מוזיק
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יאָזעף יאָאַכים
יאָזעף יאָאַכים

צו נײַנצן יאָר, אויף די הייכן פֿון זײַן מוזיקאַלישער קאַריערע, איז יאָזעף יאָאַכים באַשערט געווען, אַז ער זאָל ווערן אַ קעמ­פֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם. און אַזוי וועט ער שוין בלײַבן אַ קעמפֿער — עד יום מותו.

ווי באַקאַנט, איז אין יאָר 1850 דערשינען, אונטערן פּסעוו­דאָנים "פֿרײַגעדאַנק", דער וואַגנער־פּאַמפֿלעט "ייִדן אין דער מוזיק". איז דאָ האָט דער ייִדישער בחור באַוויזן, אַז מחוץ מוזיק קאָן ער אויך זײַן אַ קעמ­פֿער קעגן שׂינאת־ישׂראל. מיט אַ זעלטענער פֿאַרביסנקייט איז יאָאַכים אַרויס קעגן דעם גאַ­ליקן אַנטיסעמיט — ריכאַרד וואַגנער.

ס'איז כּדאַי צו באַמערקן — ביז צום דער­שײַנען פֿון דעם־אָ ניבֿזהדיקן פּאַמפֿלעט האָט יאָאַכים, דער ייִדישער בחור, אַרויפֿגעקוקט מיט דרך־ארץ צו וואַגנערן. באַגײַסטערט איז ער געווען פֿון וואַגנערס אָנטייל אין דער רעוואָלוציע פֿון 1848.

מען דאַרף זאָגן — עפּעס איז דער יונגינקער יאָזעף יאָאַכים באַגײַסטערט פֿון דער רעוואָלוציע. מעגלעך, אַז, גע­נוי ווי אַנ­דערע ייִדן, האָט ער דערוואַרט די ישועה פֿון ביר­גער־רעכט פֿאַר אַחינו־בני־ישׂראל אין די דײַטש־ריידנדיקע לענדער. יאָזעף יאָאַכים איז אַ ליבעראַל־געשטימטער בחור — ער שטיצט אויך דעם אונגאַרער קאָשוט אין זײַן קאַמף פֿאַר דער פֿרײַהייט פֿון אונגאַרן.

יאָאַכים, דער ייִדישער בחור, האָט טאַ­קע דרך־ארץ געהאַט פֿאַר וואַגנערן, אָבער גלײַך ווי ער האָט אײַנגעזען, אַז דער "רע­וואָלוציאָנער" — וואַגנער איז נישט מער, ווי אַ געמיינער אַנטיסעמיט, האָט זיך זײַן רעס­פּעקט פֿאַרלאָשן.

יאָאַכים ווערט אַן אַנטיוואַגנעריאַנער: זײַן איידעלער מוזיק־געשמאַק פֿאַרטראָגט נישט די אידעאָלאָגיע פֿון וואַגנערס אַ"ג "נײַער" מוזיק. עפּעס פֿילט ער, יאָאַכים, אַז אין די וואַגנער־אָפּערעס מיט אַ פֿאַבולע פֿון דער גערמאַנער מיטאָלאָגיע, באַפּוצט מיט קאָמענטאַרן פֿון קאָמפּאָזיטאָר, הערט מען ווײַט נישט קיין ליבעראַלע אַקצענטן, נײַערט הערט מען דאָרט שאָוויניסטישע גרילצן פֿון נאַציאָנאַליסטישן אַרסענאַל... יאָאַכים, גענוי ווי פֿיל קריטיקער, איז בײַ דער דעה, אַז וואַגנער, דער שׂונא־ישׂראל, חלומט וועגן אַ דײַטשלאַנד וואָס איז ווײַט פֿון טאָלעראַנץ און אַהבֿת־המענטש. צו גלײַך מיט פֿיל אַנדערע צו יענער צײַט האָט יאָאַכים אײַנגעזען, אַז די יאָדערן פֿון דער וואַגנער "נײַער" מוזיק איז אַ מין "פֿי­לאָסאָפֿיע", וואָס איז אַ מהלך ווײַט פֿון זײַנע איידעלע הומאַניסטישע אידעאַלן.

