פּובליציסטיק, ליטעראַטור
Laurel Plapp, Zionism and Revolution in European-Jewish Literature. New York: Routledge, 2008.
Laurel Plapp, Zionism and Revolution in European-Jewish Literature. New York: Routledge, 2008.

דאָס בוך "אָריענטאַליזם" פֿון עדוואַרד סאַיִד, דעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער ליטע­ראַטור־פֿאָרשער פֿון פּאַלעסטינישן אָפּשטאַם, וואָס איז אַרויס אין 1978, פֿאַרמאָגט ביז הײַנט אַ שטאַרקע השפּעה אויף די לינק־געשטימטע אינטעלעקטואַלן אין אייראָפּע און אַמעריקע. סאַיִדס טעזיס איז גאַנץ פּשוט׃ די גאַנצע אייראָפּעיִשע קולטור איז דורכגעדרונגען מיטן ביטול־געפֿיל לגבי דעם "אָריענט", וואָס מען מאָלט ווי אַן אָרט פֿון פּרימיטיווע מענטשן מיט ווילדע מנהגים. סאַיִד באַשולדיקט די קלאַסישע אייראָפּעיִשע ליטעראַטור אין פֿאַרשפּרייטן און באַרעכטיקן די דאָזיקע זאַבאָבאָנעס און אויף אַזאַ אופֿן אונטערשטיצן די קאָלאָניאַלע פּאָליטיק.

סאַיִדס קאָנצעפּציע האָט אַרויסגערופֿן אַ סך קריטיק אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, אָבער דאָס האָט ניט געשטערט איר פּאָפּולערקייט. דער באַגריף “אָריענטאַליזם" קאָן דינען פֿאַר ביז גאָר פֿאַרשידענע פּאָלעמישע צוועקן, בפֿרט כּדי צו קריטיקירן ציוניזם און ישׂראל. די "ציוניסטישע מלוכה" ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ פֿאָרפּאָסט פֿונעם מערבֿדיקן קאָלאָניאַליזם, וואָס זײַן ציל איז צו פֿאַרשקלאַפֿן די אָרטיקע אַראַבישע באַפֿעלקערונג, ווי עס האָבן אַ מאָל געטאָן די אייראָפּעיִשע אימפּעריעס אין אַפֿריקע און אַזיע. דער דאָזיקער פּאַראַלעל אַנטפּלעקט דעם מאָראַלישן שולד־קאָמפּלעקס פֿון די אייראָפּעער פֿאַר זייער קאָלאָניאַלן עבֿר, און ישׂראל פֿאַלט אַ קרבן פֿאַר פֿרעמדע חטאים. אַזוי אַרום ווערט אונטערגעריסן דער מאָראַלישער יסוד פֿון ציוניזם, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ "נאַציאָנאַל־באַפֿרײַערישע באַוועגונג" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

דער טעאָרעטישער וויכּוח אַרום דעם באַגריף פֿון אָריענטאַליזם האָט ווײַט־גייענ­דיקע פּועל־יוצאס, ווײַל ער באַווירקט דעם וועלטבאַנעם פֿון אַ סך מענטשן אין מערבֿ און אין מיזרח. די קריטיקער באַשולדיקן סאַיִדן אין פֿאַראיינפֿאַכלערײַ׃ ער האָט גע­נו­מען אין באַטראַכט בלויז די ענגלישע און פֿראַנצויזישע קולטורן, און האָט ניט באַרירט מיטל־ און מיזרח־אייראָפּע. מען טענהט, אַז ס׳איז פֿאַראַן מער ווי איין מין “אָריענטאַליזם", און אַז ציוניזם האָט בטבֿע אַ צווייטײַטשיקע באַציִונג צו דעם "אָריענט". פֿון איין זײַט, פֿאַרמאָגט די ציוניסטישע אידעאָלאָגיע אַ געוויסן קאָלאָניאַלן טעם, וואָס פֿילט זיך בולט אין טעאָדאָר הערצלס ראָמאַן "אַלטנײַלאַנד". אָבער די אַנדערע שיטה פֿון ציוניזם, פֿאָרגעשטעלט דורך אחד־העם און מאַרטין בובער, האָט געהאַלטן, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע אַ מיזרחדיק פֿאָלק און דאַרפֿן זיך אומקערן צו זייערע גײַסטיקע וואָרצלען.

