פּאָליטיק

אין פֿאַרלויף פֿון זײַן באַזוך אין ישׂראל און אין די פּאַלעסטינער שטחים אין יאַנואַר דאָס יאָר, האָט פּרעזידענט בוש אויסגעדריקט זײַן וווּנטש, אַז די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען זאָלן ברענגען צו אַ שלום־אָפּמאַך צווישן ביידע צדדים, מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, ביז סוף יאָר 2008. אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין ירושלים, האָט פּרעזידענט בוש אוטער­געשטראָכן, אַז ער האָט קלאָר געמאַכט אהוד אָלמערטן און אַבו מאַזענען, אַז זיי מוזן מאַכן פּראָגרעס אויף 4 פּאַראַלעלע דרכים.

ערשטנס, מוזן זיי אויספֿירן זיירע פֿאַר­פֿליכ­טונגען לויט דער "וועגן־מאַפּע". צווייטנס, מוזן די פּאַלעסטינער אויפֿבויען זייערע עקאָ­נאָמישע, פּאָליטישע און זיכערהייט־אינסטי­טוציעס. דריטנס, דאַרפֿן די אַראַבישע לענ­דער אויסשטרעקן צו ישׂראל די האַנט, און פֿערטנס, ביידע צדדים — ישׂראל און די פּאַ­לעסטינער — מוזן אָנהאַלטן אומדערמידלע­כע פֿאַרהאַנדלונגען, כּדי צו דערגיין ביז סוף יאָר צו אַ שלום־אָפּמאַך, לויט וועלכן עס וועלן לעבן בשלום אין מיטעלן מיזרח צוויי דעמאָקראַטישע מדינות — מדינת־ישׂראל און פּאַלעסטינע.

פּרעזידענט בוש האָט אונטרעגעשטראָכן, אַז ער האָט געמאַכט קלאָר פֿאַר ביידע צדדים, אַז כּדי צו דערגרייכן דעם שלום, וועלן זיי מוזן מאַכן ווייטיקלעכע קאָנצעסיעס. לויטן פּרעזידענט בוש, וועלן דאַרפֿן געמאַכט ווערן קעגנזײַטיקע צופּאַסונגען צו די עקזיסטירנדיקע וואָפֿנשטילשטאַנד־ליניעס פֿון יאָר 1949, כּדי אויסצודריקן די קעגנוואַרטיקע רעאַליטעט און פֿאַרזיכערן די ישׂראל־גרענעצן און די עקזיסטענץ־פֿעיִקייט פֿון די די פּאַלעסטינער. פּרעזידענט בוש האָט אויך באַטאָנט, אַז דער שלום־אָפּמאַך וועט דאַרפֿן אויפֿשטעלן נײַע אינטערנאַציאָנאַלע מעכאַניזמען, אײַנגעשלאָסן קאָמפּענסאַציעס, כּדי צו לייזן די פּליטים־פּראָבלעם.

דער געוועזענער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, קאָלין פּאַועל, האָט אָנגערופֿן די "וועגן־מאַפּע" ווי "דעם וויכטיקסטן און דרייסטן באַשלוס פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע". פּרעזידענט בוש האַלט, אַז קיין איין צד טאָר נישט אָננעמען קיין שום שריט, וואָס שטימען נישט מיט זייערע פֿאַרפֿליכטונגען בנוגע דער "וועגן־מאַפּע". וואָס שייך ישׂראל, באַדײַט עס, אַז זי טאָר נישט ממשיך זײַן אירע באַזעצונג־פּלענער, ווי אויך אַז זי מוז ליקווידירן אַלע אומלעגאַל־באַזעצטע ייִשובֿים אויף די שטחים. וואָס שייך די פּאַלעסטינער — מוזן זיי אויף אַן אַנטשלאָסענעם אופֿן קעגנשטעלן זיך יעדער פֿאָרעם פֿון טעראָר און באַזײַטיקן די עקזיס­טירנדיקע טעראָריסטישע אינפֿראַסטרוקטור.

די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע ווייסט, אַז דער ענין ירושלים איז זייער אַ שווערער, אָבער ביידע צדדים וועלן מוזן אָננעמען ווייטיקלעכע באַשלוסן, אַז דער דאָזיקער ענין זאָל נישט זײַן קיין שטערונג צו דער­גרייכן אַ שלום. דעם 2טן מײַ 2008 האָט דער "קוואַרטעט" — אַמעריקע, אייראָפּעיִשער פֿאַר­באַנד, רוסלאַנד און די "יו־ען" — אויסגעדריקט אויף אַ זיצונג אין לאָנדאָן זײַן פֿולע שטיצע פֿאַר די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען און פֿאַר פּעזידענטס בושס פּאָזיציע, אַז ביזן סוף פֿון יאָר 2008 דאַרפֿן די פֿאַרהאַנדלונגען ברענגען צום שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין עזה און מיט דעם מאַכן אַ סוף צום קאָנפֿליקט.

