- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווער רעדט הײַנט נישט וועגן דעם עקאָנאָמישן און פֿינאַנץ־קריזיס, דעם קראַך פֿון בענק; וועגן דעם פֿאַלן פֿון דאָלאַר און די שטײַגנדיקע פּרײַזן אויף נאַפֿט?... און אַז אַלע רעדן, זעט עס אויס, אַז אַלע זײַנען אין די פֿראַגעס גרויסע מומחים. ס‘איז דאָ בײַ אונדז אַ ווערטל, אַז דעם נבֿיא דערקענט מען נאָך נעילה, וואָס מיינט, אַז ווען פֿאַר אַלעמען איז שוין קלאָר וואָס ס‘האָט פּאַסירט, כאַפּט מען זיך, אַז עמעצער האָט שוין וועגן דעם פֿריִער געוואָרנט. ערשטער טייל, בודאַפּעשט ווען איך דערצייל מײַנע פֿרײַנד, אַז איך בין צום ערשטן מאָל געפֿאָרן קיין אוקראַיִנע, דער עיקר, טשערנעוויץ און צפֿון־בוקעווינע, די היים פֿון מײַן מאַמען און זיידעס און באָבעס, פֿרעגן זיי מיך: נו, וואָס האָט דיר גענומען אַזוי לאַנג? דעם אמת געזאָגט, בין איך שוין פֿריִער יאָ צוריקגעפֿאָרן צום שטעטל פֿון מײַן טאַטן, סערעט, אין דרום־בוקעווינע, הײַנט רומעניע, אין 1984. (אַ באַגעגעניש מיטן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג) דער נאָמען פֿונעם עסטרײַכישן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג איז גוט באַקאַנט די מוזיק־ליבהאָבער אין מאָלדאָווע. הגם ער איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס, איז ער, נאָך אַ קינד, אַריבערגעפֿאָרן מיט זײַנע עלטערן קיין קעשענעוו, וווּ עס האָט זיך אָנגעהויבן זײַן גרויסער וועג אין קונסט. די ערשטע מוזיק־לערערין זײַנע איז געווען די מאַמע, אַדע מײַזענבערג. אַליין אַ טאַלאַנטירטע פֿרוי, האָט זי זיך געלערנט מוזיק, אָבער צוליב משפּחה־סיבות, פֿאַרענדיקט דעם אָדעסער טעלעגראַפֿן־אינסטיטוט און געאַרבעט, ווי אַן אינזשענירין, אין קעשענעוו. דער דור אַמעריקאַנער, געבוירן בערך אין די יאָרן 1965־1980, ווערט אָנגערופֿן "דער דור X" — נאָכן לאַטײַנישן אות "X", וואָס באַצייכנט אין מאַטעמאַטיק אַן אומבאַשטימטע ווערט. דער דאָזיקער נאָמען האָט זיך פֿאַרשפּרייט צוליב דעם בוך פֿונעם קאַנאַדער שרײַבער דוגלאַס קאָפּלאַנד, וווּ ער האָט באַשריבן דאָס לעבן פֿון יונגע-לײַט, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין די 1980ער יאָרן, און האָבן אַנטוויקלט אַן אַנטיפּאַטיע סײַ צו די ווערטן פֿונעם פֿריִערדיקן דור, סײַ צו דער הײַנטיקער קאָמערציאַליזירטער וועלט פֿון קאָנקורענץ און קאַריערע-יאָגענישן. אַ גרויסע ראָלע אינעם אויפֿקום פֿונעם "דור X" האָט געשפּילט דער סוף פֿון דער "קאַלטער מלחמה", ווי אויך די אַנטוויקלונג פֿון קאָמפּיוטערײַ און דער אינטערנעץ במשך פֿון די 1980ער יאָרן. פֿאַר וואָס פֿאַרמאַכט זיך אַן עפֿנטלעכע מיטלשול? געוויינטלעך, איז עס ווײַל ס׳זענען נישטאָ גענוג תּלמידים, אָדער גענוג פֿאָנדן, און גאַנץ אָפֿט — אַ געמיש פֿון ביידע. אינעם פֿאַל פֿון דער מיטלשול, וווּ איך, מײַן שוועסטער, גיטל, און אַפֿילו מײַן מאַמע, האָבן זיך געלערנט, "איווענדער טשײַלדס", אין בראָנקס, ניו־יאָרק, שליסט זיך די אינסטיטוציע, ווײַל ס׳איז געוואָרן ממש צו געפֿערלעך זיך צו לערנען דאָרט. "אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע געזעצן", זאָגט דער ערשטער פּסוק אין דער הײַנטיקער פּרשה, "וועל איך אײַך געבן רעגן באַצײַטנס". די תּורה זאָגט צו פֿאַרשיידענע מינים שׂכר פֿאַר מקיים זײַן די מיצוות, ווי אויך פֿאַרשיידענע מינים שטראָף פֿאַר עבֿירות. די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "אם בחקתי (בחוקותי) תּלכו" — בוכשטעבלעך, "אויב איר וועט לויט מײַנע געזעצן גיין". אין אַ ריי ערטער אינעם תּנ״ך שטייט, אַז די מלאָכים "שטייען" פֿאַרן אייבערשטן. אין פֿאַרלויף פֿון זײַן באַזוך אין ישׂראל און אין די פּאַלעסטינער שטחים אין יאַנואַר דאָס יאָר, האָט פּרעזידענט בוש אויסגעדריקט זײַן וווּנטש, אַז די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען זאָלן ברענגען צו אַ שלום־אָפּמאַך צווישן ביידע צדדים, מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, ביז סוף יאָר 2008. אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין ירושלים, האָט פּרעזידענט בוש אוטערגעשטראָכן, אַז ער האָט קלאָר געמאַכט אהוד אָלמערטן און אַבו מאַזענען, אַז זיי מוזן מאַכן פּראָגרעס אויף 4 פּאַראַלעלע דרכים. