מוזיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלעג מײַזענבערג
אָלעג מײַזענבערג

(אַ באַגעגעניש מיטן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג)

דער נאָמען פֿונעם עסטרײַכישן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג איז גוט באַקאַנט די מוזיק־ליבהאָבער אין מאָלדאָווע. הגם ער איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס, איז ער, נאָך אַ קינד, אַריבערגעפֿאָרן מיט זײַנע עלטערן קיין קעשענעוו, וווּ עס האָט זיך אָנגעהויבן זײַן גרויסער וועג אין קונסט. די ערשטע מוזיק־לערערין זײַנע איז געווען די מאַמע, אַדע מײַזענבערג. אַליין אַ טאַלאַנטירטע פֿרוי, האָט זי זיך געלערנט מוזיק, אָבער צוליב משפּחה־סיבות, פֿאַרענדיקט דעם אָדעסער טעלעגראַפֿן־אינסטיטוט און געאַרבעט, ווי אַן אינזשענירין, אין קעשענעוו.

צוליב זײַנע זעלטענע פֿעיִקייטן, האָט מען דעם קליינעם אַליק, ווי ס‘האָבן אָלעגן גערופֿן די אייגענע און פֿרײַנד, אָנגענומען אין דער ספּעציעלער מוזיק־שול פֿאַר באַגאַבטע קינדער, וווּ ער האָט זיך געלערנט בײַ די בעסטע פּיאַנע־לערער, אַזעלכע ווי יע. זאַק, ל. וואַווערקאָ. בײַ וואַווערקאָ, האָט ער זיך געלערנט אויך עטלעכע יאָר, שוין זײַענדיק אַ סטודענט אין דער קעשענעווער קאָנסערוואַטאָריע. דעמאָלט, אין 1962, איז ער צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן מיטן סימפֿאָנישן אָרקעסטער בײַ דער מאָלדאַווישער פֿילהאַרמאָניע, דיריגירט פֿון טימאָפֿיי גורטאָוווי. מײַזענבערג האָט אין יענעם קאָנצערט געשפּילט ראַכמאַנינאָווס ערשטן פֿאָרטעפּיאַן־קאָנצערט.

אין אַ יאָר אַרום טרעט מײַזענבערג אויף מיט אַ סאָלאָ־פּראָגראַם אינעם פּרעס­טיזשפֿולן "גרויסן זאַל" בײַ דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע, און נאָך דעם פֿאָרט ער אַריבער קיין מאָסקווע ממשיך צו זײַן דאָס לערנען זיך אינעם מוזיק־אינסטיטוט אויף גנעסינס נאָמען. ער לערנט זיך בײַם פּראָפֿעסאָר אַלכּסנדר יאָכעלעס, וואָס אויך בײַ אים פֿאַרענדיקט ער די אַספּיראַנטור און בלײַבט דאָרט אַרבעטן ווי אַן אַסיסטענט בײַם פּראָפֿעסאָר יאָכעלעס.

צו יענער צײַט קומט צו מײַזענבערגן זײַן גרויסער אינטערנאַציאָנאַלער דערפֿאָלג — ער געווינט אין ווין דאָס צווייטע אָרט אויפֿן קאָנקורס אויף שובערטס נאָמען, און דערנאָך — דאָס ערשטע אָרט אויפֿן קאָנקורס "מוזיק פֿון 20סטן יאָרהונדערט". אָלעג מײַזענבערג ווערט אַ באַקאַנטער נאָמען; ער שפּילט סאָלאָ־פּראָגראַמען אין מאָסקווע, לענינגראַד, פֿאָרט אַרום מיט קאָנצערטן איבער אַנדערע שטעט פֿונעם געוועזענעם ראָטן־פֿאַרבאַנד; באַטייליקט זיך אין די קאַמער־פּראָגראַמען צוזאַמען מיטן באַוווּסטן פֿידלער גידאָן קרעמער, שפּילט מיט באַקאַנטע סימפֿאָנישע אָרקעסטערס.