יאָאַכים האָט די "נײַע" וואַגנער־מוזיק גע­נומען באַקעמפֿן, און וואַגנער — מצדו — האָט דעם ייִדישן בחור פֿײַנט באַקומען; הגם פֿאַרן פּאַמפֿלעט־סקאַנדאַל האָט ער פֿון יונגינקן ייִדישן ווירטואָז געהאַלטן — אַ וועלט!

אינטערעסאַנט — וואָס מער ער האָט זיך דערווײַטערט פֿון וואַגנערס מוזיק, אַלץ מער האָבן אים צוגעצויגן די שאַלנדע אַקאָרדן פֿון בעט­האָווען, פֿון וועלכע ס'העלט אַרויס אַ וואַרעמע טרייסט: די ליכטיקע האָפֿענונג, אַז קומען וועט אַמאָל דער טאָג און "אַלע מענטשן וועלן ווערן ברי­דער!" ובֿכן, איז ער נישט מיד געוואָרן, יאָזעף יאָאַכים, די דאָזיקע ליכטיקע מוזיק צו פֿאַר­שפּרייטן. מיט דער צײַט וועט ער אויפֿשטעלן אַ שטרײַך־אַנ­סאַמבל, און פֿאַרשפּרייטן, מיט גרויס דערפֿאָלג, די בעט­האָווען־קוואַרטעטן. יאָאַכימען וועט מען רופֿן: "דער נבֿיא פֿון בעטהאָווענס לעצטע קוואַר­טעטן".

אין 1853, צו דער צײַט, ווען דער "פֿרײַ­געדאַנק" (וואַגנער) האַלט אין איין טענהן, אַז די קונסט פֿון "ייִדן אין דער מוזיק" איז קיין שמעק טאַביק נישט ווערט, קומט דער יונגער בראַמס (1833—1897), דער קעגנער פֿון אַנטיסעמיטיזם, און פֿאַרנייגט זיך פֿאַר דעם גרויסן ייִדישן ווירטואָז! בליץ שנעל ווערן די צוויי יונגע מענטשן פֿרײַנד — ממש ברידער און דאָס — אויפֿן גאַנצן לעבן אַרויס. פֿאַרבינדן טוט זיי ביידע די נעגאַ­טי­ווע שטעלונג צום וואַגנעריזם און די נאָענטקייט צו דער מוזיק פֿון גרויסן בעטהאָווען.

בראַמס נעמט אַרויפֿקוקן צו יאָאַכימען: אַ לעבן לאַנג וועט ער האַלטן אָפֿענע אויערן פֿאַר די דעות זײַנע אין דער מו­זיק... יאָאַכימס אײַנפֿלוס בײַם פֿורעמען דעם פֿידל־קאָנצערט פֿון בראַמס, איז, לויט פֿאָרשער, געווען קאָלאָסאַל. גענומען פֿרעגן — ס'טײַטש, היתּכן?! ווי טוט מען אַזאַ זאַך?! אויך די פּרעסע האָט גענומען אַ וואָרט — נישקשה, יאָאַכים וויל זיך אויספֿײַנען פֿאַר די גויים; שמד איז אַ גוט מיטל צו מאַכן קאַריערע...

יאָאַכים האָט די אַלע רעדעכצער אָפּ­געוואָרפֿן מיט עקל — ער דאַרף זיך שמדן צו מאַכן קאַריערע? זײַן קאַריערע איז דאָך אין סאַמע זעניט שוין! ווי נאָר אַ ווינקל אין דער קולטור־וועלט איז דאָך זײַן נאָמען באַקאַנט. זשעדנע לויפֿן מענטשן אויף די קאָנצערטן אים צו הערן שפּילן!

זײַן אמונה־טויש איז בײַ אים אַן אינ­טימע באַדערפֿעניש. אין תּוך — וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט ער אייגנטלעך מיטן ייִדישן דת, אַז אַ שומר־מיצוות איז ער קיין מאָל נישט געווען, זײַן פֿוס האָט אין לעבן נישט איבערגעטראָטן די שוועל פֿון אַ שיל. ער שעמט זיך נישט מודה צו זײַן, אַז ער האָט נישט ליב דאָס ייִדישע פֿירעכץ...

