- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי אַ קינד, האָב איך יעדע וואָך באַקומען 50 סענט פֿון טאַטע־מאַמען. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס געלט האָב איך נישט געטאָרט פּטרן אויף צוקערלעך אָדער שפּילעכלעך, נאָר באַהאַלטן עס אין מײַן "שפּאָרבאַנק". בײַ 12 יאָר האָב איך געעפֿנט מײַן ערשטע באַנקקאָנטע, וווּ דאָס קניפּל האָט געזאַמלט פּראָצענט אויך. ס'איז מאָדנע צו פֿילן אַ חובֿ צו אַ גרופּע וואָס מ'איז ניט מסכּים מיט איר וועגן די יסודות פֿון איר השקפֿה. אַזוי אָבער איז דער פֿאַל מיט סאַטמערער חסידים און זייער ביקור-חולים צימער אין דעם שפּיטאָל, וווּ איך אַרבעט. ניט דער עיקר צוליב דעם, וואָס די פֿרויען וואָס פֿירן אָן דערמיט, שטעלן צו, אומזיסט און פֿאַר צדקה-צוועקן, הייסע שבת- און וואָכעדיקע מאָלצײַטן פֿאַר פּאַציענטן און דאָקטוירים, נאָר אויך דערפֿאַר, וואָס אין דעם צימער (וווּ איך האָב שוין פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בשעת מײַנע טרענירונג-יאָרן ווי אַ רעזידענט-דאָקטער) טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער ייִדישער קהילה וואָס באַגעגענען זיך זעלטן. די ערשטע זאַך, וואָס מע באַמערקט ווען מע זעט די 22־יאָריקע טענצערין, אַנאַ שאָן, איז ווי יונג זי זעט אויס, ממש ווי אַ קליין מיידעלע: די הייך פֿון בלויז 4 פֿוס, 11 אינטשעס (1.5 מעטער), רעדט מיט אַ הויך קולכל, און שפּרודלט מיט ענערגיע און האַרציקן געלעכטער — זיכער, נישט קיין בילד פֿון אַ רעוואָלוציאָנערקע. פֿונדעסטוועגן, פּאַסט זי צו רופֿן אַזוי, ווײַל אַנאַ איז אַ פֿרום ייִדיש מיידל. ווי באַקאַנט, איז דאָס טאַנצן פֿאַר אַ געמישטן עולם נישט אָנגענומען אין דער פֿרומער וועלט, פֿאַר וואָס פֿאַרמאַכט זיך אַן עפֿנטלעכע מיטלשול? געוויינטלעך, איז עס ווײַל ס׳זענען נישטאָ גענוג תּלמידים, אָדער גענוג פֿאָנדן, און גאַנץ אָפֿט — אַ געמיש פֿון ביידע. אינעם פֿאַל פֿון דער מיטלשול, וווּ איך, מײַן שוועסטער, גיטל, און אַפֿילו מײַן מאַמע, האָבן זיך געלערנט, "איווענדער טשײַלדס", אין בראָנקס, ניו־יאָרק, שליסט זיך די אינסטיטוציע, ווײַל ס׳איז געוואָרן ממש צו געפֿערלעך זיך צו לערנען דאָרט. די חב״ד־באַוועגונג, די איינציקע וואָס זוכט הײַנט־צו־טאָג צוצוציִען וואָס מער ייִדן, איז זייער אַקטיוו צווישן דעם רוסיש-רעדנדיקן עולם. דאָס קען מען זען אַפֿילו אין ניו-יאָרק. ערבֿ און בעת די יום-טובֿים ווערט די גאַנצע געגנט פֿון ברײַטאָן-ביטש פֿאַרפֿלייצט מיט יונגע חב״דניקעס און חב״דניצעס, וואָס רעדן צו די פֿאַרבײַגייער אַן ערך אַזוי ווי עס טוען אויף די גאַסן אַזעלכע זאַכן די פּירסום-פֿאַרשפּרייטער פֿון כּלערליי מינים סחורה. אין אַ סך האָטעלן איבער דער וועלט געניסן די געסט הײַנט פֿון אַ ריי הויך־טעכנאָלאָגישע באַקוועמלעכקייטן. די טירן בײַם אַרײַנגאַנג עפֿענען זיך אויטאָמאַטיש; די קראַנטן אין די עפֿנטלעכע וואַשצימערן שפּריצן אַרויס וואַסער, באַלד ווי אַ האַנט דערנענטערט זיך צו זיי, און בײַם קלאָזעט־טאָפּ דאַרף מען מער