דאָראָטי לאָמבאַרדאָ, וועלכע האָט גראַדויִרט פֿון "איווענדער טשײַלדס" אין 1938, און דערנאָך געוואָרן אַ לערערין אין דער שול פֿאַר כּמעט 50 יאָר |
פֿאַר וואָס פֿאַרמאַכט זיך אַן עפֿנטלעכע מיטלשול? געוויינטלעך, איז עס ווײַל ס׳זענען נישטאָ גענוג תּלמידים, אָדער גענוג פֿאָנדן, און גאַנץ אָפֿט — אַ געמיש פֿון ביידע. אינעם פֿאַל פֿון דער מיטלשול, וווּ איך, מײַן שוועסטער, גיטל, און אַפֿילו מײַן מאַמע, האָבן זיך געלערנט, "איווענדער טשײַלדס", אין בראָנקס, ניו־יאָרק, שליסט זיך די אינסטיטוציע, ווײַל ס׳איז געוואָרן ממש צו געפֿערלעך זיך צו לערנען דאָרט.
במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר איז די רעפּוטאַציע פֿון "איווענדער" שטאַרק געפֿאַלן. די צײַטונגען האָבן שוין איבערגעגעבן וועגן די אַטאַקן, נישט בלויז צווישן תּלמידים, נאָר אויך קעגן לערער און אַפֿילו קעגן אַ דעקאַן. אַ גרופּע פּאָליציאַנטן קאָנטראָלירט כּסדר, צי קיינער טראָגט נישט אַרײַן קיין געווער, און אָפֿט מאָל רופֿט מען זיי צו קומען אָפּצושטעלן בלוטיקע אינצידענטן, סײַ במשך פֿונעם שול־טאָג, סײַ נאָך די קלאַסן.
נאָכן פּרוּוון פֿאַרשידענע מיטלען צו ראַטעווען די שול, האָט די ניו־יאָרקער שול־פֿאַרוואַלטונג, סוף־כּל־סוף, באַשלאָסן, אַז די שול איז אַזוי גרויס און אַנאָנים, און די פּראָבלעמען — אַזוי האַרב, אַז ס׳וואָלט שוין בעסער געווען צו שליסן זי אין גאַנצן. אויף איר אָרט האָט מען געבויט זעקס קלענערע מיטלשולן פֿון פֿאַרשידענע טעמעס (איינע באַטאָנט לופֿט־ און קאָסמאָס־שטודיעס; אַ צווייטע — קאָמפּיוטערײַ און טעכנאָלאָגיע; אַ דריטע — שרײַבן און מעדיאַ, אאַז״וו). די האָפֿענונג איז, אַז די מער אינטימע סבֿיבֿה פֿון די קלענערע שולן, וואָס יעדער פֿון זיי שטעלן פֿאָר אַ ספּעציפֿישן ציל, וועט בעסער קאָנען באַגײַסטערן די יונגע־לײַט זיך צו פֿאַרטיפֿן אינעם לערנען.
פֿונדעסטוועגן, האָט "איווענדער" פֿאָרט געהאַט אַ שיינע, לאַנגע געשיכטע, און טאַקע דערפֿאַר האָט די שול באַשלאָסן אָפּצומערקן אָט דעם "סוף פֿון אַ תּקופֿה" אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז פֿאָרגעקומען אַ געזעגענונג־באַנקעט פֿון די גראַדואַנטן און געוועזענע לערער פֿון "איווענדער", אינעם "ווילאַ באַראָן מאַנאָר", אַ באַקאַנטער זאַל אין מיזרח־בראָנקס. בערך 500 מענטשן זענען געקומען, און צווישן זיי — אַ צאָל גראַדואַנטן פֿון די יאָרן, ווען "איווענדער" איז נאָך געווען אַ באַליבטע לערן־אינסטיטוציע, סײַ בײַ די תּלמידים, סײַ בײַ די לערער. צווישן די געסט בײַם באַנקעט איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי, וועלכע האָט גראַדויִרט נאָך אין יאָר 1933.
בעתן ווידערטרעף האָט דאָראָטי לאָמבאַרדאָ, פֿונעם קלאַס פֿון 1938, אָפּגעהאַלטן אַ רעדע, וווּ זי האָט דערציילט, אַז נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול איז זי דאָרט פֿאַרבליבן ווי אַ לערער כּמעט 50 יאָר. במשך פֿון די יאָרן האָט זי געלערנט "אַלע לימודים אַחוץ געשיכטע", און אין די 1990ער האָט זי געגרינדעט אַ קלוב פֿאַר די פּעסניאָנירטע לערער פֿון "איווענדער", וואָס טרעפֿט זיך רעגלמעסיק אין יאָנקערס, נ״י.
דער ניו־יאָרקער דעמאָקראַטישער קאָנגרעסמאַן, עליאָט ענגעל, אַ גראַדואַנט פֿונעם קלאַס פֿון 1964, האָט אויך גערעדט בײַם באַנקעט. ער האָט מודה געווען, אַז ער האָט איין מאָל זיך אַרויסגעגנבֿעט פֿון דער שול, כּדי צו פֿאָרן צו אַ בייסבאָל־מאַטש מיט די "מעטס", אָבער מיסעס לאָמבאַרדאָ האָט אים געכאַפּט.
מײַן שוועסטער, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, קלאַס פֿון 1975, טרעפֿט זיך מיט אירע גוטע פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון "איווענדער" |
ווען איך אַליין בין דאָרט געווען אַ תּלמידה, אין די אָנהייב־1970ער, זענען ס׳רובֿ תּלמידים געקומען פֿון די מיטל־קלאַס־משפּחות אין צפֿון־בראָנקס, דער עיקר — פֿון דער געגנט, וואָס מע רופֿט פּעלהאַם־פּאַרקוויי. הגם די תּלמידים זענען, בדרך־כּלל, נישט געווען קיין עילוים, אַזוי ווי אין דער וויסנשאַפֿטלעכער מיטלשול "בראָנקס סײַענס", זענען זיי פֿאָרט געווען באַלעבאַטישע יונגע לײַט, וואָס האָבן זיך באַמיט צו קריגן גוטע צייכנס, זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די פֿאַרשידענע שול־אַקטיוויטעטן (דראַמע, מוזיק, זשורנאַליזם, ספּאָרט), פֿאַרדינט אַ ביסל טאַשן־געלט בײַ טייל־צײַטיקע שטעלעס, און דער עיקר — גוט פֿאַרבראַכט די צײַט מיט זייערע פֿרײַנד. דעם אמת געזאָגט, האָב איך טאַקע וואַרעמע זכרונות וועגן די מענטשן, מיט וועמען איך האָב זיך באַקענט אין "איווענדער".
צוליב דעם וואָס אַלע מײַנע ייִדישע פֿרײַנד זענען געגאַנגען אין די ספּעציאַליזירטע שולן, ווי "די מיטלשול פֿון מוזיק און קונסט" און "בראָנקס סײַענס", האָב איך, בײַם אָנקומען אין "איווענדער", געהאַט אַ געלעגנהייט אָנצוקניפּן אַ חבֿרשאַפֿט מיט אַ גאַנץ נײַער חבֿרה. צוויי פֿון מײַנע נאָענטסטע חבֿרטעס אין "איווענדער" זענען טאַקע נישט געווען קיין ייִדישע. איינע, אַן איטאַליענערין, דזשאָען מאַזיאָ, האָט אויסגעזען זייער אַנדערש ווי מײַנע פֿריִערדיקע חבֿרטעס. איר שוואַרצע פֿריזור איז געווען שטײַף פֿון האָרשפּריץ; אויף די אויגן — פֿאַלשע וויעס, די ליפּן — פֿײַער־רויט, און לאַנגע לאַקירטע נעגל. פֿונדעסטוועגן, איז זי געווען זייער אַן איידעלע נשמה. בשעת די קלאַסן, פֿלעגן מיר זיך דורכשרײַבן מיט בריוועלעך. זי פֿלעג מיר דערציילן וועגן די קאָמישע טאָג־טעגלעכע געשעענישן אין איר לעבעדיקער איטאַליענישער פֿאַמיליע, און איך איר — וועגן מײַנע משפּחה־איבערלעבונגען.
איין מאָל האָב איך איר געזאָגט, אַז אירע קרובֿים זעען אויס אַזוי סימפּאַטיש, אַז איך וואָלט געוואָלט זיך באַקענען מיט זיי. זי האָט געשמייכלט און אָנגעהויבן רעדן וועגן אַנדערע זאַכן. ווען איך האָב עס ווידער דערמאָנט אַ וואָך שפּעטער, האָט זי, נאָכן קלאַס, מיך אַוועקגעפֿירט אין אַ זײַט און מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער: "ס׳וואָלט געווען אַ ביסל קאָמפּליצירט דיך צו פֿאַרבעטן צו מיר אַהיים... מײַן פֿעטער, און קוזינען, באַלאַנגען צו דער ׳מאַב׳ (מאַפֿיאַ)... און איך ווייס נישט, צי זיי וואָלטן געוואָלט איך זאָל דיך אַהיימברענגען..."
זי האָט מיך אָנגעקוקט, אַ ביסל נערוועז, ווי זי וואָלט מורא געהאַט, אַז צוליב דער אַנטפּלעקונג, וועל איך אָפּהאַקן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. איך האָב זי געטרייסט, אַז פֿאַרקערט, דאָס איז פֿאַר מיר זייער פֿאַרכאַפּנדיק, און כ׳האָב אָנגעהויבן פֿרעגן נאָך פֿראַגעס. "איך וויל נישט רעדן דערפֿון," האָט זי מיר שטיל געענטפֿערט. ס׳איז מיר דעמאָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז איך בין אפֿשר געווען דער ערשטער מענטש, וועמען זי האָט פֿאַרטרויט אַזאַ סוד, און ווי ווייטיקדיק ס׳איז איר מסתּמא געווען דאָס צו האַלטן אינעווייניק די אַלע יאָרן.