בעת זײַן באַזוך אין ירושלים, האָט פּרעזידענט בוש אויסגעדריקט זײַן איבער­צייגונג, אַז "אהוד אָלמערט און אַבו מאַזען זענען די צוויי פֿירער, וואָס קענען, מוזן און וועלן אָנפֿירן מיט די פֿאַרהאַנדלונגען, וועלכע דאַרפֿן ברענגען צו אַ שלום". הײַנט איז אַ גרויסע פֿראַגע, צי אַבו מאַזען און אהוד אָל­מערט זענען פֿעיִק צו דערגרייכן דעם דאָזיקן ציל. אַבו מאַזען איז געפּענטעט, צוליב דער באַהערשונג פֿון עזה דורכן "כאַמאַס", וואָס דערקלערט קאַטעגאָריש, אַז ער אָנערקענט נישט די רעכט פֿון ישׂראל צו עקזיסטירן און, אַז זײַן ציל איז צו ליקווידירן די ייִדישע מדינה און צוריקקערן קיין ארץ־ישׂראל אַלע פּאַלעסטינער פּליטים. אהוד אָלמערט — וועלכער דערקלערט טאָג־אײַן טאָג־אויס, אַז ער איז נישט קיין פּאָפּולערער פּרעמיער־מיניסטער און איבער וועמענס קאָפּ עס פֿלאַטערן שוואַרצע כמאַרעס פֿון קאָרופּציע, שליסט אויס יעדע מעגלעכקייט צו קענען אָנ­נעמען "ווייטיקלעכע" באַשלוסן. דאָס פֿאָלק אין ישׂראל, וואָס האָט, ליידער, אַ שוואַכן זכּרון, וואָלט בעסער געדאַרפֿט שוין איצט אָנהייבן קאָנצענטרירן זײַן אויפֿמערק אויף די רעזולטאַטן פֿון די קומענדיקע וואַלן.

אין די קומענדיקע וואַלן וועלן זיך, מסתּמא, פֿאַרמעסטן בנימין נתניהו און אהוד ברק. פֿאַר וואָס האָב איך באַטאָנט, אַז דער עולם אין ישׂראל האָט אַ שוואַכן זכּרון? די אַלגעמיינע מיינונג איז, אַז אויב נתניהו וועט זיגן, וועלן נישט פֿאָרקומען קיין "ווײַטיקלעכע" באַשלוסן. צו דער דאָזיקער מיינונג האָט בײַגעטראָגן נישט קיין אַנדע­רער, ווי דער מיטגליד פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, פּראָפֿעסאָר יחזקאל דרור. ער האָט זיך אויסגעדריקט: "וואָס ווילט איר מער: אַ רעגירונג פֿון אָלמערט־ברק אָדער וואַלן, וואָס וועלן ברעגען צו דער מאַכט בנימין נתניהו?"

דער בכּבֿודיקער פּראָפֿעסאָר האָט פֿאַר­געסן, אַז ווען בנימין נתניהו איז אויסגעוויילט געוואָרן ווי דער פֿירער פֿונעם "ליכּוד" אין יאַנואַר 1994, האָט ער דערקלערט, אַז ער וועט נישט מכבד זײַן (האָנאָרירן, פֿאָרזעצן) די אָפּמאַכן מיט דער אש״ף ("פּל״אָ"). אָבער, ווען ער איז געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער, האָט ער דערקלערט: "איך בין פֿאַרפֿליכטעט צום שלום־פּראָצעס און שטרעק אויס מײַן האַנט צו יעדן אַראַבישן פֿירער". נתניהו איז געווען דער ערשטער פֿירער פֿון רעכטן פֿליגל, וואָס האָט געדריקט אַראַפֿאַטס האַנט, אים גערופֿן "פֿרײַנד" און אָנערקענט זײַן עקזיסטענץ, ווען זיי האָבן זיך געטראָפֿן דעם 15טן יאַנואַר 1997 און אונטערגעשריבן דעם חבֿרון־אָפּמאַך. נתניהו איז געווען דער, וועלכער האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון חבֿרון, די שטאָט פֿון אונדזערע אָבֿות.

