- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער דור אַמעריקאַנער, געבוירן בערך אין די יאָרן 1965־1980, ווערט אָנגערופֿן "דער דור X" — נאָכן לאַטײַנישן אות "X", וואָס באַצייכנט אין מאַטעמאַטיק אַן אומבאַשטימטע ווערט. דער דאָזיקער נאָמען האָט זיך פֿאַרשפּרייט צוליב דעם בוך פֿונעם קאַנאַדער שרײַבער דוגלאַס קאָפּלאַנד, וווּ ער האָט באַשריבן דאָס לעבן פֿון יונגע-לײַט, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין די 1980ער יאָרן, און האָבן אַנטוויקלט אַן אַנטיפּאַטיע סײַ צו די ווערטן פֿונעם פֿריִערדיקן דור, סײַ צו דער הײַנטיקער קאָמערציאַליזירטער וועלט פֿון קאָנקורענץ און קאַריערע-יאָגענישן. אַ גרויסע ראָלע אינעם אויפֿקום פֿונעם "דור X" האָט געשפּילט דער סוף פֿון דער "קאַלטער מלחמה", ווי אויך די אַנטוויקלונג פֿון קאָמפּיוטערײַ און דער אינטערנעץ במשך פֿון די 1980ער יאָרן. די הײַנטיקע 30־40־יעריקע מענטשן געדענקען די "אַלטמאָדישע" וועלט, ווען די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט זיך געפֿונען אין אַ שטענדיקן קאָפֿליקט מיטן ראַטן-פֿאַרבאַנד, און ווען די קאָמפּיוטערס זענען געווען פֿאַרשפּרייט, דער עיקר, בלויז צווישן דער טעכניש-געבילדעטער עליטע און אַ טייל יונגע ענטוזיאַסטן. אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿריִערדיקן דור, פֿילן זיך די "X"-לײַט גאַנץ היימיש אין דער הײַנטיקער וועלט; פֿונדערסטוועגן, שטאָלצירן זיי מיט דעם, וואָס זיי האָט זיך אײַנגעגעבן דורכצולעבן זייערע קינדער-יאָרן נאָך אין "יענער" תּקופֿה, און ווילן זיך דערפֿאַר נישט אידענטיפֿיצירן מיטן ייִנגערן דור. הגם דער טערמין "דור X" איז געשאַפֿן געוואָרן אין אַמעריקע, איז ער הײַנט אויך גענוג פֿאַרשפּרייט אויפֿן קענגזײַטיקן "פֿראָנט" פֿון דער אַמאָליקער "קאַלטער מלחמה" — אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. איליאַ קאָרמילצעוו, אַ באַקאַנטער רוסישער ליטעראַטור-קריטיקער, איבערזעצער און ראָק-פּאָעט, האָט מיט 10 יאָר צוריק פּובליקירט אַן עסיי, אין וועלכן ער האָט שאַרף קריטיקירט דעם פּאָסטמאָדערנעם ניהיליזם פֿון דער יונגט, און האָט אויסגעדריקט אַ זאָרג, אַז געוויסע טענדענצן פֿונעם "דור X" קאָנען "דערהרגענען" די גאַנצע מענטשלעכע ציוויליזאַציע, און פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ גלאָבאַלן "אינטערנעץ-סופּערמאַרק", וווּ די מענטשלעכע קולטור וועט מיט זיך פֿאָרשטעלן אַ כאַאָטישן מישמאַש פֿון "ביליקער סחורה". הײַנט, 10 יאָר נאָך דער פּובליקאַציע פֿון קאָרמילצעווס אַפּאָקאַליפּטישן עסיי, זעען מיר, אַז די בונטאַרישע יונגט האָט נישט אָפּגעשטעלט די מענטשלעכע געשיכטע. אַדרבה, אַ סך פֿאָרשטייער פֿונעם רוסלענדישן "דור X" האָבן אַנטוויקלט אַ באַזונדערן אינטערעס צום קריטישן אַנאַליז פֿון