ער וואָלט נאָר סתּם נישט געוואָלט די טאַטע־מאַמע זײַנע זאָלן וויסן, אַז ער האָט זיך געשמדט... זיי וועט די מעשׂה פֿאַרדריסן. בײַם דעם אַלעם, האָט ער פֿאַרזיכערט, יאָזעף יאָאַכים, אַז זײַן סאָלידאַריטעט מיט ייִדן בלײַבט ווי געווען, ווײַל ער איז אַ שׂונא דעם אַנטיסעמיטיזם. און דאָס דאָזיקע האָט ער באַוויזן נישט איין מאָל.

אײַ, וועט איר פֿרעגן, ווי אַזוי קומט ער דאָס צו דער נײַער אמונה? איז די מעשׂה דערפֿון אַזוי.

אין זײַנע סופֿיקע קינדער־יאָרן אין לייפּ­ציק האָט אים פֿעליקס מענדעלסאָן (1809—1847) גענומען אין די הענט אַרײַן, און זײַנע רייד האָבן געהאַט אַ פּעולה. מענדעלסאָן האָט אים אַרײַנגעפֿירט אין דער וועלט פֿון גרויסן יאָהאַן־סעבאַסטיאַן באַך, ער האָט אים אויסגעטײַטשט די דעהויבענע שירה וואָס פֿליסט אין דער פֿרומער רעליגיעזער באַך־מוזיק. מענדעלסאָן האָט אים געלערנט די ביבל, וועלכע לוטער האָט איבערגעזעצט אויף דײַטש — ער האָט אים דערנעענטערט צום גלויבן פֿון רעוואָלטירטן קריסט — מאַרטין לוטער.

די רייד פֿון פֿעליקס מענדעלסאָן זענען דעם יונגן יאָאַכים אַרײַן אין קאָפּ און אין האַרץ. מיט דער צײַט, איז ער געוואָרן אַ פּראָטעסטאַנט, גענוי ווי דער רבי זײַנער — פֿעליקס מענדעלסאָן איז געווען.

און דאָך איז אין זײַן האַרץ פֿאַרבליבן אַן אומשטערבלעכער ייִדישער פֿונק, וואָס האָט זיך צעפֿלאַקערט מיט צאָרן, בעת אַ ייִד האָט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם.

אַ רושם האָט געמאַכט זײַן באַרימטע שטאָלצע האַנדלונג, אין האַנאָווער (דײַטש­לאַנד), אין יאָר 1865. וואָס איז דאָרט אַזוינס פֿאָרגעקומען?

אין עלטער פֿון 22 יאָר האָט דער קעניג פֿון האַנאָווער גערופֿן יאָזעף יאָאַכים, ער זאָל אָנפֿירן מיט דער קעניגלעכער קאַפּעלע. יאָאַכים איז מסכּים געווען און ער האָט האַנאָווער פֿאַרוואַנדלט אין אַ וויכטיקן מוזי­קאַלישן צענטער אין אייראָפּע. די קאַפּעלע, אין וועלכער ס'האָט אויך געשפּילט אַ ייִדישער מוזיקער, האָט באַקומען אַ שם. אַ געוויסן טאָג האָט דער אַדמיניסטראַטאָר פֿון דער קאַפּעלע, אַ פֿינצטערער שׂונא־ישׂראל, געהויבן די לוינען אַלע קאַפּעלע־מוזיקער: ער האָט נאָר "פֿאַרגעסן" בלויז די לוין־הע­כערונג... פֿאַרן ייִדישן מוזיקער פֿון דער קאַפּעלע.

די גראָבע האַנדלונג פֿון דעם אַנטי­סעמיט האָט יאָאַכים נישט פֿאַרשוויגן; און צעפֿלאַקערט האָט זיך אין אים דער ייִדישער פֿונק וואָס האָט אַלץ כּסדר נאָך געטליִעט אין זײַן האַרץ.

הגם געבונדן מיט האַנאָווער האָט אים אַ סך, האָט יאָאַכים געוואָרפֿן דעם מלך דעם גט צו די פֿיס — ער האָט דעמיסיאָנירט און איז פֿון האַנאָווער אַוועק!

און נישט געהאָלפֿן האָט דעם קעניגס אַרײַנמישונג (דעם ייִדישן מוזיקער האָט מען אויסגעצאָלט די לוין־הוספֿה), יאָזעף יאָאַכים איז קיין האַנאָווער נישט צוריקגעקומען!