נתניהו איז געווען דער ערשטער ישׂראל­דיקער פּרעמיער־מיניסטער, וואָס האָט זיך געטראָפֿן מיט אַראַפֿאַטן אין זײַן ביוראָ אין ראַמאַלאַ און געווען זײַן גאַסט אויף מיטאָג. דעם 23סטן אָקטאָבער 1998 האָט בנימין נתניהו אונטערגעשריבן — ווי דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, און בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון דעמאָלטיקן אויסערן־מיניסטער, אַריאל שרון — דעם אָפּמאַך פֿון דער "ווײַ־פּלאַנטאַציע", וואָס די פּאַלעסטינער באַטראַכטן ווי אַ ווינקל־שטיין פֿאַר דער שאַפֿונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, אויב זי וועט אַמאָל געשאַפֿן ווערן.

קעניג כוסיין פֿון יאָרדאַניע איז דאַן געלעגן אַ קראַנקער אין שפּיטאָל אין אַמעריקע און די אַמעריקאַנער האָבן אים געבעטן ער זאָל קומען אין דער "ווײַ־פּלאַנטאַציע" און ווירקן אויף נתניהו און אַראַפֿאַטן (אויף יעדן איינעם באַזונדער) זיי זאָלן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך; און ער האָט מצליח געווען.

צווישן אַנדערן, איז אין דעם "ווײַ־פּלאַנ­טאַציע־אָפּמאַך" באַשלאָסן געוואָרן:

• ישׂראל וועט זיך צוריקציִען פֿון מער שטחים

• די פּאַלעסטינער וועלן פּראָקלאַמירן 0 טאָלעראַנץ פֿון טעראָר

• די פּאַלעסטינער וועלן אַרעסטירן די אַרײַנדרינגלער קיין ישׂראל

• די פּאַלעסטינער וועלן פֿאַרווערן יעדע טעראָר־העצע קעגן ישׂראל

• ישׂראל וועט באַפֿרײַען 750 אַרעסטיר­טע פּאַלעסטינער טעראָריסטן

• ביידע צדדים וועלן אָנהייבן אונטער­האַנדלונגען וועגן אַן ענדלעכן שלום צווישן די צדדים און זיך באַמיִען דאָס צו רעאַליזירן ביזן 4טן מײַ, 1999.

עס האָט כּמעט אויסגעזען ווי משיחס צײַטן און, נישט געקוקט אויף דעם וואָס אַראַפֿאַט האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרפֿליכטן, אַז ער וועט נישט פּראָקלאַמירן דעם 4טן מײַ 1999 אַ פּאַלעסטינער מדינה, האָט נתניהו, נאָכן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך, אײַנגעלאַדן פּרעזידענט ביל קלינטאָן צו באַזוכן עזה. דאָס איז געווען אַ ספּאָנטאַנער אַקט אָן צו באַטראַכטן די מעגלעכע קאָנסעקווענצן פֿון אַזאַ באַזוך.

דעם 14טן דעצעמבער 1998, האָט קלינ­טאָן באַזוכט עזה און גערעדט פֿאַר דער פּאַ­לעסטינער פֿאַרזאַמלונג און ער האָט דערקלערט די שטיצע פֿון אַמעריקע פֿאַר אַן אומאָפּהענגי­קער פּאַלעסטינער מדינה. אַראַפֿאַט האָט אין זײַן ענטפֿער אונטערגע­שטראָכן, אַז קלינטאָן איז דער ערשטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וואָס באַזוכט די טעריטאָריעס אונטער דער פּאַלעסטינער מאַכט און דערקלערט, אַז די פּאַ­לעסטינער באַטראַכטן קלינטאָנס באַזוך נאָך דער שפּיצן־קאָנפֿערענץ אין "ווײַ־פּלאַנטאַציע" ווי אַ ווינקל־שטיין פֿאַרן שאַפֿן אַ פּאַלעסטי­נער מדינה.

צי האָט נתניהו פֿאָרויסגעזען אַזאַ אַנט­וויקלונג ווען ער האָט אײַנגעלאַדן קלינטאָנען צו קומען אין עזה? געוויס נישט. די דאָזיקע געשיכטע וואָלט געקאָנט ווערן באַטראַכט ווי נישט גאָר אַ וויכטיקע, ווען נתניהו וואָלט נישט געהאַט קיין אַמביציעס זיך צוריקצוקערן צום אַמט פֿון פּרעמיער־מיניסטער. ווי באַקאַנט, איז נתניהו איצט דער פֿירער פֿון "ליכּוד" און פֿון דער אָפּאָזיציע אין דער ישׂראלדיקער כּנסת, און די געזעלשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען זאָגן פֿאָרויס, אַז ער וועט זײַן דער זיגער איבער אהוד ברקן, דעם פֿירער פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי, אין די קומענדיקע וואַלן.