די געסט, אַלט און יונג, כאַפּן אַ טענצל צוזאַמען |
מײַן צווייטע חבֿרטע, דעבי נײַט, איז געווען אַ הויך, דאַר מיידל פֿון אַ משפּחה, וואָס האָט, אַ פּנים, קיין מאָל נישט פֿאַרלאָזט די "זעכציקער יאָרן". כּמעט יעדע נאַכט האָבן זי, איר עלטערער ברודער, זייערע פֿרײַנד, און אַמאָל, אַפֿילו זייערע עלטערן געהוליעט — דאָס הייסט, גערייכערט מאַריכואַנע צוזאַמען. אין שול, בעת דער מיטאָג־שעה, פֿלעגט זי מיט איר חבֿרטע, עמילי, אַרומרעדן די געדאַנקען פֿונעם דײַטשישן שרײַבער הערמאַן העסע, בפֿרט זײַנע ראָמאַנען "דיימיען" און "סידאַרטאַ", וועגן מענטשן וואָס זוכן אַ מער גײַסטיקע פֿאַרבינדונג ווי די ווערטן פֿון דער מיטלקלאַס־געזעלשאַפֿט. זיי האָבן מיך אַליין אָנגעשטעקט מיטן חשק צו לייענען די ביכער, און העסע איז אין גיכן געוואָרן מײַן באַליבטסטער שרײַבער אין יענע יאָרן.
כ׳האָב אויך באַוווּנדערט דעביס אומגלייבלעכן גלײַכגילט צו געלט. מיך האָט מען דערצויגן צו שפּאָרן יעדע פּעני, אָבער בײַ דעבי איז דער ציל פֿון געלט געווען — עס אויסצוגעבן. איין זומער האָט זי געקראָגן אַ שטעלע אין אַ באַנק, מיט שׂכירות פֿון 80$ אַ וואָך. אונדז האָט עס דעמאָלט אויסגעזען ווי אַ סך געלט. באַלד ווי זי האָט באַקומען איר ערשטן טשעק האָט זי מיר אָנגעקלונגען און געזאָגט: "קום, רחל, לאָמיר גיין אויסגעבן דאָס געלט!" זי האָט באַשטעלט רעזערוואַציעס אין איינעם פֿון די עלעגאַנטסטע פֿראַנצויזישע רעסטאָראַנען אין ניו־יאָרק, און דאָרט זענען מיר געזעסן, צווישן דער שיין־באַקליידטער אַריסטאָקראַטיע פֿון מאַנהעטן, און זיך געפֿילט ווי פּריצטעס. צום סוף פֿונעם אָוונט זענען מיר אַהיימגעפֿאָרן אין אַ טאַקסי. כאָטש ס׳איז דעבין געבליבן בלויז אַ צוויי־דרײַ דאָלאַר, איז עס מיר פֿאַרבליבן אַ נאַכט צום געדענקען.
צום באַדויערן, ווען איך בין אַוועק אין קאָלעדזש, האָב איך מער נישט אָנגעהאַלטן קיין קאָנטאַקט מיט די צוויי מיידלעך, ווייס איך גאָר נישט וווּ זיי זענען אָדער וואָס ס׳איז פֿון זיי געוואָרן. במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָב איך נישט איין מאָל געפּרוּווט זיי אויסזוכן דורך דער אינטערנעץ, אָבער נישט געהאַט קיין מזל.
איך האָב אויך אַנדערע שיינע זכרונות פֿון "איווענדער": מײַן עקאָנאָמיע־לערער, מיסטער קראַוואַט, וואָס זײַן ענטוזיאַזם פֿאַר עקאָנאָמיק האָט מיך אויך אָנגעשטעקט; מײַן אַרײַנפֿיר אין דער פֿאַרכאַפּנדיקער וועלט פֿון ביאָלאָגיע; ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ — דעם שווים־באַסיין, וווּ איך האָב, נאָך 17 יאָר, סוף־כּל־סוף, זיך אויסגעלערנט ווי אַזוי צו שווימען, און ווי גליקלעך דאָס האָט מיך געמאַכט (און וווּ גיטל, אַ געניטע שווימערין, האָט, אַגבֿ, איין יאָר לאַנג געדינט ווי דער קאַפּיטאַן פֿון דער פֿרויען־מאַנשאַפֿט).
הכּלל, דעם קומענדיקן חודש גראַדויִרט דער לעצטער קלאַס פֿון "איווענדער". לאָמיר האָפֿן, אַז דער נײַער עקספּערימענט, פֿון צעטיילן די שול אויף זעקס קלענערע שולן, וועט טאַקע שאַפֿן אַזאַ וואַרעמע לערן־סבֿיבֿה ווי מיר, די גראַדואַנטן, האָבן אַמאָל געהאַט.
מיטן רעפּאָרטאַזש און מיט די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט צוגעהאָלפֿן גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט (ניו־דזשערזי)