פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, געדונגען אַ דירה אין אַ ווילע, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן ברעג פֿונעם אַדריאַטישן ים אין צפֿון-קראָאַטיע. די באַלעבאָסטע פֿון דער ווילע האָט אונדז געזאָגט, אַז ניט ווײַט פֿון דעם אָרט געפֿינט זיך דער צענטער פֿונעם דאָרף, מיט קראָמען וכד׳. אין דער פֿרי, ווען מיר זײַנען געקומען צו פֿאָרן אין דעם דאָזיקן דאָרף-צענטער, האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן זײַן מערבֿ-אייראָפּעיִשקייט — עפּעס אַזוינס האָבן מיר שוין געזען אין כּלערליי אַנ­דערע לענדער: אין קאַפֿעען זיצן מענטשן, לייענען צײַטונ­גען, שמועסן, עסן. אין אַ פּאָר ווענט געפֿינען זיך מזומן-אויטאָמאַטן. מע פֿאַרקויפֿט צײַטונגען אויף עטלעכע שפּראַכן.

איך האָב אַזעלכע בילדער קיין מאָל ניט געזען אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע צי ווײַסרוסלאַנד. דאָרטן זעט אויס אַ דאָרף גאָר אַנדערש. ניט צופֿעליק איז יוגאָסלאַוויע אויפֿגעקומען אויף די חורבֿות פֿון דער עסטרײַכיש-אונגאַרישער אימפּעריע. דאָס מלכות פֿון די סערבן, קראָאַטן און סלאָווענער האָט זיך באַוויזן אויף דער מאַפּע אין 1918, נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה, און אין 1929 האָט עס באַקומען דעם נאָמען "יוגאָסלאַוויע", דאָס הייסט "דרום-סלאַווישע מלוכה". די ברעקלעך פֿון דער עסטרײַכיש-אונגאַרישער אימפּעריע בילדן איצט אַ היפּשן טייל פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. קיין חידוש ניט, אַז עס ציט אַהין אויך די סערבן, ניט געקוקט אויף אַלע קריוודעס פֿון די 1990ער יאָרן און שפּעטער.

סערביע האָט געשפּילט אין יוגאָסלאַוויע אַן ערך די זעלבע ראָלע ווי רוסלאַנד האָט געשפּילט אין דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ווען קראָאַטיע, סלאָוועניע און מאַקעדאָניע האָבן זיך אָפּגעטיילט פֿון יוגאָסלאַוויע אין 1991, און באָזניע האָט עס געטאָן אין 1992, האָט עס פֿאַקטיש געמיינט אַן אָפּטיילונג פֿון סערביע — דעם גוף פֿון דער דרום-סלאַווישער מלוכה, וווּ אַלץ האָט אויסגעזען אַזוי פֿרײַנדלעך אין די באַציִונגען פֿון די פֿעלקער, אַז אייניקע בירגער האָבן זיך אַפֿילו עטניש אידענטיפֿיצירט ווי "יוגאָסלאַוון" און ניט סערבן, קראָאַטן וכד׳. די שראַמען פֿון דער מלחמה צווישן די "ברידערלעכע פֿעלקער" — קודם-כּל ברידער-קבֿרים און רויִנירטע הײַזער — זעט מען נאָך אַלץ אין דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע.

די מלחמה האָט געהאַט אַ סך פֿראָנטן. איינער פֿון זיי איז געווען אין קאָסאָוואָ. כּדי פֿאַרטיידיקן די קאָ­סאָווער אַלבאַנער, האָט די אַוויאַציע פֿון "נאַטאָ" באָמ­באַרדירט סערביע אין די פֿרילינג-חדשים פֿון 1999, און אין יוני 1999 האָט די סערבישע מיליטער פֿאַרלאָזט קאָסאָ­וואָ. די געגנט איז פֿאַרבליבן כּלומרשט אַ טייל פֿון סער­ביע, אָבער פֿאַקטיש איז זי אַריבער אונטער דער אייראָ­פּעיִשער אַדמיניסטראַציע. די אָפֿיציעלע אומאָפּהענגיקייט פֿון קאָסאָוואָ, אין פֿעברואַר 2008, האָבן ס׳רובֿ סערבן אויפֿגענומען ווי אַ גוואַלדיקן שפּײַ אין פּנים. קאָסאָוואָ פֿאַרנעמט אַ סימבאָליש אָרט אין דער סערבישער נאַציאָנאַלער געשיכטע, שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס אין קאָסאָוואָ לעבן נאָך אַלץ ניט ווייניק סערבן.