עס איז נישט קיין צווייפֿל, אַז אויב נתניהו וועט ווידער ווערן פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, וועט ער ממשיך זײַן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער אויפֿן יסוד פֿון דער איצטיקער אָלמערט־ברק רעגירונג. לויט קאָלין פּאַועל, דאַרף אונדז מער באַאומרויִקן, אַז אהוד ברק זאָל געווינען די וואַלן. אין אַן אינטערוויו וועגן דער "וועגן־מאַפּע", האָט מען געפֿרעגט קאָלין פּאַועלן: "פֿאַר וואָס איז די ׳וועגן־מאַפּע׳ נישט מצליח?" — האָט ער באַשולדיקט אין דעם אהוד ברקן, וואָס האָט אין יאָר 1999 מסכּים געווען צו ביל קלינטאָנס פּלאַן, אַז ישׂראל זאָל זיך צוריקציִען צו די גרענעצן פֿון 1967, צוריקגעבן די פּאַלעסטינער 97% פֿון די אָקופּירטע שטחים, אויסטוישן די געבליבענע 3% פֿון די שטחים און אָנערקענען די סוּווערעניטעט פֿון די פּאַלעסטינער אין דער אַלטער שטאָט פֿון ירושלים און אַ שותּפֿות אויפֿן הר־הבית — אויפֿן באַרג, וווּ עס איז געווען דער בית־המקדש. קאָלין פּאַועל האָט דערציילט, אַז יעדעס מאָל וואָס ער האָט פּרובירט איבערצײַגן די פּאַלעסטינער זיי זאָלן אָננעמען די "וועגן־מאַפּע", האָבן זיי ציטירט אהוד ברקס נאָכגעבונגען אין קעמפּ־דייוויד. לויט קאָלין פּאַועל, האָט ברק געטאָן פֿיל שאָדן מדינת־ישׂראל מיט דעם וואָס ער האָט זיך געיאָגט צו דערגיין ווי אַמשנעלסטן צו אַן אויסגלײַך אינעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דאָס יאָגן זיך צו מאַכן אַ סוף צום קאָנפֿליקט האָט דערווײַל בלויז געבראַכט צום מאָרד פֿון אַ פּרעמיער־מיניסטער, אינטיפֿאַדעס און "קאַסאַמען".

איך פּערזענלעך גלייב נישט, אַז די איצטיקע פֿאַרהאַנדלונגען וועלן דערגיין צו אַ דעפֿיניטיוון אָפּמאַך, און עס איז שוין נייטיק אָנהייבן טראַכטן, וואָס וועט טאָן די ישׂראלדיקע רעגירונג, וועלכע וועט געשאַפֿן ווערן נאָך די וואַלן, מיט אַ נײַעם פּרעזידענט אין אַמעריקע. עס איז אָבער מײַן האָפֿענונג, אַז ווער עס זאָל נישט זײַן דער צוקונפֿטיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל און דער צוקונפֿטיקער פּרעזידענט פֿון אַמעריקע, וועט אין די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראל מוזן פֿאַרזיכערט ווערן דער וויכטיקסטער יסוד, אַז ישׂראלס גרענעצן זאָלן זײַן שוץ-פעיִק. דאָס איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן אין פּרעזידענט בושס בריוו צו אַריאל שרון פֿון 14טן אַפּריל 2004; אין דער אַנאַפּאָליס־קאָנפֿערענץ — מיט דער באַטייליקונג פֿון 44 מדינות, צווישן זיי, 15 אַראַבישע לענדער — דעם 27סטן נאָוועמ­בער 2007; אויף פּרעזידענט בושס פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין ירושלים דעם 10טן יאַנואַר 2008; און וואָס איז פֿאַקטיש אַן אָנגענומענער פּרינציפּ פֿון אַלע ישׂראלדיקע פּרעמיער־מיניסטאָרן און פֿון אַלע שיכטן און פֿאַרבן פֿונעם רעגנבויגן פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטישער מאַפּע. די באַשיצטע גרענעצן פֿון מדינת־ישׂראל — איז די הויפּט־זיכער­קייט־פּראָבלעם פֿאַר ישׂראל; אויב דער רעזולטאַט פֿון די איצטיקע פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער וועט בכלל ברענגען צום שאַפֿן פֿון אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעס­טינער מדינה בשכנות מיט ישׂראל.