קולטור, געשיכטע און פּאָליטיק — דווקא צוליב דעם, וואָס זיי האָבן געהאַט די זכיה צו פֿאַרזוכן עטלעכע וועלטן: דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, דעם טומלטיקן פּעריאָד פֿון "פּערעסטרויקע", און דעם רוסלענדישן הײַנט. די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן, וואָס אַ גרויסער טייל פֿון זיי האָבן עמיגרירט אין פֿאַרשיידענע לענדער, האָבן איבערגעלעבט נאָך מער פּאָליטישע, געאָגראַפֿישע און קולטורעלע בײַטן צווישן זייער סאָוועטישער יוגנט-וועלט ביזן הײַנטיקן מערבֿדיקן לעבן. ס׳רובֿ ייִדן, וועלכע ווײַזן הײַנט אַרויס אַ פּערזענלעכן אינטערעס צום ייִדישן לעבן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, זענען געבוירן געוואָרן אין יענעם פּעריאָד, צווישן סוף 1960ער און אָנהייב 1980ער יאָרן. דער עלטערער דור, אַחוץ געוויסע יחידים, אַזעלכע ווי פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער און ליטעראַטור-פֿאָרשער, אינטערעסירט זיך ווייניקער מיט דער דאָזיקער טעמע, ווײַל ער ווייסט גאַנץ גוט אַליין, ווי אַזוי עס האָט זיך געלעבט אונטער דער סאָוועטישער מאַכט. פֿאַר דער יוגנט, געבוירן אין די 1990ער יאָרן, איז דאָס לעבן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד אויך נישט אַזוי אַקטועל, ווײַל זיי זענען באַקאַנט מיט דער סאָוועטישער געשיכטע בלויז דורך ביכער, פֿילמען און דערציילונגען פֿון די עלטערע.
אַ סך רוסיש-רעדנדיקע ייִדן פֿון די 30־40 יאָרן באַציִען זיך צו זייערע סאָוועטישע יוגנט-יאָרן מיט אַ סתּירותדיק געמיש פֿון אומרו און נאָסטאַלגיע. דער באַקאַנטער מאָסקווער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ האָט פֿאַרוואַנדלט אַזאַ געמיש אין אַ באַזונדערן מין קונסט. קאָראָלענקאָ, דער אמתער נאָמען פּאַוועל ליאָן, איז געבוירן געוואָרן אין 1967 אין מאָסקווע. בעת זײַן אַרבעטן איבער דער דיסערטאַציע אין פֿילאָלאָגיע, געווידמעט דעם רוסישן שרײַבער וולאַדימיר קאָראָלענקאָ, האָט ליאָן זיך אָנגעטראָפֿן אויפֿן משונהדיקן נאָמען פּסוי, און אויסגעקליבן אים פֿאַר אַ פּסעוודאָנים. די איראָניע שפּילט אַ גרויסע ראָלע אין קאָלאָלענקאָס לידער. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט ער אַרויסגעלאָזט, בשותּפֿות מיט דער קלעזמער-גרופּע "All Stars Klezmer Band", אַן אַלבאָם פֿון אַהרן ווערגעליסעס איבערזעצונגען פֿון סאָוועטישע לידער, אַראַנזשירט אויף אַ נאָוואַטאָרישן אופֿן. דער אַלבאָם הייסט "און וווּ איז דער אָנהייב פֿון פֿאָטערלאַנד", נאָך אַ קלאַסיש סאָוועטיש פּאַטריאָטיש ליד. ווען קאָראָלענקאָ זינגט אויף ייִדיש אַזעלכע ווערטער, ווי "מײַן אַדרעס — נישט הויז, נישט קיין געסעלע, מײַן אַדרעס — דער ראַטן-פֿאַרבאַנד", הערט מען איז זײַן ניגון סײַ אַ חוזק איבערן סאָוועטישן רעזשים, סײַ נאָסטאַלגיע נאָך די באַטעמטע אַלטמאָדישע סאָוועטישע לידער. אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָט אַ 33־יעריקע ייִדישע פֿרוי פֿון מאָסקווע אָנגעהויבן צו פֿאַרשפּרייטן אויף דער אינטערנעץ סקאַנירטע נומערן פֿונעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". צום באַדויערן, ווערן די סקאַנירטע נומערן אַרויסגעשטעלט אויף דעם באַקאַנטן סערווער "rapidshare.com", וווּ די אינפֿאָרמאַציע ווערט אויסגעמעקט נאָך אַ געוויסן טערמין, אויב צו ווייניק מענטשן אינטערעסירן זיך מיט איר. דערפֿאַר געפֿינען זיך הײַנט אויף דער אינטערנעץ בלויז אַ פּאָר נומערן פֿונעם זשורנאַל. כּדי צו באַקומען די אַנדערע נומערן, אַרויסגעשטעלט מער ווי אַ פּאָר חדשים צוריק, קאָן מען זיך פֿאַרבינדן מיט דער מחברין פֿונעם בלאָג "natha1ie.livejournal.com" (אָנגעשריבן מיט דער ציפֿער "1" אַנשטאָט דעם אות "l"). מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק איז אינעם זעלבן פּאָפּולערן בלאָג-צענטער, "livejournal.com", געשאַפֿן געוואָרן אַ ספּעציעלע ווירטועלע קהילה, געווידמעט סאָוועטישע און פּאָסט-סאָוועטישע ייִדן: "community.livejournal.com/soviet_jews". דער גרינדער פֿון דער קהילה איז אַ 35־יעריקער יונגערמאַן, וועלכער וווינט הײַנט אין אַמעריקע, שטאַט וואַשינגטאָן; זײַן שותּף, 42 יאָר אַלט, דערקלערט אין זײַן פּערזענלעכן בלאָג, אַז ער וווינט אין "סאָקאָלניקי, שטאַט מערילענד". סאָקאָלניקי איז אַ ראַיאָן און אַ פּאַרק אין מאָסקווע; אין דער אמתן, וווינט דער דאָזיקער בלאָגער אין אַמעריקע. אַזאַ אומגעוויינטלעכער אַדרעס רופֿט אַרויס אַ קלאָרע אַסאָציאַציע מיטן דערמאָנטן פּסוי קאָראָלענקאָס ליד; אַ סך נאָטיצן אין זײַן בלאָג האָבן טאַקע צו טאָן מיטן ראַטן-פֿאַרבאַנד, רוסלאַנד אָדער דעם דאָזיקן מאָסקווער ראַיאָן, וווּ דער מחבר "וווינט" נאָך אַלץ אין זײַן האַרצן. דער גרינדער און זײַן שותּף, אַזוי ווי ס׳רובֿ בלאָגערס, האַלטן זיך אַנאָנים; ס׳זעט אויס, אַז זיי ביידע אַרבעטן ווי פּראָגראַמיסטן און זענען איבערצײַגטע ליבעראַלן; אינעם אַרײַנפֿיר צו דער ווירטועלער קהילה שטייט געשריבן, אַז די מיטגלידער מוזן נישט פֿירן די דיסקוסיעס "פּאָליטיש-קאָרעקט", אַבי מע זאָל זיך נישט זידלען און פֿאַרשפּרייטן קסענאָפֿאָביע. אין די לעצטע פּאָר וואָכן האָבן זיך אין "soviet_jews" שוין פֿאַררעגיסטרירט אַרום 60 מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ ריי באַקאַנטע ייִדישיסטן. אַ גרויסער טייל פֿון די רעגיסטרירטע זענען אויך אויפֿגעוואַקסן בעת דער "פּערעסטרויקע"-צײַט, און זענען אַרום 30־40 יאָר אַלט. זינט דעם 4טן מײַ, האָבן די קהילה-מיטגלידער אָנגעהויבן פֿאַרהאַנדלען איבער 30 זייער אינטערעסאַנטע דיסקוסיעס. אין דער געשיכטע פֿון די סאָוועטישע ייִדן בלײַבן אַ סך "ווײַסע