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, געדונגען אַ דירה אין אַ ווילע, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן ברעג פֿונעם אַדריאַטישן ים אין צפֿון-קראָאַטיע. די באַלעבאָסטע פֿון דער ווילע האָט אונדז געזאָגט, אַז ניט ווײַט פֿון דעם אָרט געפֿינט זיך דער צענטער פֿונעם דאָרף, מיט קראָמען וכד׳. אין דער פֿרי, ווען מיר זײַנען געקומען צו פֿאָרן אין דעם דאָזיקן דאָרף-צענטער, האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן זײַן מערבֿ-אייראָפּעיִשקייט — עפּעס אַזוינס האָבן מיר שוין געזען אין כּלערליי אַנדערע לענדער: אין קאַפֿעען זיצן מענטשן, לייענען צײַטונגען, שמועסן, עסן. אין אַ פּאָר ווענט געפֿינען זיך מזומן-אויטאָמאַטן. דאָס בוך "אָריענטאַליזם" פֿון עדוואַרד סאַיִד, דעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער פֿון פּאַלעסטינישן אָפּשטאַם, וואָס איז אַרויס אין 1978, פֿאַרמאָגט ביז הײַנט אַ שטאַרקע השפּעה אויף די לינק־געשטימטע אינטעלעקטואַלן אין אייראָפּע און אַמעריקע. סאַיִדס טעזיס איז גאַנץ פּשוט׃ די גאַנצע אייראָפּעיִשע קולטור איז דורכגעדרונגען מיטן ביטול־געפֿיל לגבי דעם "אָריענט", וואָס מען מאָלט ווי אַן אָרט פֿון פּרימיטיווע מענטשן מיט ווילדע מנהגים. סאַיִד באַשולדיקט די קלאַסישע אייראָפּעיִשע ליטעראַטור אין פֿאַרשפּרייטן און באַרעכטיקן די דאָזיקע זאַבאָבאָנעס און אויף אַזאַ אופֿן אונטערשטיצן די קאָלאָניאַלע פּאָליטיק. דאָס וואָרט "גלאָבאַליזאַציע" האָט פֿאַר מיר אַ פּערזענלעכן אינהאַלט. איך האָב צוויי בירגערשאַפֿטן — אַ בריטישע און אַ רוסישע. אמת, דער רוסישער פּאַס איז בײַ מיר שוין היפּש פֿאַרעלטערט געוואָרן, אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. אַרבעטן אַרבעט איך אין ניו-יאָרק, אָבער אונדזער משפּחה-נעסט איז אין אָקספֿאָרד. אין משך פֿון די קומענדיקע פֿיר חדשים וועל איך פֿאַרברענגען צו צוויי וואָכן אין איטאַליע און דײַטשלאַנד, און צו עטלעכע טעג אין שפּאַניע און רומעניע. איך פֿאָדער אַ סך מאָל פֿון מײַנע סטודענטן פֿאַרשיידענע אַרבעטן אויסער די ראַמען פֿון קלאַס. איינע פֿון זיי איז געווען דאָס אַוועקזעצן זיך מיט דער באָבען אָדער זיידן, מיט דער מומען אָדער אַ שכן, און צומאָל — אַ שכנטע — און אויסגעפֿינען אַ ביסל מער וועגן זיי: ווער און וואָס זיי זײַנען, פֿון וואַנען זיי שטאַמען און וואָס זיי האָבן אַדורכגעמאַכט אין לעבן. פֿאַרשטייט זיך, אַז די נאָענטע משפּחות האָבן זיך שטאַרק דערפֿרייט מיט דער אויפֿגאַבע; דאָס אייניקל וויל וויסן, וויל אויסהערן, וויל דערגיין. צו נײַנצן יאָר, אויף די הייכן פֿון זײַן מוזיקאַלישער קאַריערע, איז יאָזעף יאָאַכים באַשערט געווען, אַז ער זאָל ווערן אַ קעמפֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם. און אַזוי וועט ער שוין בלײַבן אַ קעמפֿער — עד יום מותו. ווי באַקאַנט, איז אין יאָר 1850 דערשינען, אונטערן פּסעוודאָנים "פֿרײַגעדאַנק", דער וואַגנער־פּאַמפֿלעט "ייִדן אין דער מוזיק". איז דאָ האָט דער ייִדישער בחור באַוויזן, אַז מחוץ מוזיק קאָן ער אויך זײַן אַ קעמפֿער קעגן שׂינאת־ישׂראל. מיט אַ זעלטענער פֿאַרביסנקייט איז יאָאַכים אַרויס קעגן דעם גאַליקן אַנטיסעמיט — ריכאַרד וואַגנער. |