן — וואָס האָבן דעמאָלט געזאָגט זייערע תּפֿילות אויף דײַטש און שפּעטער זיך פּאָלאָניזירט. דער רעפֿאָרם־ראַבינער אָזיאַס טהאָן (1870—1936), אַ באַוווּסטער ציוניסטישער טוער, איז אויך געווען אַ דעפּוטאַט אינעם פּוילישן סיים. בעת אַ וויכּוח מיט די אָרטאָדאָקסן האָבן די חסידישע רביים אַרויפֿגעלייגט אַ חרם אויף זײַן סינאַגאָגע, זאָגט עוואַ. דערפֿאַר ווילן די חסידים ניט אַרײַנגיין אין איר ביזן הײַנטיקן טאָג, אַפֿילו ווען מען האָט זי נאָכן רעמאָנט, וואָס איז פֿאַרענדיקט געוואָרן ניט לאַנג צוריק, געמאַכט פֿאַר אַ טראַדיציאָנעלער שיל, מיט אַ בימה אין דער מיטן.

פֿאַר די חסידים עפֿנט מען, אויב ס׳איז נייטיק, די אַזוי גערופֿענע "איזאַק סינאַגאָגע", וואָס איז אָבער נאָך ניט אין גאַנצן אָפּרעמאָנטירט.

"מען קען ניט זאָגן, אַז אין קראָקע איז דאָ אַן אמת אָרטאָדאָקסישע קהילה", דערקלערט אונדז עוואַ, וואָס זאָגט אויך, אַז פֿון צײַט צו צײַט קומט זי צו זען ווי מען דאַוונט דאָ שבת. הײַנט איז ניטאָ קיין שוחט אין שטאָט און ניט קיין איין קראָם מיט כּשרע פּראָדוקטן. ווי עס קען אויסזען די צוקונפֿט, איז אַ פֿראַגע. אַ ליובאַוויטשער רבֿ פּרוּווט צונויפֿזאַמלען אַ ביסל יוגנט, וואָס וויל זיך לערנען וועגן ייִדישקייט. ניט אַלע זײַנען זיי ייִדן, אָדער פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם. זיי זוכן ייִדישע וואָרצלען אין אַ שטאָט, וווּ עס האָט אַ מאָל געוווינט אַ ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון פֿופֿציק—זעכציק טויזנט. הײַנט זײַנען ס׳רובֿ פֿון די אַן ערך 160 מיטגלידער אין דער קהילה עלטערע מענטשן.

וואָס שייך ייִדיש, זאָגט מען, אַז אין קראָקע זײַנען געבליבן צוויי אַלטע ייִדן, וואָס רעדן נאָך ייִדיש פֿון דער היים. פֿאַר מיר איז געווען אינטערעסאַנט צו זען, ווי עס זעט אויס, אין דעם היסטאָרישן ייִדישן קוואַרטאַל, אַזאַ מין "סובקולטור", וואָס האָט זיך געשאַפֿן, דערעיקרשט, אַרום די פֿעסטיוואַלן פֿון קלעזמער־מוזיק. ווען איך האָב געזען דאָס ייִדישע קאַזימער מיט צען יאָר צוריק, איז עס נאָך געווען האַלב חרובֿ. נאָך דער מלחמה האָבן דאָ געוווינט אָרעמע פּאָליאַקן, וואָס האָבן זיך אַרויסגעצויגן, ווען די הײַזער זײַנען זיך צעפֿאַלן. האָט מען געזוכט אַן אויסוועג און געפֿונען אין דער "ייִדישער קולטור". די ערשטע "כּמו־ייִדישע" רעסטאָראַנען האָבן זיך דעמאָלט שוין געהאַט געעפֿנט, און איך האָב געגעסן געפֿילטע פֿיש אין איינעם פֿון זיי און געהערט קלעזמער־מוזיק. אויף דעם וועג, אַז די צוקונפֿט פֿון קאַזימער ליגט אין זײַן ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, איז מען קענטיק געגאַנגען ווײַטער. איינער פֿון די בעסטע רעסטאָראַנען איז איצט דאָס "קלעזמער־הויז", אין אַ בנין, וואָס איז אַ מאָל געווען אַ מיקווה. מיר האָבן אויף די וועטשערעס געהאַט זייער געשמאַקע ייִדישע מאכלים, וואָס זײַנען אָבער ניט כּשר. און די קלעזמער־מוזיק, וואָס מיר האָבן געהערט אויף דער ערשטער וועטשערע, איז געשפּילט געוואָרן פֿון — גאַנץ טאַלאַנטירטע — פּוילישע מוזיקער. אַ שיינע רעפּראָדוקציע פֿון אַלטע מאַפּעס, ווי למשל, פֿון דער אַלטער גאַליציע אונטער די האַבסבורגער, קען מען דאָ אויך באַקומען.

איידער איך בין צוריקגעפֿאָרן, האָב איך אין אַ "דעליקאַטעסן"־קראָם געקויפֿט אַ פֿלאַש וואַסער פֿאַר דער באַן־נסיעה. מען האָט געקענט אויסקלײַבן פֿון כּלערליי סאָרטן. גענומען האָב איך... איין פֿלאַש, ווײַל זי האָט אויפֿן עטיקעט געהאַט אַ קליין בילדל פֿון קײַזער פֿראַנץ־יאָזעף. איך האָב עס באַרעכטיקט מיט דעם, וואָס איך קויף עס ווי אַ פֿאָרשער, וועלכער קוקט אויף דעם ווי אויף אַ שטיקל דאָקומענט, וואָס באווײַזט, אַז ס׳איז דאָ אַזאַ "אַ נוצלעכע פֿאַרגאַנגענהייט", וואָס מיט איר קען מען פֿאַרקויפֿן סתּם וואַסער צו טרינקען.