פֿלעקן". הגם די סאָוועטישע מאַכט האָט אַכזריותדיק גערודפֿט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן רעליגיעזן לעבנס-שטייגער און רעליגיע בכלל, האָט אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, ביז די 1930ער יאָרן, געבליט די בעסטע סיסטעם פֿון ייִדישער וועלטלעכער בידלונג און קולטור. די ייִדן האָבן געהאַט אַ ברייטע שפּראַך-אויטאָנאָמיע אין אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד. שפּעטער האָט סטאַלינס רעגירונג אָנגעהויבן צונויפֿשמעלצן די אײַנוווינער פֿונעם לאַנד אינעם פֿאַראייניקן "סאָוועטישן פֿאָלק", דורך גוואַלד און טעראָר. די דאָזיקע פּאָליטיק האָט געבראַכט צו אַ גענאָציד פֿון עטלעכע פֿעלקער. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז אין די סוף 1940ער יאָרן, ווען אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד איז אויסגעבראָכן אַ צאָל אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, האָט סטאַלין אָנגעהויבן פּלאַנירן אָפּצושיקן הונדערטער טויזנטער ייִדן אין סיביר און אינעם רוסלענדישן ווײַטן מיזרח; אַ טייל אַנדערע היסטאָריקער לייקענען אָבער אָפּ אַזאַ השערה. ס׳איז גאַנץ קלאָר, אַז אין סטאַלינס צײַטן האָט אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד געהערשט אַ מערדערישער מלוכישער אַנטיסעמיטיזם. וואָס איז געשען מיט 20 יאָר נאָך סטאַלינס טויט? צי ברעזשנעווס רעגירונג האָט זיך באַצויגן נעגאַטיוו צו "סתּם ייִדן" — וועלטלעכע, נישט פֿאַראינטערעסירטע אין ציוניזם און לאָיאַלע צו דער רעגירונג? מע ווייסט, אַז אין אַ סך סאָוועטישע אוניווערסיטעטן פֿלעגט מען זיך אָפּזאָגן אָנצונעמען ייִדישע סטודענטן, צוליב כּלערליי פֿאַלשע תּירוצים. צוליב דער דיסקרימינאַציע, האָבן זיך אַ סך ייִדן קאָנצענטרירט אין געוויסע צווייט-ראַנגיקע לערן-אַנשטאַלטן. ווער האָט אָבער געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דעם? לויט די אָפֿיציעלע געזעצן, האָט די סאָוועטישע רעגירונג נישט געטאָרט דיסקרימינירן לויטן נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער פּריוואַטע אוניווערסיטעטן האָבן אָפֿענערהייט דיסקרימינירט די ייִדן אין די 1950ער יאָרן; אינעם יעיל-אוניווערסיטעט האָט מען אָפּגעשאַפֿט די אומאָפֿיציעלע אַנטיסעמיטישע רעגולאַציעס ערשט מיט 30 יאָר צוריק. ס׳קאָן זײַן, אַז אין געוויסע סאָוועטישע אוניווערסיטעטן האָט די אַדמיניסטראַציע אויך ממשיך געווען די "אַלטע טראַדיציע" פֿון "פּראָצענט-נאָרמע", אָן געהיימע באַפֿעלן פֿון דער רעגירונג. דערווײַל בלײַבט עס אומקלאָר. די גרינדער פֿון דער נײַער ווירטועלער קהילה האָבן געזאַמלט אַ סך היסטאָרישע פֿאָרשונגען און אינטערנעץ-דיסקוסיעס אויף דער דאָזיקער טעמע.