אָט די אַלע קאָנצעפּציעס פֿון ייִדישן אָריענטאַליזם און זייערע ליטעראַרישע אָפּקלאַנגען ווערן באַהאַנדלט אינעם בוך פֿון לאָרעל פּלאַפּ. זי אַנאַליזירט דעם פֿענאָמען פֿונעם אינעווייניקן ייִדישן "אָריענטאַליזם" ווי אַ שמעלצונג פֿון פֿאַרשידענע, צומאָל סתּירותדיקע טענדענצן, וועלכע געפֿינען זייער קינסלערישע פֿאַרקערפּערונג אין ליטע­ראַרישע ווערק אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, דער עיקר, אויף דײַטש און פֿראַנצויזיש. די פֿאָרשערין האָט גענוצט מאַטעריאַלן פֿון פּערזענלעכע אַרכיוון פֿון צוויי באַקאַנטע דײַטשישע שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם׃ אַרנאָלד צווײַג און אַנאַ זעגערס. ביידע האָבן איבערגעלעבט די היטלער־יאָרן אין עמיגראַציע, און ביידע האָבן זיי זיך אומגע­קערט קיין מיזרח־דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה.

אַרנאָלד צווײַג האָט באַזוכט ארץ־ישׂראל עטלעכע מאָל, און האָט געלעבט דרײַצן יאָר אין חיפֿה. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט צווײַג געדינט אין דער דײַטשישער אַרמיי אין ליטע, און איז געוואָרן פֿאַרכּישופֿט פֿון דעם סאַמאָראָדנעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. זײַן באַציִונג צו ציוניזם איז מיט דער צײַט געוואָרן נעגאַטיוו, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין זײַן ראָמאַן "דע־ווריענדט קערט זיך אום אַהיים" (1932). דער העלד פֿונעם דאָזיקן ראָמאַן איז אַ האָלענדישער בעל־תּשובֿה, אַ פּאָליטישער פֿירער פֿון די אַנטי־ציוניסטישע חרדים אין ירושלים. דערצו נאָך האָט ער אַן עראָטישע פֿאַרבינדונג מיט אַן אַראַבישן ייִנגל. דער סוף איז אַ שלעכטער׃ דע־ווריענדט ווערט דערטרונקען אינעם ים־המלח דורך אַ יונגן ציוניסט פֿון מיזרח־אייראָפּע.

דער ראָמאַן באַזירט זיך אויף רעאַלע פֿאַקטן פֿון לעבן און טויט פֿון דר׳ יעקבֿ דע־האַן, אָבער די ליטעראַרישע באַהאַנדלונג פֿון אָט דעם סיפּור־המעשׂה שפּיגלט אָפּ די קאָמפּליצירטע באַציִונג פֿון אַרנאָלד צווײַג צו דער "ייִדישער פֿראַגע". לאָרעל פּלאַפּ טײַטשט אויס די ליבע פֿונעם דערוואַק­סענעם פֿרומען ייִד צו דעם אַראַבישן ייִנגל ווי אַ סימבאָלישע פֿאָרשטעלונג פֿון די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן די אייראָ­פּעיִשע ייִדן און זייער אָריענטאַליש "היימלאַנד". די מיזרח־אייראָפּעיִשע ציו­ניסטן, וועלכע האָבן איבערגעריסן מיט זייער רעליגיעזער ירושה, שפּילן דערבײַ די ראָלע פֿון קאָלאָניזאַטאָרן, וועלכע ווילן דעראָבערן דאָס אַלטע לאַנד און אירע אַראַבישע תּושבֿים. מאַרטין בובער האָט געחלומט, אַז ייִדן אין ארץ־ישׂראל וועלן זײַן די פֿאַרמיטלער צווישן מיזרח און מערבֿ. נאָך זײַן ערשטן באַזוך אין לאַנד אין 1923 איז צווײַג אַנטוישט געוואָרן אין דעם ציוניסטישן פּראָיעקט און האָט אויסגעדריקט זײַנע ספֿיקות אין זײַן ראָמאַן.

