‫פֿון רעדאַקציע

ווער רעדט הײַנט נישט וועגן דעם עקאָנאָמישן און פֿינאַנץ־קריזיס, דעם קראַך פֿון בענק; וועגן דעם פֿאַלן פֿון דאָלאַר און די שטײַגנדיקע פּרײַזן אויף נאַפֿט?... און אַז אַלע רעדן, זעט עס אויס, אַז אַלע זײַנען אין די פֿראַגעס גרויסע מומחים.

ס‘איז דאָ בײַ אונדז אַ ווערטל, אַז דעם נבֿיא דערקענט מען נאָך נעילה, וואָס מיינט, אַז ווען פֿאַר אַלעמען איז שוין קלאָר וואָס ס‘האָט פּאַסירט, כאַפּט מען זיך, אַז עמעצער האָט שוין וועגן דעם פֿריִער געוואָרנט.

הײַנט קומט אויס אָפֿט צו הערן וועגן די צײַטן פֿון דער "גרויסער דעפּרעסיע" אין אַמעריקע, ווען דער מאַרק פֿון אַקציעס איז געפֿאַלן אויף 80 פּראָצענט און די אַר­בעט­לאָזיקייט האָט דערגרייכט ביז 25 פּראָצענט. הײַנט, ווי עס שרײַבט די "וואַ­שינג­טאָן פּאָסט" (The Washington Post), טענהן 80 פּראָצענט אַמעריקאַנער, אַז "מיר גייען נישט אויפֿן ריכטיקן וועג", אָבער זיך אומקוקן אויף דער געשיכטע פֿון אַנדערע לענדער וויל מען נישט, ווײַל "די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אַן אוניקאַלע מלוכה — גאָט אַליין האָט זי אויסגעוויילט."

דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט אויך דער אייבערשטער אויסגעוויילט, אָבער ביז הײַנט קאָנען מיר נישט פֿאַרשטיין, צוליב וואָס האָט ער עס געטאָן? די אַמעריקאַנער (בתוכם די אַמעריקאַנער ייִדן), ווייסן דווקא יאָ, וואָס איז געווען גאָטס כּוונה בײַם אויסוויילן אַמעריקע פֿאַר זײַן נחלה.

מיר האָבן זיך אָבער נישט געפֿוילט און זיך אומגעקוקט אין דער געשיכטע פֿון אַזעלכע אַמאָל ריזיקע אימפּעריעס ווי די רוימישע, האָלענדישע, שפּאַנישע אָדער בריטישע... אַלע האָבן זיי אַרויסגעוויזן כּמעט די זעלבע "שוואַכע סימנים" אין די צײַטן פֿון זייער בלי און ירידה. דהײַנו: רעליגיעזע אומטאָלעראַנטקייט אָדער מיסיאָנערישקייט, דאָס צעשפּרייטן זייערע מיליטערישע כּוחות אָדער אימפּערישע סטרוקטורן, עקאָנאָמישע צעוואָרפֿנקייט און פֿינאַנציעלע קאָנצענטראַציע אויפֿן חשבון פֿון דער אינדוסטריעלער אַנטוויקלונג און ריזיקע חובֿות.

וואָס זעען מיר הײַנט אין אונדזער גאָלדענער אימפּעריאַלער אַמעריטשקע? די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט אין די לעצטע עטלעכע יאָר פֿאַרן נײַעם מילעניום צעבלאָזן דעם טעכנאָמאַנישן קאָמפּיוטער־בלאָטער ביז אַ ריזיקן פֿאַרנעם. ער האָט אײַנגעשלונגען הונדערטער מיליאַרדן דאָלאַרן פֿונעם מלוכה־בודזשעט, און גלײַך נאָכן יאָר 2000 געפּלאַצט מיט אַ טראַסק, וואָס עס האָבן דערפֿילט הונדערטער טויזנטער פֿריש־אָפּגעבאַקענע פּראָגראַמיסטן, וועלכע זײַנען געבליבן אָן אַרבעט.

נאָכן טעראָריסטישן אַטאַק פֿון 11טן סעפּטעמבער 2001 האָט זיך אָנגעהויבן דער שטורמישער קאַמף קעגן טעראָריזם — דאָס אַרײַנדרינגען אין אַפֿגאַניסטאַן און איראַק — און אין דער זעלבער צײַט, די הייליקע שליחות אַרײַנצוברענגען אַהין דעם מערבֿדיקן נוסח פֿון דעמאָקראַטיע. די ביידע זאַכן האָבן ווידער אויפֿגעפֿרעסן און פֿרעסן ווײַטער אויף הונדערטער מיליאַרדן דאָלאַר. אין די לעצטע צען יאָר האָט די אַמעריקאַנער אינדוסטריעלע עליטע איבערגעפֿירט אין די "דריטע" לענדער כּמעט אַלע געשעפֿטן, און זיך געשטעלט אין אַ מצבֿ, ווען פֿון אַ שפּילקע ביז אַן עראָפּלאַן ווערט אַלץ פּראָדוצירט אין כינע אָדער ערגעץ אין אַ אינדישער כּתריאלעווקע...

וואָס שייך פֿינאַנצן, איז אויף דעם פֿעלד אויך דאָ וואָס צו לערנען בײַ דער געשיכטע. די שיטה פֿון פֿאַרבײַטן די אונטערגייענדיקע אינדוסטריע און האַנדל אויף מאַטעריעלן כּל־טובֿ און צעטיילן קרעדיטן אויף רעכטס און אויף לינקס, האָט געבראַכט די מלוכות צו ריזיקע חובֿות, און די בענק — צו באַנקראָטירונג.

אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין די 1970ער יאָרן, איז דער אינדוסטריעלער חלק פֿון דער אינערלעכער פּראָדוקציע־הכנסה געווען 25 פּראָצענט, און דער פֿינאַנציעלער — 12 פּראָצענט; צום יאָר 2006 זײַנען די פֿינאַנצן געשטיגן ביז 21 פּראָצענט, און די אינדוסטריע איז געפֿאַלן ביז 12 פּראָצענט. הײַנט האָט אַמעריקע דעם גרעסטן חובֿ אין דער וועלט...

וואָס זשע וועט געשען, אויב אַזעלכע לענדער ווי כינע אָדער רוסלאַנד, וואָס די גרעסטע סומעס דאָלאַרן געפֿינען זיך אין זייערע הענט, וועלן פּלוצעם איבערפֿירן זיי אין אַן אַנדער וואַלוטע? אין דער אמתן, קאָן טאַקע געשען אַ גלאָבאַלע פֿינאַנץ־קאַטאַסטראָפֿע, נאָך ערגער ווי אין די 1930ער יאָרן. איין קלייניקייט: קיינער אײַלט זיך עס דערווײַל נישט צו טאָן — נישט כינע, נישט רוסלאַנד, נישט אינדיע, נישט אַנדערע לענדער. זעט אויס, אַז דער דאָלאַר געהערט צו די זאַכן, וואָס הײַנט פֿאַלן זיי, און מאָרגן שטײַגן זיי ווידער אַרויף. מע דאַרף אָבער נישט וואַרטן אויף דער צײַט, ווען ס‘וועט שוין זײַן "נאַָך נעילה"...