פֿונדעסטוועגן, פֿילט כּסדר דער מוזיקער אַ שאַפֿערישע ענגשאַפֿט; די געאָגראַפֿיע פֿון זײַנע גאַסטראָלן ווערט יעדעס מאָל באַ­גרענעצטער, שפּילן אין אויס­לאַנד איז אים שווער זיך אַרויס­צורײַסן, צוליב זײַן "ייִדישן ייִחוס". דערצו נאָך זײַנען די האָנאָראַרן אַזוי נע­בעכדיק, אַז עס פֿעלט אים קוים אויס געלט זיך אויס­צוהאַלטן אין מאָסקווע.

אין יאָר 1981 פֿאָרט ער אַרויס מיט קאָנ­צערטן קיין ווין, וווּ מע קען אים זייער גוט, און בלײַבט שוין דאָרט אויף שטענדיק. אין יענע יאָרן אַזאַ געוואַגטער טאַט איז געווען אַ זעלטנהייט. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט מען עס באַלד פֿאַר­טײַטשט ווי "פֿאַרראַט", און פֿאַר­ווערט צו דערמאָנען אַפֿילו זײַן נאָמען. זינט דעמאָלט ווערן ווין און שובערט צוויי הויפּט־מאָ­טיוון אין זײַן קאָנצערט־טעטיקייט. ער איז אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם ווינער אוני­ווער­סי­טעט פֿאַר מוזיק און טעאַטער; פֿירט אָן מיט מײַסטער־קלאַסן אין פֿאַרשידענע שטעט פֿון אייראָפּע; ווערט פֿאַרבעטן ווי אַ זשורי־מיט­גליד צו פּרעסטיזשפֿולע אינטער­נאַציאָנאַלע מוזיק־פֿאַרמעסטן: אין ציריך, מינכן, מאָסק­ווע... און אַוודאי, טרעט ער אויף מיט זײַנע קאָנצערטן איבער דער גאָרער וועלט.

קיין קעשענעוו קומט מײַזענבערג זייער אָפֿט. מע קאָן עס אַוודאי פֿאַרשטיין, עס איז דאָך די שטאָט פֿון זײַן קינדהייט און יוגנט. אין קעשענעוו לעבט ביז הײַנט זײַן אַלטע לערערין, לודמילאַ וואַווערקאָ, וואָס יעדע באַגעגעניש מיט איר איז זייער רירנדיק. דאָ, אויפֿן קעשענעווער בית־עולם ליגט זײַן מאַמע, און דאָס ערשטע אָרט וואָס ער באַזוכט בײַ זײַן יעדן קומען, איז דער קבֿר פֿון אַדע מײַזענבערג.

דאָס מאָל האָט אָלעג מײַזענבערג געשפּילט אינעם פּרעכטיקן קע­שענעווער אָרגל־זאַל. זײַן פּראָגראַם איז מערסטנס באַשטאַנען פֿון שובערטס ווערק. זעט אויס, אַז דער פּיאַניסט גע­פֿינט אין דער שאַפֿונג פֿון דעם גרויסן עסטרײַכישן קאָמפּאָזיטאָר עפּעס אַזוינס, וואָס שטימט מיט זײַנע אייגענע געדאַנקען און גע­פֿילן. מײַזענבערג געפֿינט בײַם עולם אַן אָפּקלאַנג מיט זײַן מײַסטערישן קענען זיך פֿאַרטיפֿערן אין דער עמאָציאָנעל־אינטימער וועלט פֿון שובערטס מוזיקאַלישע געשטאַלטן. אין שובערטס פֿיר "עקספּראָמטן" האָט זיך דעם פּיאַניסט אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַזעלכע טענער און פֿאַרבן, וואָס האָבן אויף אַ בולטן אופֿן איבערגעגעבן די איידלסטע שטריכן פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרס לעבן.

אין יענעם אָוונט האָט דער עולם מיט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אָטעם זיך אײַנגעהערט אין די כּישופֿדיקע קלאַנגען פֿון זייער בן־עיר, אָלעג מײַזענבערג, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט אויף געציילטע שעהען דעם אַריסטאָקראַטישן גײַסט פֿון דער אַלטער ווין.

Vos iz zain batziung tzu idishkeit?

Ich bin naigirik oib dizer pianist redt epes idish vail er iz geboiren gevorn ven idn hobn noch geshprochn idish. Di andere frage iz oib er shpilt idishe lider un melodies oif zaine kontzerten un oib nisht den far vos? Laider a sach barimte idishe kinstler shemen zich mit zeier idishen opshtam un farzuchn dos tzu farborgen.