אַנדערש איז די געשיכטע פֿון אַנאַ זעגערס, דער סאַמע באַרימטער קאָמו­ניס­טישער שרײַבערין אין דײַטשלאַנד. זי האָט פֿאַרבראַכט די מלחמה־יאָרן אין מעקסיקע, וווּ זי האָט זיך פֿאַרינטערעסירט מיט דער געשיכטע פֿון דער באַפֿרײַונג־באַוועגונג פֿון שוואַרצע שקלאַפֿן אויף קאַריבישע אינדזלען. צווישן די העלדן פֿון אירע "קאַ­ריבישע געשיכטעס" זײַנען דאָ עטלעכע ייִדישע פֿיגורן, וועלכע געפֿינען זיך, סײַ קולטורעל, און סײַ אידעאָלאָגיש, "צווישן צוויי וועלטן", צווישן די אייראָפּעיִשע קאָלאָניזאַטאָרן און די שוואַרצע שקלאַפֿן. הגם זעגערס האָט קיין מאָל ניט געהאַט קיין סימפּאַטיע צום ציוניזם, האָט זי צוגעפּאַסט די אָריענטאַלישע פּראָבלעמאַטיק צו גאָר אַן אַנדערער סיטואַציע, אָבער דאָס אָרט פֿון די ייִדן איז פֿאַרבליבן דאָס זעלביקע.

גאָר אַן אַנדער קוק אויף דער דאָזי­קער פּראָבלעם געפֿינט לאָרעל פּלאַפּ אין די ראָמאַנען פֿונעם פֿראַנצויזיש־ייִדישן שרײַ­בער אַנדרע שוואַרץ־באַרט, וועל­כער האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן חורבן־ראָמאַן "דער לעצטער פֿון די למד־וואָווניקעס" (1959). שוואַרץ־באַרט האָט פֿאַרבראַכט זײַנע לעצטע יאָרן אויף דעם פֿראַנצויזישן אינדזל גואַדעלופּ אינעם קאַריבישן ים. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי סימאָן, וועלכע איז געווען פֿונעם אַפֿראָ־קאַריבישן אָפּשטאַם, האָט ער אָנגעשריבן עטלעכע ראָמאַנען וועגן די קאַריבישע פֿרויען. פּלאַפּ דערווײַזט, אַז דער אופֿן פֿון באַהאַנדלען די טראַוומאַטישע דערפֿאַרונג פֿון שקלאַפֿערײַ אין אָט די ווערק שפּיגלט אָפּ שוואַרץ־באַרטס דערפֿאַרונג פֿון מלחמה און חורבן, ווען ער האָט פֿאַרלוירן זײַן גאַנצע משפּחה.

פּלאַפּ טײַטשט אויס די ליטעראַרישע ווערק פֿון ייִדישע מחברים, וועלכע באַ­רירן די פּראָבלעמאַטישע אַספּעקטן פֿון באַ­פֿרײַונג־קאַמף און קאָלאָניזאַציע, ווי אַ מין קריטיק פֿון דער "הערצלישער" שיטה פֿון פּאָליטישן ציוניזם מיט אירע וואָרצלען אין דער אימפּעריאַליסטישער קולטור פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט. זי טענהט, אַז די ייִדישע ליטעראַטן האָבן געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן יענע אַספּעקטן פֿון דער ציו­ניסטישער אידעאָלאָגיע און פּאָליטיק, וועל­כע זײַנען געגאַנגען קעגן זייערע פּרינציפּן פֿון סאָציאַלן און מאָראַלישן יושר, בפֿרט לגבי דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג. אַזוי אַרום האָבן זיך אין דער ייִדישער קול­טור צונויפֿגעשטויסן צוויי מינים “אָריענ­טאַליזם", וועלכע לאָזן זיך ניט אויסטײַטשן דורך דער פּרימיטיווער סכעמע פֿון עדואַרד סאַיִד.