די שטאָלצע האַנדלונג פֿון יאָזעף יאָאַכים האָט בשעתּו געמאַכט אַ רושם.

ווען דער פּרײַסישער מלך האָט געהערט, אַז יאָאַכים איז אַוועק פֿון האַנאָווער, האָט ער אים גלײַך גערופֿן קיין בערלין כּדי ער זאָל אָנפֿירן מיט דער נײַ־געשאַפֿענער הויכשול פֿון מוזיק. בײַ פּעדאַגאָגיק האָט יאָאַכים שוין פֿאַקטיש אין האַנאָווער געהאַט גרויס הצלחה. מיט זײַן מעטאָד האָט ער אויסגעשולט אַזעלכע פֿידל־מײַסטער, ווי למשל, לעאָפּאָלד אַוער (1845—1930) — אַ גרויסער ייִדישער ווירטואָז און פּעדאַגאָג. און ער האָט מיט דער יאָאַכים־שיטה אויס­גע­שולט פֿידלריזן אַזעלכע, ווי אפֿרים צימ­באַליסט, מישאַ עלמאַן, יאַשאַ חפֿץ א"אַ.

וועגן גרויסן פּעדאַגאָגישן שם פֿון יאָאַכים זאָגט עדות דער ייִדישער דיריגענט ברונאָ וואַלטער, אַ שילער אין דער מוזיק־הויכשול פֿון בערלין — ער דערציילט, אַז פֿון דער גאַנצער וועלט זענען געקומען סטודענטן צו יאָאַכימען קיין בערלין לערנען די וועגן פֿון מוזיק־אינטערפּרעטאַציע.

ווי דער שטייגער איז, צו יענער צײַט, האָט יאָאַכים געשאַפֿן אויך אייגענע מוזיק — אָט למשל, די "9טע העברעיִשע מעלאָדיע פֿאַר אַלטאָ און קלאַוויר", מוזיק צו אייניקע לידער פֿון הײַנע און געהטע — און אַנדערע שאַפֿונגען — אַלץ פֿון אַ באַגרענעצטער ווערט.

יאָאַכים איז פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס נישט געווען צופֿרידן; ער האָט שנעל פֿאַר­שטאַנען, אַז ער פֿאַרמאָגט נישט די מאָס פֿון אַ קאָמפּאָזיטאָר. באַשאָנקען מיט דער זכיה פֿון אַ געבענטשטן מוזיק־אויסטײַשער, איז זײַן גורל מכבד צו זײַן דעם אוהבֿ־נגינה מיטן זיסן תּענוג פֿון די גרויסע מוזיק־שאַ­פֿונ­גען. דאָ איז שוין יאָזעף יאָאַכים אַ גאון!

וועגן דער וווּנדערלעכער פֿידל־שפּיל פֿון יאָזעף יאָאַכים שרײַבט די דײַטש־מו­זיקאַלישע ענציקלאָפּעדיע א"נ "די מוזיק" די פֿאָלגנדיקע ווערטער:

"די וויאָלין־אינטערפּרעטאַציע פֿון יאָזעף יאָאַכים האָט פֿאַרמאָגט אַן אומגעוויינלעכע עשירות פֿון קלאַנג און אַן אומגלייבלעכע פּערפֿעקציע פֿון טעכניק. זײַן פֿידל־קלאַנג איז, אין פֿאַרגלײַך מיט די עלטערע פֿאַר אים ווירטואָזן (פּאַגאַניני בתוכם), געווען ווײַט־ווײַט פֿיל קרעפֿטיקער און פֿאַרביקער".

פֿאַראַן אַן איינציקער — אמת אַ גאַנץ בלאַסער — עדות פֿון דעם אויבן געזאָגטן: דאָס איז די ערשטע גראַמאָפֿאָן־פּלאַטע, וועלכע יאָזעף יאָאַכים האָט אָנגעשפּילט אין 1903 אין בערלין.

דער ערשטער פֿידל־ווירטואָז אָנצו­שפּילן אַ גראַמאָפֿאָן־פּלאַטע איז דער גרויס­מײַסטער יאָזעף יאָאַכים.