דאָס סערבישע פֿאָלק און זײַנע פּאָליטישע פּני האָבן געהאַט — און האָבן נאָך אַלץ — צוויי ברירות: אָדער זיך אָנבלאָזן אויף דער מערבֿדיקער וועלט און אויסקלײַבן פֿאַר זיך דעם וועגן פֿון ווײַסרוסלאַנד, וואָס איז שוין לאַנג געוואָרן אַן אויסוואָרף אין דער מערבֿדיקער וועלט; אָדער אַרײַנשלינגען די באַליידיקונג און טראַכטן וועגן אַ בעסערער דאָליע דווקא ווי אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַר­אייניקטער אייראָפּע.

די צווייטע ברירה לייגט פֿאָר די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי בראָש מיט באָריס טאַדיטש. דער פֿאַקט אַליין, וואָס מע האָט טאַדיטשן אויסגעוויילט פֿאַרן נײַעם פּרע­זידענט פֿונעם לאַנד און וואָס זײַן פּאַרטיי האָט אַנומלטן באַקומען 38 פּראָצענט שטימען בעת די וואַלן אין פּאַר­לאַמענט, גיט די האָפֿענונג אַז סערביע וועט ניט גיין לויט דעם ווײַסרוסישן וועג, וועלכער פֿירט אין אַ טעמפּן ווינקל. כאַראַקטעריש, אַז אַפֿילו אין רוסלאַנד הערט מען ניכטערע מיינונגען, וועלכע האַלטן אונטער דעם אייראָפּעיִשן וועקטאָר פֿון סערבישער פּאָליטיק. מע טענהט, אַז טאָמער סערביע וועט אַרײַנגיין אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, וועט רוסלאַנד קענען דאָרטן אויסרעכענען נאָך אַ פֿרײַנד.

רוסישע געשעפֿטלײַט האָבן אינוועסטירט ניט ווייניק געלט אין דער סערבישער עקאָנאָמיע, כאָטש בסך-הכּל פֿאַרנעמט רוסלאַנד בלויז דאָס 14טע אָרט צווישן די לענדער-אינוועסטאָרן. רוסישע דירעקטע אינוועסטיציעס זײַנען דרײַסיק מאָל קלענער פֿון די עסטרײַכישע אינוועס­טיציעס, וואָס פֿאַרנעמען דאָס ערשטע אָרט. אמת, רוסי­שע געלטער קומען אָפֿט מאָל אויך דורך אַנדערע לענדער, למשל דורך ציפֿערן. אין סערביע האָפֿט מען איצט, אַז אָלעג דעריפּאַסקאַ, איינער פֿון די רײַכסטע רוסן, וועט אַרײַנגיסן אין זייער לאַנד הונדערטער מיליאָנען דאָלאַר. אַ מעכטיקן אימפּולס קען דער עקאָנאָמיע געבן די באַ­טייליקונג אינעם רוסיש-איטאַליענישן פּראָיעקט "דרום-שטראָם", וואָס האָט דעם ציל צו ברענגען פֿון רוסלאַנד גאַז אין די לענדער פֿון דרום-אייראָפּע.

קיין רעגירונג איז דערווײַל ניט פֿאָרמירט געוואָרן אין סערביע. עס קען נאָך גיין אין ביידע ריכטונגען. אָדער באָריס טאַדיטש און זײַן דעמאָקראַטישע פּאַרטיי וועלן קענען שאַפֿן אַ קאָאַליציע און פֿירן דאָס לאַנד אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, אָדער די אַנטי-אייראָפּעיִשע שטימונגען וועלן געווינען און די נײַע קאָאַליציע, אָן דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, וועט זיך אומקערן פֿון דעם מערבֿדיקן וועג. אייראָפּע וויל די סערבישע פֿראַגע לייזן וואָס גיכער, אָנהייב זומער, ווען דאָס לאַנד קען באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ קאַנדידאַט אין דער פֿאַראייניקונג.

דעם 22סטן—24סטן יוני וועט אין בעלגראַד דורכגיין דער אייראָפּעיִשער זינג-קאָנקורס, וואָס איז אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער מאַסן-קולטור פֿונעם קאָנטינענט (ישׂראל באַטייליקט זיך אויך אין דעם קאָנקורס). אפֿשר וועט עס צוגעבן די סערבן אַן אייראָפּעיִשן קוראַזש. וועלן מיר זען.

Der zing-konkurs iz shoin forbai

Der "Eurovision" zing-farmest hot shtatgefunen in Belgrad nechten un nisht in Juni vi der oitor shraibt in zain artikl. Der geviner iz geven a rusisher zinger Dima Bilan ver hot zich shoin tzum tzveiten mol bateilikt in dizem farmest. Er shtamt fun der Nord Kavkazisher republik Karachaevo-Cherkesija un er hot a dunkle hoit, shvartze hoor un oigen un zet ois meer vi a kavkazer eider a ruse.