נישט אָנקוועטשן, כּדי אַראָפּצולאָזן דאָס וואַסער, ווײַל עס גיסט זיך אויס אויטאָמאַטיש, ווי באַלד דער מענטש שטייט אויף. נאָך וויכטיקער — ס׳איז הײַנט אַ סך גרינגער אַרײַנצוגיין אינעם האָטעל־צימער, צוויי וויכטיקע געשעענישן זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן לעבן פֿון די קעשענעווער ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט: דאָס אָפּצייכענען דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן און דאָס שאַפֿן אַ נײַעם ייִדיש־קלוב. דעם 12טן מערץ, אינעם געבוירן־טאָג פֿונעם שרײַבער איז דאָס קהילה־הויז געווען פֿול געפּאַקט. אויף דער וואַנט איז געהאָנגען אַ גרויסער פּאָרטרעט פֿון יחיאל שרײַבמאַן, און אויף דער בינע בײַ אַ טישל איז געזעסן מאַרינע, די אַלמנה פֿונעם שרײַבער, און מיכאל פֿינקעל, פּאָעט און שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿונעם קהילה־הויז. ער האָט טאַקע אָנגעפֿירט מיטן אָוונט. אין ניו־יאָרק פֿעלן נישט קיין ברירות, ווי אַזוי צו פֿאַרברענגען פּורים. די קהילה לעכצט נאָך אַ געלעגנהייט משׂמח צו זײַן זיך נאָך אַ לאַנגן ווינטער, און ווי אַ דערמאָנונג אין דער פֿאַרבינדונג צווישן די סעזאָנען פֿונעם יאָר מיטן ייִדישן לוח, איז דער יום־טובֿ הײַנטיקס יאָר אויסגעפֿאַלן צוזאַמען מיטן ערשטן טאָג פֿרילינג. דערצו איז דער יום־טובֿ פֿאָרגעקומען אין אַ פֿרײַטיק, די שיל וווּ איך דאַוון יעדן שבת, "יאָנג איזרייל אוהבֿ צדק", האָט במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר זיך ממשותדיק צעוואַקסן, אַ דאַנק אַ צאָל יונגע ייִדישע משפּחות, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין צפֿון־ריווערדייל און דרום־מערבֿ יאַנקערס. עטלעכע מאָל אַ חודש, בײַם סוף פֿונעם דאַווענען, רופֿט אָן דער שול־פּרעזידענט דעם נאָמען פֿון נאָך אַ מענטש אָדער משפּחה, וואָס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער שיל.
איך האָב אַ זעקל מעל!
"אויף דרײַ זאַכן שטייט די וועלט: אויף געלט, אויף געלט און אויף געלט." אַזוי האָט אַ לץ אַמאָל פֿאַרדרייט די באַקאַנטע משנה פֿון פּרקי־אָבֿות, און דערבײַ אַרויסגעזאָגט אַ טרויעריקן אמת וועגן דער מענטשלעכער נאַטור: צי מע וויל יאָ, צי מע וויל נישט, קאָנען אַפֿילו די פֿרימסטע ייִדן פֿאַרבלענדט ווערן פֿון דער מטבע. וועראַ סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין בודאַפּעשט, שטודירט דײַטש און ענגליש אין דעם בודאַפּעשטער אוניווערסיטעט, דערנאָך באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. זי האָט געלערט ייִדיש אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט, איצט איז זי אַ לערערין פֿון ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען אין ען־אַרבאָר. די דאָזיקע לידער, וויצן און אַנעקדאָטן האָב איך געזאַמלט אין אַ ריי אינטערוויוען מיט טובֿיה (טאָביאַס) בירנבוים, מיט וועמען איך האָב זיך געטראָפֿן על־פּי־צופֿאַל אויף אַ גאַס אין דער ניו־יאָרקער געגנט ברײַטאָן־ביטש אין פֿעברואַר 1994. |