אַן אַנדער פֿראַגע, באַהאַנדלט אין דער נײַער וועב-קהילה, האָט צו טאָן מיט וולאַדימיר בוקאָווסקיס אַרכיוו. בוקאָווסקי, אַ באַקאַנטער דיסידענט, איז אָפּגעזעסן 12 יאָר אין די סאָוועטישע תּפֿיסות, אַרבעט-לאַגערן און פּסיכיאַטרישע שפּיטעלער, וווּהין אין ברעזשנעווס צײַטן פֿלעגט מען אײַנזעצן די קריטיקער פֿונעם רעזשים. אָנהייב 1970 יאָרן, האָט די סאָוועטישע רעגירונג אָנגעהויבן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע, צו באַפֿרײַען דעם געוועזענעם גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין טשילי, לויִס קאָרוואַלאַן. קאָרוואַלאַן איז אַרעסטירט געוואָרן, ווען דער דיקטאַטאָר אַווגוסטאָ פּינאָשע איז געקומען צו דער מאַכט. דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט באַשלאָסן צו דעפּאָרטירן בוקאָסווקין, כּדי אויסצוטוישן אים אויף קאָרוואַלאַנען. ווען דער ראַטן-פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן אין 1992, האָט די רוסלענדישע רעגירונג אײַנגעלאַדן בוקאָווסקי אויפֿצוטרעטן ווי אַן עדות קעגן דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. דער געריכט-פּראָצעס האָט געדויערט צוויי חדשים; במשך פֿון דער דאָזיקער צײַט, האָט בוקאָווסקין זיך אײַנגעגעבן צו קאָפּירן שטילערהייט אַ סך פּאַרטיי-דאָקומענטן, וועלכע זענען שפּעטער אַרויסגעשטעלט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ. צווישן אַנדערן, געפֿינט זיך דאָרטן אַ באַפֿעל פֿון יורי אַנדראָפּאָוו, דעמאָלט דער אָנפֿירער פֿונעם סאָוועטישן זיכערהייט-דינסט, "קאַ־גע־בע", צו קאָנפֿיסקירן די אויסלענדישע פּעקלעך מיט מצות, "כּדי אויסצומײַדן דעם וווּקס פֿון נאַציאָנאַליסטישע און עמיגראַציע-שטימונגען צווישן די ייִדן". אין דער נײַער אינטערנעץ-קהילה געפֿינט זיך אַ פֿאַררופֿונג אויף אַן אינטערעסאַנטער דיסקוסיע אַרום דעם דאָזיקן דאָקומענט. עטלעכע ספּעציאַליסטן האָבן באַטאָנט, אַז דער דאָקומענט איז אַ פֿאַלשער, ווײַל ער שטימט נישט מיט די כּללים, לויט וועלכע מע פֿלעגט צונויפֿשטעלן די אָפֿיציעלע פּאַפּירן אין "קאַ־גע־בע". אַחוץ די דיסקוסיעס וועגן דעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם, זענען אין דער וועב-קהילה פֿאַרענפֿטלעכט געוואָרן אויך אַ סך ווייניק-באַקאַנטע פּאָזיטיווע מאַטעריאַלן — צום בײַשפּיל, אַ ווײַסרוסישער מלוכישער אָרדן מיט אַ ייִדישער אויפֿשריפֿט. די אַקטיווע אַנטוויקלונג פֿון דער קהילה, ווי אויך דער הויכער פּראָפֿעסיאָנעלער און אינטעלעקטועלער ניוואָ פֿון אַ טייל מיטגלידער, ווײַזט אָן, אַז די דאָזיקע איניציאַטיוו קאָן אין דער צוקונפֿט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ וויכטיקן אינפֿאָרמאַציע-רעסורס, וועלכער וועט העלפֿן צו פֿאַראייניקן דעם יונגן און דעם עלטערן דור רוסיש-רעדנדיקע ייִדן, און צו לייזן די סודות פֿון דער פֿינצטערער סאָוועטישער געשיכטע. |